טעגליכע לוח היום לונדון - דאנערשטאג כ' אייר תשפ"ו

47 views
Skip to first unread message

Luach Hayom

unread,
May 7, 2026, 4:00:23 AMMay 7
to לוח היום אימעיל, לוח היום אימעיל 2

פרישע אַנטיסעמיטישע אַרסאָן פאַל אין לאָנדאָן

לאנדאן - שטייענדיג א וואך נאך די שוידעליכע שטעכעריי טעראר אטאקע אין גאלדערס גרין, איז דינסטאג פארטאגס ווידער פארגעקומען א אנטיסעמיטישע ארסאן אטאקע, דאסמאל אין די ווייט-טשעפל געגנט אין מזרח לאנדאן. 

די אטאקע האט פאסירט אום 5:15 פארטאגס ביי א געביידע אויף נעלסאן ראוד וואו א פייער האט אויסגעבראכן פון א אויפרייס וואס האט געשעדיגט די פאדערשטע טיר פונעם געביידע, עס איז באצייטנס געווארן פארלאשן פאראורזאכנדיג מינימאלע שאדנס. 

די געצילטע געביידע האט ביז פאר פינף יאר צוריק געדינט אלס ׳צענטראלע שוהל פון איסט לאנדאן׳ און איז אנהייב היי יאר געווען פארוויקלט אין א סקאנדאל דערנאך וואס עס איז באקאנט געווארן אז א מוסולמענער גרופע האט דאס אפגעקויפט צו עפענען דארט א מעטשעט. די פאליציי פארשט עס אויס אלס א האס פארברעכן און אויב עס איז פארבינדן מיט די פילע אטאקעס דורכגעפירט אין די לעצטע צייט דורך די ׳האראקאט אשאב אל-יאמין׳ גרופע.
 


אַמעריקע און איראַן נאָנט צו מלחמה-ענדע אָפּמאַך

מיטל-מזרח – קוועלער האָבן איבערגעגעבן אַז דאָס ווייסע הויז גלייבט אַז זיי זענען זייער נאָנט צו א קורצע אָפּמאַך מיט איראַן וועלכע וועט שטעלן די יעצטיגע קאָנפליקט אויף האָלד און וועט באַנייען די גרעסערע נוקלעאַרע פאַרהאַנדלונגען.

דער דיעל וואָס ליגט יעצט אויפן טיש אַנטהאַלט פערצן פּונקטן און איז געשריבן געוואָרן דורך טראָמפּ'ס דיפּלאָמאַטן סטיוו וויטקאף און דזשעראד קושנער אינאיינעם מיט איראַנער דיפּלאָמאַטן. איראַן איז ערוואַרטעט צו רעאַגירן אין נעקסטע 2 טעג.

די הויכפּונקטן פונעם פאָרשלאַג נעמט אַריין א דעקלעראַציע צו ענדיגן די מלחמה, א דרייסיג טאָגיגע פאַרהאַנדלונג פּעריאָד, צוריקעפענען דעם "האָרמוז וואַסער וועג" פאַר שיפן און האַנדל, און צוביסלעך אַראָפּנעמען אַמעריקע'ס סאַנקציעס פון איראַן.


נייע האַנדלס געשפּרעכן פון אמעריקא מיט אייראָפּעאישע יוניאָן

בריסל – די אייראָפּעאישע יוניאָן און די פאַראייניגטע שטאַטן פירן געשפּרעכן צו באַרואיגן די וואַקסנדע אַנגסט אַרום האַנדל, נאָכדעם וואָס פּרעזידענט טראָמפּ האָט געסטראַשעט צו הייבן טאַריפס אויף אייראָפּעאישע קאַרס פון די יעצטיגע 15 פּראָצענט צו 25 פּראָצענט און ער האָט באַשולדיגט די יוניאָן אין נישט אויספאָלגן דעם האַנדלס אָפּמאַך פון פאַראַיאָר. אייראָפּעאישע באַאַמטע זאָגן אַז זיי ווילן אויסמיידן א באַנייאונג פונעם האַנדלס מלחמה.


מעגליכקייט פאַר פרישע אוקראַינע וואָפנס דיעל

קיעוו – די אַמעריקאַנער סטעיט דעפּאַרטמענט האָט באַשטעטיגט א פּאָטענציעלע גרויסע פאַרקויף פון וואָפנס סיסטעמען פאַר אוקראַינע אינאיינעם מיט נאָך מיליטערישע געצייג. לויט די באַריכטן איז אויטאָריזירט געוואָרן א פאַרקויף פון "דזשוינט דירעקט אַטאַקע מוניציאָן-עקסטענדעד רעינדזש" וואָפנס, וועלכע זענען ספּעציעל געמאַכט צו פאַרבעסערן די פּונקטליכקייט און ווייטקייט פון לופט-געשאָסענע מיסילס. אוקראַינע וועט באַצאָלן דערפאַר 373.6 מיליאָן דאָלער.
 


סאַנקציעס געפּלאַנט אויף כינע איבער אימיגראַנטן

בעיזשינג – די טראָמפּ אַדמיניסטראַציע גרייט צו מעגליכע וויזאַ סאַנקציעס און טרעוול צוימונגען אויף כינעזער רעגירונג באַאַמטע, איבער באַשולדיגונגען אַז כינע פאַרשלעפּט מיט'ן ערלויבן די צוריקקער פון כינעזער בירגער וועלכע וואוינען אין אַמעריקע אומלעגאַל. באַאַמטע זאָגן אַז מער ווי 100,000 כינעזער בירגער זענען יעצט אין אַמעריקע און העכער דרייסיג טויזנט שטייען אויס באַלדיגע דעפּאָרטאַציע, אָבער כינע שלעפּט אַרום מיט'ן זיי צוריק אַקצעפּטירן אַהיים.
 


רבבות אידן אנגעקומען במסירות נפש קיין מירון טראץ פאליציי בלאקאדעס און שווערע וועטער

מירון - טראץ די פילע ווארענונגען און שטרענגע פאליציי בלאקאדעס זענען די סצענעס אין אתרא קדישא מירון זעלבסט דורכאויס היי יאר ל"ג בעומר נישט געווען קיין סאך אנדערש ווי אין די פארגאנגענע יארן, נאך וואס רבבות אידן האבן זיך מוסר נפש געווען צו אנקומען צום ציון פון התנא האלוקי רשב"י בעצם יום ל"ג בעומר. 

לויט שאצונגען פון די ארגאניזירער איז דורכאויס די מעת לעת פונעם הילולא אנגעקומען קיין מירון איבער 50,000 אידן, מאכנדיג דעם וועג דורך וועלדער און פעלדער, אינדערצייט וואס עס איז געגאנגען א שווערע שלאקס רעגן און עס איז געווען קאלט. 

די הילולא איז ב"ה רעלאטיוו אריבער גאנץ רואיג מיט בלויז עטליכע אינצידענטן ווי פאליציאנטן האבן צושלאגן אידן מיט גרויס ברוטאליטעט ביים פראבירן זיך צו אריינבאקומען. לויט איחוד הצלה זענען 100 באהאנדלט געווארן דורכאויס די טאג, אסאך פון זיי פון וואונדן וואס האט פאסירט פון צוימען ביים אריבערקריכן אדער פון אומפאלן, און געפונען זיך ב"ה אין א גוטע צושטאנד.


פאליציי רעקאמענדירט מארד קלאגעס 
קעגן אראבישער דרייווער וועלכער האט 
אומגעברענגט הבחור יוסף אייזנטאל ע"ה

 

ירושלים - שטייענדיג פיר מאנאטן נאך די טויטליכע באס אטאקע וואס האט פאסירט דורכאויס א הפגנה קעגן די גזירת הגיוס, וואו הבחור יוסף אייזנטאל ע"ה איז ליידער טראגיש אומגעקומען דורך אן אראבישע באס דרייווער וועלכער האט אים ווילדערהייט איבערגעפארן, האט די פאליציי נעכטן אריינגעגעבן זייער רעקאמענדאציע צום פראקוראר צו אנקלאגן דעם אראבישער דרייווער מיט מארד קלאגעס. 

דאס קומט דערנאך וואס די פאליציי האט געזאמלט באווייז און אויסגעפרעגט ביישויער און פעסטגעשטעלט אז דער דרייווער איז באגאנגען דעם פארברעך אונטער די קאטעגאריע פון ׳פאראורזאכן טויט מיט וויסנדיגקייט אדער אן פארזיכטיקייט׳ וואס איז פון די הארבסטע מארד קלאגעס אין ארטיגע געזעץ ביכער און קען אים אריינשטעלן אונטער גראטעס פאר זיין גאנץ לעבן.
 


אַטאַקע אויף אידישע געביידעס אין אַרגענטינע

בוענאָס איירעס – א אידישע ביבליאטעק און א חב"ד צענטער אין דער שטאָט לאַ פּלאַטא אין אַרגענטינע זענען אַטאַקירט געוואָרן עטליכע טעג אָפּגערוקט איינס פון צווייטן, פירנדיג צו א קאָנטער טעראָריזם אויספאָרשונג דורך די אָרטיגע אויטאָריטעטן. די באַאַמטע זאָגן אַז פלאַש באָמבעס זענען געוואָרן געוואָרן אויפן ביבליאטעק וואָס האָט געשאַפן שאָדנס אָבער קיין פאַרוואונדעטע, און ענליכס האָט פּאַסירט די וואָך ביים לאָקאַלן חב"ד צענטער. מען פאָרשט צי עס איז געווען האַס און צי ס'איז פאַרבינדן.
 


איז אייער לענדליין כשר?
אייער פשוט'ער היים טעלעפאן וועט (פון יאר 2027) דארפן האבן צוטריט צום אינטערנעט.

RCUK ברענגט א ספעציעלן דורכברוך,
כשר-קאנעקט, וואס וועט אייך ערלויבן צו
האבן א לענדליין אן קיין שום פארבינדונג
מיט'ן אינטערנעט.

 
דריקט דא צו צולייגן א מנין
דריקט דא צו זעהן לייוו די לוח הזמנים והמנינים בביהמ"ד ביאלא

ווער האט גערויבט דער אייזקרעים מענטשעלע
 
באסטאן - א בעקעריי אין באסטאן האט זיך ארויסגעלאזט אויף דער יארכע צו זוכן ווער עס האט גערויבט איינעם פון זייערע ארבעטער. די רעדע איז נישט פון א מענטש ארבעטער, נאר פון אן אייזקרעים מענטשעלע ביים נאמען ״סווירלי״. עס איז געשטאנען אלס א גרויסע סטאטוע אינדרויסן פונעם געשעפט און זיי זאגן אז ווער ס׳ברענגט עס צוריק וועט באקומען א פעקל אומזיסטע געבעקסן, און זיי וועלן נישט פרעגן קיין קשיות.
 
לכל הטעימות משיעורי הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א
מעמד הדלקה רבתי בעירנו לונדון בעת נעילת ל"ג בעומר
בהשתתפות הרה"צ ר' שמעלקא בידערמאן שליט"א
הדלקה בביהמ"ד ביאלא בעירנו
הדלקה בביהמ"ד ויזניץ בעירנו
הדלקה בביהמ"ד סאטמאר 26
הדלקה ל"ג בעומר מביהמ"ד בית שלמה ארי'ה
בנשיאות כ"ק האדמו"ר הרה"צ רבי שמואל בנימין קרויס שליט"א

האט איר בילדער פון מעמדים וואס זענען פארגעקומען ביי אונז אין ענגלאנד?
  שיקט אונז אריין און מיר וועלן עס מפרסם זיין דא פאר בחינם  

off...@luachhayom.com
 
T&C Apply 
Midweek - Download here
The weekly view - Download here
The simchah view - Download here
Linkit 1 - Download here
Linkit 2 - Download here
שבת בשבתו - דריקט דא
News Update - Download here
Gateshead Kehilla Advertiser - Download here
Manchester Jewish Advertiser - Download here
The NW London Local news - Download here
Koopjes plus Antwerp - Download here
North Manchester Circular - Download here

!פאר בלויז £15 וועט אייער קלאספייד ערשיינען דא פאר א גאנצע וואך
 
                                 FOR SALE                               

“For Sale: 2016 Skoda Superb SEL Executive, 2.0L Diesel, 93,000 miles, ULEZ compliant, £35 annual road tax, MOT valid until April 2027. Price: £8,650. call/text: 07954 811066.”


עס ווערט געזוכט צו קויפן א charity ביטע רופט 07361627142 אויב נישט קיין ענטפער ביטע לאזט א מעסעדש.

Looking to buy or remortgage a property in Israel?
We specialize in negotiating up to 80% mortgage, also for international citizens.
Contact us on 07828189627


                                   TO LET                                  
 
Brand new office space to let: Desks to let in a fully serviced female office. Tottenham area. £65-£85 per week. Contact 07503129217

2 Bedroom flat to rent in Lewis Graden, Ground Floor £2400 Pcm
email flatto...@gmail.com

Wearhouse space available, out the area, 1,500 square feet. Please call 07817239440
געזוכט צו דינגען א אופיס בעסטר אין טוטנהיים געגענט רופט / טעקסט 07467-393-890

Looking to rent a garage to park a car in Stratford hill 
tsv...@gmail.com

          JOB WANTED - JOB OPPORTUNITY          
A  Heimishe Talmud Torah is seeking English Teachers. Competitive salary offered.
office...@gmail.com
Looking for a worker afternoon hours to start immediately 
Please email Jobof...@gmail.com 
Or text to 07359586107 
We’re looking for a few reliable Yingerlatt to help with an upcoming very important Kehilla campaign.
Flexible hours and Paid role.
If you’re interested, please text 07566240758
א יונגרמאן איז גרייט צו לערנען מיט אייערע בחור בין הסדרים רופט 07387-102-994 / 020-8800-0193 ( לעזט א הודעה)
אברך מוכן ללומד עם הבחור שלך בארץ ישראל רופט 07413169803
מטעמים 
זאפטיגע אויסצוגן פון מגידים און ליניעס
צו באקומען א פריוויו פון די וועכנטליכע אויסגאבע שיקט א פארלאנג צו
matam...@gmail.com


                                 LOOKING                                  

Looking for an urgent appointment with Alexander Kobrin 
If you have an appointment call now 07368364349
Urgently looking for a 2 bedroom flat, £400 finder’s fee. Call 07934819529.
Looking for a 3+ bedroom flat/house in Stamford Hill, Can pay without DSS, finder’s fee, call 07425511548

                                     MISC                                    
פרייליכע נייעס!
פרישע רייכע Music streaming collections פאר אפיסעס \ געשעפטן
אלע סעזאנען - גרינג צו ניצן - געשמאק צו הערן
stream.oitzerhanigunim.org
וַאֲנִי, קִרְבַת אֱלֹקִים לִי-טוֹב
ווילט איר זוכה זיין צי שטארקע אמונה אין ביטחון.
לערנט 'א שיעור א וואך' מיט די שיעורים אויף חובת הלבבות פון המג"ש הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א.
צו באקימע בחינם א USB מיט שיעורים (1-200), שיקט א טקסט מיט אייער אדרעס צו 07967740567.
וְהַבּוֹטֵחַ בַּה' חֶסֶד, יְסוֹבְבֶנּוּ
Have your say on parking in permit-only bays 
From 2 March 2026, Blue Badge holders can park in on-street 'permit holders only' bays in Hackney as part of a new trial. This does not include resident or business bays.
The trial will run for at least 6 months and can last up to 18 months.
This change is being introduced as an Experimental Traffic Order (TT1888). This means it’s temporary, so we can see how the new parking arrangement works and hear your feedback.
After the first 6 months, we’ll review the trial and decide whether to continue it, make changes or end it.
We want to hear your views during the trial.
Email parking...@hackney.gov.uk with your comments.


                                השבת אבידה                               

השבת אבידה: איך האב פארקויפט אן איבעריגע טיקעט ביים אריינגאנג צום לאמיר זינגען אווענט, פאר א בחור מיט א ליטווישן לבוש פאר דער פרייז פון £30.00 דער בחור האט מיר דערלאנגט £40.00 און איז פארשווינדען געווארען איידער איך האב אים געגעבן טשעינדש. 
איך טוה מיין השתדלות אים צו טרעפן דאס אים קענען אפגעיבן.
א דאנק און תזכו למצוות, 07449706982

                             TO GIVE AWAY                             


שיקט אריין ביי אימעיל אייער השבת אבידה אדער To give away,
און מיר וועלן עס אי"ה מפרסם זיין דא פאר בחינם.
 
Receive our daily luach via WhatsApp
by joining the link below 
Luach Hayom via WhatsApp
דריקט דא צו צולייגן א מנין צו די מנחה ליסט
דריקט דא צו זעהן אלע גליונות פון דער לוח היום
דריקט דא צו אריילייגן א שמחה אין דער לוח היום
Sent by: The Luach Hayom London
To subscribe: ne...@luachhayom.com
To advertise here with us: in...@luachhayom.com
020-3657-2230           |           www.luachhayom.com
ה בהו''ב 070526_compressed.pdf
Reply all
Reply to author
Forward
0 new messages