טעגליכע לוח היום לונדון - דינסטאג ט' אלול תשפ"ה

27 views
Skip to first unread message

Luach Hayom

unread,
Sep 1, 2025, 9:14:18 PMSep 1
to לוח היום אימעיל

מאסן פּראטעסטן קעגן אימיגראנטן
בוזשעווען אין ענגלאנד און נאך לענדער 

 
אייראפּע – אין עטליכע אייראפּעאישע לענדער האבן אויסגעבראכן גאר מאסיווע פּראטעסטן קעגן אימיגראציע און אימיגראנטן, אין א צייט וואס די בירגער ברויזן אויף אפּגעשוואכטע עקאנאמיעס און באשולדיגן אן אימיגראציע קריזיס אין אויפעסן רעגירונגס געלטער און אפּשוואכן די לאקאלע קולטור.

אין ענגלאנד האט מען געזען ווילדע קעגנזייטיגע אנטי-אימיגראציע און פּרא-אימיגראציע פראטעסטען פארנט פון א האטעל וואו עס זענען פּלאצירט אזיל-רעכט אפּליקאנטן אין דער שטאט פאלקירק, ווען די אנטי-אימיגראציע פּראטעסטירער פאדערן אן אפּשטעל פון אריינלאזן אימיגראנטן אויף שיפלעך.

אין אויסטראליע זענען פארגעקומען נעכטן ריזיגע "מארש פאר אויסטראליע" אנטי-אימיגראציע פּראטעסטן אין סידני, מעלבוירן און אנדערע גרויסע שטעט. די אויסטראליער לינקע רעגירונג האט פארדאמט די פּראטעסטן און געזאגט אז עס איז פארבינדן מיט נעא-נאצישע העסליכע גרופּעס.
 

קרעמלין: אייראפּע שטערט שלום דיעל
 
מאסקווע – דער קרעמלין האט נעכטן געזאגט אז אייראפּעאישע מאכטן שטערן די שריט פונעם אמעריקאנער פּרעזידענט דאנאלד טראמפּ צו דערגרייכן א שלום אפּמאך אין אוקראינע. קרעמלין ווארטזאגער דעמיטרי פּעסקאוו זאגט אז אייראפּע'ס נאכאנאנדיגע רעדן פון שיקן טרופּן קיין אוקראינע זענען א בלאקאדע פאר שלום, און ער האט צוגעלייגט אז די מלחמה וועט פארזעצן ווילאנג מאסקווע זעט עכטע צייכענעס אז קיעוו איז גרייט פאר שלום.
 

כאמאס ווארטזאגער'ס טויט באשטעטיגט
 
תל אביב – די גופים פון צוויי משכונות וואס זענען געהאלטן געווארן דורך דער כאמאס טעראר גרופּע אין עזה זענען געטראפן געווארן פרייטאג דורך דעם מדינת ישראל מיליטער. די באאמטע האבן געזאגט אז איינער פון די משכונות איז אילאן ווייס הי"ד, וועמען די טעראריסטן האבן דערמארדעט אינעם טאג פון די אקטאבער 7 אטאקעס און האבן פארכאפּט זיין גוף קיין עזה, אינדערצייט וואס זיין פרוי און קינד זענען אויך געווען פארכאפּט און זענען באפרייט געווארן ביי א פריערדיגער פייער אפּשטעל אפּמאך. דער צווייטער איז עידן שתיוי הי"ד וואס איז אויך דערמארדעט געווארן אקטאבער 7 און זיין קערפער האט כאמאס פארשלעפט קיין עזה.
 

הויכער אוקראינישער פיגור אומגעברענגט
 
קיעוו – אנדרעי פּארובי, דער געוועזענער ספּיקער פונעם אוקראינישן פּארלאמענט, איז געשאסן געווארן צום טויט אין א געלונגענעם אטענטאט אין דער שטאט לבוב. פּארובי איז געצילט געווארן דורך רוסלאנד צוליב זיין פּראמינענטע ראלע אין די יאר 14' פּראטעסטן וואס האט ארויסגעשטויסן א פּרא-רוסישן פּרעזידענט פון דער מאכט אין אוקראינע און פאר זיין פירערשאפט פון אוקראינע'ס פּארלאמענט אין די פּרואוון אפּצושטעלן רוסלאנד'ס שטילע מלחמה אין מזרח אוקראינע אין די לעצטע 11 יאר.
 

לאס אנדזשעלעס שוהל געפעכט געענדיגט
 
קאליפארניע – א געפעכט איבער'ן עקזיסטענץ פון א שוהל אין דער גרעיטאר ווילשייער געגנט אין לאס אנדזשעלעס איז פארלייפיג געקומען צו אן ענדע, נאך וואס די לאקאלע קאונסיל האט געשטימט צו געבן ערלויבעניש אז די רעזידענשל פּראפּערטי וואס ווערט גענוצט אלס א שוהל זאל ווייטער קענען גענוצט ווערן, נאר מיט צוימונגען אריינגערעכנט איינהאלטן גערודער. דאס קומט טראץ פּרואוון פון נישט-אידישע שכנים וואס האבן געוואלט די לאקאלע קאונסיל זאל אינגאנצן אפּשפּארן דעם שוהל.
 

ארעסט נאך אטאקע אויף פראנצויזישע אידן
 
פראנקרייך – א פערציג יעריגער פּארשוין איז ארעסטירט געווארן נעבן א שוהל אין ניועלי סור סיין, נישט ווייט פון פּאריז, נאכדעם וואס ער האט געסטראשעט פיר אידן מיט א מעסער הארט בעפאר כניסת השבת. פּאליציי האט געכאפּט דעם פּארשוין נאך וואס ער איז נאכגעלאפן איין איד אריין אין א געשעפט, און די פּאליציי פארשן עס אלס אן אנטיסעמיטישע אטאקע, אין א צייט וואס די צאל אנטי-אידן האס אינצידענטן אין פראנקרייך וואקסט אויף אן אומגעהויערן פארנעם.
 
דריקט דא צו זעהן לייוו די לוח הזמנים והמנינים בביהמ"ד ביאלא

קיניגליכע ראָבאָטן קעגן שלענג
 
פלארידע – באאמטע אין פלארידע טעסטן טייערע פיר טויזנט דאלערדיגע ראבאטישע קיניגלעך (רעביטס) צו העלפן קאנטראלירן און רעדוצירן די צאל שעדליכע בורמיס פּייטאן שלענג אין די עווערגלעידס ראיאן, וואו די שלענג עסן אפּ וויכטיגע באשעפענישן און פויגלען וואס זענען קריטיש פאר דעם נאטור פונעם ראיאן. די סאלאר-געטריבענע ראבאט באשעפענישן שטעלן אן אויסזען ווי עכטע קיניגלעך און זיי געבן ארויס א גערוך וואס ציט די שלענג ארויס פון זייערע באהעלטענישן, און דאן שטייען ארבעטער וואס כאפּן און קוילענען די שלענג.
 
דובי מייזעלס - שבת מקור הברכה
לכל הטעימות משיעורי הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א
Last night there was a unforgettable מעמד in Golders Green- ביהמ״ד קהל חסידים
Over 7 years ago, we started from גמ׳ הוריות a new famous דף היומי שיעור with an excellent Magid Shiur הרה״ג ר׳ מרדכי ווייס שליט״א. Since the shiur started, there are daily over 20 people joining the shiur. The way he gives over the shiur is very unique, and super clear.
There were over 120 people joining this special milestone.
The evening was led by Reb Shloime Hus who was מכבד the Rov of the Shul- הרה״ג ר׳ יצחק אליעזר בּריעף שליט״א who addressed the event, how proud the Shul is, having such special shiur in his shul. Before the Magid Shiur was מסיים ש״ס he expressed his Hakoras Hatoiv to HKBH of giving his the zechus of delivering Torah to the Klal and has expressed his gratitude to the members of teaching him what achdus means!
After the Kadish there were fiery rikudim including with the אדמו״ר מסאדיגורה שליט״א.
The נועם הכבוד were הרה״ג ר׳ פּנחס שנייבאלג שליט״א and אדמו״ר מוויידיטשקא שליט״א.
The shiur is daily in ביהמ״ד קהל חסידים at 8pm.

האט איר בילדער פון מעמדים וואס זענען פארגעקומען ביי אונז אין ענגלאנד?
  שיקט אונז אריין און מיר וועלן עס מפרסם זיין דא פאר בחינם  

off...@luachhayom.com
 
T&C Apply 
Midweek - Download here
The weekly view - Download here
The Simchah view - Download here
Linkit A - Download here
Linkit B - Download here
שבת בשבתו - דריקט דא
News Update - Download here
North manchester circular- Download here
The NW London Localnews
Koopjes plus Antwerp - Download here

!פאר בלויז £15 וועט אייער קלאספייד ערשיינען דא פאר א גאנצע וואך

 
                                 FOR SALE                               

KEDEM - Cab. Soft - Classic Red - Riesling Rose Box Of 6 £101 - 07814375591 - FREE DELIVERY
For sale: 8-seater toyota previa £790. call/text  07471952035
מקומות הקדושים סעיל! אר"י ר"ה £575 אומאן ר"ה £450 פרעשבורג ליל שישי כ"ה תשרי פון £185 מיט קערעסטיר £249 זעליחוב ביוד"ה ליזענסק ליל שישי ד' תשרי £99 8051-2424\

                                   TO LET                                  

אחוזת קרעסטיר 
א הערליכע נייע וילה מיט 9 הויעכקלאסיגע בעטן אין קרעסטיר צו פארדינגען.
נאך פריי אויף די צווייטע און דריטע וואך פון וואקאנס (10.08).
גרויסע חצר מיט פריוואטע פארקינג, 10 מינוט צו גיין פון ר' ישעילע'ס הויז.
צו רעזערווירן רופט: 32489935202+
4 Bedroom house to let for חודש תשרי with סוכה in Cazenove area Please call 07397-965-680

Luxury apartment for a couple – Belza Square Jerusalem. $75 weekday, $100 Shabbat, Possibility to order  meals. call: 075-345-65923
בית מדרש סענטער פון סטעמפארד הייל געייגנט פאר א כולל יעדער סדר £150 רופט 07877014032
סאיז געבלינגען נאך 20 טעלעפאנס SHOW MOBILE כל הקודם זוכה רופט 07979-039-054
צו פארדינגען א גרויסע דירה 2 בעדרומס אין מאנטשעסטער פאר חודש תשרי רופט 07769457166

          JOB WANTED - JOB OPPORTUNITY          

אינגערמאן איז פריי געווארן אין די פארמיטאג שעות צו לערנען מיט בחורים אדער קינדער ביטע רופט 07756289283

                                 LOOKING                                  
 
                                     MISC                                    

Full personal service: UC Applications £85, 100% Satisfaction benefits...@gmail.com 07706607929
We set up your S&P 500 Chasuna plan for only £150 a child or £300 for your entire family - 020 3488 8052
מיר בויען אויף אַלע אייערע סארטן Furniture – פון גרויס ביז קליין. רופט שמחי: 07972590136

                                השבת אבידה                               


                             TO GIVE AWAY                             

Blech (Pesachdik) call 020 8806 7417 or 07890 364 939

שיקט אריין ביי אימעיל אייער השבת אבידה אדער To give away,
און מיר וועלן עס אי"ה מפרסם זיין דא פאר בחינם.
 
Receive our daily luach via WhatsApp
by joining the link below 
Luach Hayom via WhatsApp
דריקט דא צו זעהן אלע גליונות פון דער לוח היום
Sent by: The Luach Hayom London
To subscribe: ne...@luachhayom.com
To advertise here with us: in...@luachhayom.com
020-3657-2230           |           www.luachhayom.comל

020925 ג כי תצא 2.pdf
Reply all
Reply to author
Forward
0 new messages