טעגליכע לוח היום לונדון - מאנטאג ז' תמוז תשפ"ו

16 views
Skip to first unread message

Luach Hayom

unread,
Jun 21, 2026, 9:31:49 PM (3 days ago) Jun 21
to לוח היום אימעיל, לוח היום אימעיל 2

פרעמיער מיניסטער קיר סטארמער
וועט מעגליך רעזיגנירן

 

לאנדאן – טראמפ האט ארויס געשיקט א מעסעדזש אין וואס ער דערקלערט אז דער בריטישער פרעמיער מיניסטער קיר סטארמער גייט רעזיגנירן. דאס קומט אין צייט וואס די פרעסע אין ענגלאנד באריכטעט אז סטארמער וועט מעגליך ארויס קומען מיט אזא מעלדונג שוין מארגן מאנטאג.

סטארמער, וועמענס בענקל וואקעלט זיך שוין א שטיק צייט, רישט זיך אויף די מעלגיכקייט פון אן אינערליכע פארמעסט מיט דער לעיבאר פּאליטישאן ענדי בורנהעם, די מעיאר פון גרעיטער מאנטשסטער.

בורנהאם האט פאריגע וואך געוואונען א ספּעציעלע עלעקשאן אין צפון ענגלאנד, ערלויבנדיג אים אריינצוקומען אינעם פּארלאמענט און שטעלן אן אפיציעלע קעגנערשאפט צו פּרעמיער מיניסטער קיער סטארמער פאר דעם פירערשאפט בענקל פון דער פּארטיי. בורנהאם האט באזיגט א "רעפארם-יו-קעי" קאנדידאט און האט שוין געזאגט אז אינעם פּארלאמענט וועט ער פירן א קאמף קעגן סטארמער ביז ער וועט אפּטרעטן און אויפגעבן דעם פּרעמיער מיניסטער בענקל.

אין פאל סטארמער לאזט איבער דעם אפיס דעם יאר, מיינט עס אז ענגלאנד וועט האבן א 7'ט פרעמיער מיניסטער אין בלויז 10 יאר צייט.


בריטישע קולטור מיניסטעריום געמאלדן
1.1 מיליאן פונט גרענטס פאר אידישע
מאזעאומס אין ענגלאנד

לאנדאן - שטייענדיג ענדע פון חודש יוני למספרם ווען די לאנד האט אפגעצייכנט די מאנאט פון אידישע העריטעזש, האט דער קולטור מיניסטער פרוי נענדי געמאלדן גרענטס אין ווערד פון 1.1 מיליאן פונט פאר אידישע מאזעאומס איבער די לאנד, זי האט געמאכט די מעלדונג ביי אן אווענט דורך די אידישע מאזעאום פון לאנדאן צו פייערן די עפענונג פון א נייע אויסשטעלונג. 

די אידישע מאזעאום פון לאנדאן וועט ערהאלטן א גרענט פון א מיליאן פונט צו אויסברייטערן פראגראמען אין שולעס און געמיינדעס איבערן לאנד, און צו קענען אויפבויען א נייע פערמענאנטע געביידע. די אידישע מאזעאום פון מאנטשעסטער וועט ערהאלטן א גרענט פון הונדערט טויזנט פונט צו פארבעסערן זייער אקטיוויטעטן.
 


אמעריקע-איראן נוקלעארע געשפרעכן
פארגעקומען אין שווייץ

שווייץ – אין א היסטארישע טאג איז היינט געעפענט געווארן דירעקטע געשפרעכן צווישן אמעריקא מיט איראן ביים האטעל אין די בורגענסטאָק רעזארט אין שווייץ. די אמעריקאנער און איראנער דעלעגאציעס האבן זיך צוערשט געטראפן מיט פארמיטלער פון קאטאר און פאקיסטאן, און דערנאך זענען אמעריקאנער און איראנער פארשטייער אריין אין די זעלבע צימער. צווישן די וועלכע האבן זיך געפונען אין די צימער איז דער אמעריקאנער וויצא פרעזידענט דזשעי. די. ווענס און דער איראנער פארליאמענט ספיקער מוכאמעד באגאר קאליבאף.

ווענס האט ווארעם באגריסט די געשפרעכן, זאגענדיג, אז מען האט געמאכט שטארקע פארשריט די לעצטע פאר שעה, צווישן דעם אויף די לעבענזעער פראנט זיכער צו מאכן אז די פייערפאשטעל האלט אן. ער זאגט אז טראמפ האט געבעטן די אמעריקאנער דעלעגאציע צו ארבייטן פאר א נייע קאפיטאל וואס וועט טוישן אמעריקא'ס באציאונגן מיט'ן איראנער פאלק.

די געשפרעכן קומען פאר אינטער א גאר שווערע זיכערהייט וואך, מיט שווער באוואפענטע וועכטער און קאנקריט צוימן אוועק געשטעלט צו פארמיידן אטאקעס. אן איראנער נייעס אגענטור באריכטעט אז עס זענען פארהאן אנדייטונגן אז דער 'איי-עי-אי-עי' הויפט ראפאעל גראסי געפונט זיך אויך אין שווייץ, אבער קוועלער נאנט צו די איראנער דעלעגאציע זאגן, אז די נוקלעארע טעמע איז נישט אויף די אגענדע ביי די יעצטיגע רונדע.

אין אמעריקא האט טראמפ ווידעראמאל ארויס געשיקט א שארפע מעסעדזש אקעגן איראן, שרייבענדיג, אז איראן מוז זען זאפארט אפצושטעלן אירע באצאלטע פּראַקסיס אין לבנון, וויבאלד אויב נישט וועט איראן גאר שווער אטאקירט ווערן, נאך מער ווי די לעצטע אטאקעס מער ווי א וואך צוריק. טראמפ'ס מעסעדזש איז געקומען נאך אן אינטערוויו אין וואס ער האט געזאגט אז אין פאל די געשפרעכן פאלן דורך קען אמעריקא איבערנעמען קאנטראל פון די הארמוז וואסער וועג. אין די אינטערוויו האט טראמפ אויך אויסגעדרוקט אנטוישונג מיט מדינת ישראל'ס דורכפאל צו עלימינירן חיזבאלא, זאגענדיג, אז עס קומען פאר דיסקוסיעס איבער געבן אויטאריטעט פאר'ן סירישן פרעזידענט על שארא אריין צו גיין קיין דרום לבנון.
 


ווענעזועלע און אמעריקע קאמף קעגן גענגס

קאראקאס – אין די לעצטערע טעג האט ווענעזועלע אונטערגענומען א סעריע אמעריקאנער-געשטיצטע באמבארדירונגען און מיליטערישע אפּעראציעס קעגן קרימינאלע גענגס וועלכע קאנטראלירן דעם גאלד-רייכן ראיאן אין לאנד, געצילט צו פארבעסערן זיכערהייט און ציען אמעריקאנער אינוועסטמענטס. די אפּעראציע פאלגט נאך גאר נאנטע קאאפּעראציע צווישן ווענעזועלע און אמעריקע אין די לעצטערע מאנאטן אין דער נאך-מאדורא עפּאכע, אריינגערעכנט אומצוברענגען דעם "טרען דע אראגוע" פירער.
 


אייראפע באטראכט האנדלס צוימונגען אויף כינע

בריסל – אייראפּעאישע פירער באטראכטן שטרענגערע האנדלס מאסנאמען קעגן כינע, אין א צייט וואס ביליגע כינעזער פּראדוקטן ווערן עקספּארטירט פון כינע אויף א שטארקערן פארנעם ווי ביז היינט און עס לייגט אומגעהויערע דרוק אויף וויכטיגע אינדוסטריעס אויפ'ן אייראפּעאישן קאנטינענט. באאמטע זאגן אז די ביליגע כינעזער פּראדוקטן פארברייטערן אייראפּע'ס האנדלס דעפיציט און שטעלן אין געפאר טויזנטער אייראפּעאישע מאנופעקטשורינג דזשאבס.
 

שיקט אריין די פרטים שנעל און גרינג דורך דעם לינק

הירינג אין קעיס קעגן מוהלים אין 
אנטווערפן אפגעשטופט - שווערסטע 
קלאגעס בחסדי שמים ארויסגעווארפן

בעלגיע - דעם דאנערשטאג האט געזאלט פארקומען דעם ערשטן הירינג אין די שאנדפולע קעיס קעגן צוויי חשוב'ע מוהלים אין אנטווערפן, א קעיס וואס האט פאראורזאכט א אינטערנאציאנאלע און פאליטישע שטורעם, אבער די געריכט האט געמאלדן אז אויפן פארלאנג פון ביידע זייטן ווערט עס אדערווייל אפגעשטופט. 

די אנטוויקלונג קומט דערנאך וואס די מוהלים האבן געבעטן דער געריכט צו אויספארשן מער גרינטליך די חיוב פון ברית מילה ביי אידן, און אנגעגעבן אז די גאנצע קעיס איז פאלש און בייזוויליג געווארן אריינגעגעבן דורך א מסור ליידער מזרע ישראל וואס זוכט צו אנמאכן צרות פאר די אידישע געמיינדע. דער מסור און מלשין האט אבער פארלאנגט אז דער געריכט זאל אויספארשן נאך אידן וואס זענען פארמישט אין מוהלות, אנצייגנדיג דערמיט אז ער וויל נאכנישט אויפגעבן זיין קאמף קעגן די הייליגע מצווה. 

אויך איז געמאלדן געווארן פון די געריכט אז די פראקוראר האט באשלאסן צו ארויסווארפן די שווערסטע קלאגעס וואס זענען געווארן אריינגעגעבן קעגן די מוהלים איבער מציצה בפה, דערנאך וואס זיי האבן נישט געפונען קיין שום באווייז דערקעגן.
 


דריטער געקלאגט איבער מעלבוירן שוהל אטאקע
 

אויסטראליע – א דריטער פארשוין איז געווארן אנגעקלאגט איבער דער שרעקליכער ארסאן אטאקע וואס האט פאסירט מיט איינס אהאלב יאר צוריק אויפ’ן שוהל פון ק"ק עדת ישראל אין מעלבוירן, אויסטראליע, וואס די אויטאריטעטן זאגן אז עס איז דירעקטירט געווארן דורך דער איראנער רעוואלוציאנערע גווארדיע. דער 20 יעריגער אנגעקלאגטער פארשוין שליסט זיך אן מיט צוויי אנדערע ארעסטירטע פארדעכטיגטע וואס ווערן באשולדיגט אין אונטערצינדן דעם שוהל. די מעלבוירן פאליציי זאגן אז די אויספארשונג איז אנגייענד.
 

דריקט דא צו זעהן לייוו די לוח הזמנים והמנינים בביהמ"ד ביאלא

איגנארירט שילד און זיך געטראפן אינעם זומפ
 
וויסקאנסין – א וויסקאנסין דרייווער האט זיך אויסגעלערנט א שווערע לעקציע פארוואס מען איגנארירט נישט קיין שאסיי ווארענונג שילדן. דער דרייווער האט איגנארירט א "שאסיי אפגעשפארט" שילד און בלאקאדע, עס גערוקט צו דער זייט און אריינגעפארן אין די אפגעשפארטע שאסיי, אריינפאלנדיג אין א זומפ פון פריש-געגאנסענע צעמענט נעבן א הייוועי קאנסטרוקציע ארט. דער דרייווער האט זיך געראטעוועט דאס לעבן, אבער מען האט געדארפט ברענגען שווערע טראקטארן ארויסצושלעפן דעם קאר פון די צעמענט.
 
יענקי רוזנבוים & מקהלת מלכות - מעין הברכות
לכל הטעימות משיעורי הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א

האט איר בילדער פון מעמדים וואס זענען פארגעקומען ביי אונז אין ענגלאנד?
  שיקט אונז אריין און מיר וועלן עס מפרסם זיין דא פאר בחינם  

off...@luachhayom.com
 
T&C Apply 
Midweek - Download here
The weekly view - Download here
The simchah view - Download here
Linkit - Download here
Linkit 2 - Download here
שבת בשבתו - דריקט דא
News Update - Download here
Gateshead Kehilla Advertiser - Download here
Manchester Jewish Advertiser - Download here
The NW London Local news - Download here
Koopjes plus Antwerp - Download here
North Manchester Circular - Download here

!פאר בלויז £15 וועט אייער קלאספייד ערשיינען דא פאר א גאנצע וואך
 
                                 FOR SALE                               

For sale Toyota Avensis Verso, 122K miles, excellent condition, £1850, call 07949810047.


Get a stunning website from just £399. Call 020 8036 1111. Yes, really.

For rent: 3 Bedroom flat in Davos Platz, 28 July - 06 Aug, for £3500, call or text 07745276939

For sale Toyota estima 2007 excelent condition price £3750 Tel / text 07387 019 696

KEDEM: Concord Grape Natural Sweet - Burgundy Royal - 1.5L - Box of 6 £89 - 07814375591
FOR SALE 
Antill Road Area
 2 Bedroom flat
ground floor 
separate kitchen / diner
Long lease 
£320,000 
please call 07930 460114 and leave a message.

                                   TO LET                                  
2 Offices became available to rent in the Dunsmure/Bethune Rd Area, call/Text 07493 360429

Office for Rent Daily/Weekly Rates. call or text 07901939961

Wearhouse space available, out the area, 1,500 square feet. Please call 07817239440
2 brand new modern houses to let in Bournemouth.
opposite the Shul ( minyen 3× a day ), fully AC, nice garden & patio, sleeps 16 + 3  combined, 
please call/ text 07311808429 email kosherbo...@gmail.com

Large 3.5-bedroom house for rent in N15, featuring a beautiful garden. call 07543 502430.
To rent. 2 bedroom flat, Loft, Cranwich Road, (needs new kitchen) £2300PCM ben...@gmail.com
Holiday House Matchmakers
Looking for a cheap, affordable holiday? We have everything to suit your price and budget. Please call: 07471912234

          JOB WANTED - JOB OPPORTUNITY          
Job Vacancy:
We are looking for a Cheider Van driver.
Luxury van provided.
Well paid.
Call/text  07308 273289.
Looking for a worker afternoon hours to start immediately 
Please email Jobof...@gmail.com 
Or text to 07359586107 
We’re looking for a few reliable Yingerlatt to help with an upcoming very important Kehilla campaign.
Flexible hours and Paid role.
If you’re interested, please text 07566240758
מטעמים 
זאפטיגע אויסצוגן פון מגידים און ליניעס
צו באקומען א פריוויו פון די וועכנטליכע אויסגאבע שיקט א פארלאנג צו
matam...@gmail.com


                                 LOOKING                                  


Looking for a 3+ bedroom flat/house in Stamford Hill, Can pay without DSS, finder’s fee, call 07425511548
Looking for a 1/2/3 bedroom flat available to rent in stamford hill area, close to junction. Long term. No DSS needed. Finders fee £1000 please call: 07931482453

                                     MISC                                    
פרייליכע נייעס!
פרישע רייכע Music streaming collections פאר אפיסעס \ געשעפטן
אלע סעזאנען - גרינג צו ניצן - געשמאק צו הערן
stream.oitzerhanigunim.org
וַאֲנִי, קִרְבַת אֱלֹקִים לִי-טוֹב
ווילט איר זוכה זיין צי שטארקע אמונה אין ביטחון.
לערנט 'א שיעור א וואך' מיט די שיעורים אויף חובת הלבבות פון המג"ש הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א.
צו באקימע בחינם א USB מיט שיעורים (1-200), שיקט א טקסט מיט אייער אדרעס צו 07967740567.
וְהַבּוֹטֵחַ בַּה' חֶסֶד, יְסוֹבְבֶנּוּ


                                השבת אבידה                               

השבת אבידה:
I found a Noble hat on a bench in the park. Call 07342120456
found Mishnayes a few yrs ago in Holidays with family Hertzke in Wales it is a meiras einayim meniked Nushim Nezikin  with bartenure & toisfes yom tov
07971 094956


שיקט אריין ביי אימעיל אייער השבת אבידה אדער To give away,
און מיר וועלן עס אי"ה מפרסם זיין דא פאר בחינם.
 
Receive our daily luach via WhatsApp
by joining the link below 
Luach Hayom via WhatsApp
דריקט דא צו צולייגן א מנין צו די מנחה ליסט
דריקט דא צו זעהן אלע גליונות פון דער לוח היום
דריקט דא צו אריילייגן א שמחה אין דער לוח היום
Sent by: The Luach Hayom London
To subscribe: ne...@luachhayom.com
To advertise here with us: in...@luachhayom.com
020-3657-2230           |           www.luachhayom.com
ב חוקת בלק 220626_compressed.pdf
Reply all
Reply to author
Forward
0 new messages