טעגליכע לוח היום לונדון - זונטאג כ"ו סיון תשפ"ה

25 views
Skip to first unread message

Luach Hayom

unread,
Jun 21, 2025, 6:30:48 PM6/21/25
to לוח היום אימעיל

איראַן אַטאַקירט ציווילע שפּיטאָל אין פרישע מיסיל אַטאַקע; טראָמפּ וועט מאכן אַטאַקע באַשלוס אין צוויי וואָכן
 
מיטל מזרח — איבער 270 מענטשן זענען פאַרוואונדעט געווארן נעכטן פארטאגס, נאכדעם וואס איראן האט ווידעראַמאָל אונטערגענומען אן אטאקע אויף מדינת ישראל, די גרעסטע אין די 24 שעה בעפאר, שיסנדיג ארום 30 באַליסטישע מיסילס אויף ציווילע געגנטער און געביידעס, אריינגערעכנט איינס וועלכע האט באטראפן די סאָראָקאָ שפּיטאָל אין באר שבע, די גרעסטע מעדיצינישע צענטער אין דרום ארץ ישראל, וואו איבער 70 איינגעשטעלטע זענען פאַרוואונדעט געוואָרן.

די שפּיטאָל, וועלכע פאַרמאָגט מער ווי טויזענט בעטן, איז מאָמענטאַל פאַרמאַכט פאר אַלע נייע פּאַציענטן סיידן פאר לעבנס-געפאַרפולע פעלער, און האט ווי פילע אַנדערע שפיטעלער איבער ארץ ישראל אַקטיוויזירט עמוירדזשענסי פלענער בלויז 24 שעה בעפאָר די אַטאַקע, און אַראָפּגעשיקט מערערע פליגלען צו אונטערערדישע פארקינג ערטער, אַזוי אַרום פארמיידנדיג פּאָטענציאַלע מענטשליכע פאַרלוסטן.

אין רעאַקציע צו די פרישע אַטאַקע האָט פּרעמיער מיניסטער נתניהו פאַרשפּראָכן א שטאַרקע רעאַקציע, דערקלערנדיג אַז "אַלע אָפּציעס זענען אָפען," און נישט אויסגעשלאָסן די מעגליכקייט פון צילן דעם איראַנער גייסטליכער פירער כומעיני, דערביי פאַראָרדענדיג די מדינת ישראל מיליטער צו פאַרשטערקערן אירע אַטאַקעס אויף סטראַטעגישע און רעגירונג-פאַרבינדעטע צילן אין איראן.

גלייכצייטיג גיבט מדינת ישראל אָהן, אַז אירע לופט קרעפטן האבן שוין ביז אַהער פארניכטעט ארום צוויי דריטל פון די איראַנער באַליסטישע מיסיל ארויסשיסער, און איראַן איז אַצינד פאַרבליבן מיט בלויז אַרום 100 וועלכע זענען קריטיש וויכטיג פאַר אירע מיסיל און אַטאַקע מעגליכקייטן.

פון אַמעריקע האָט די ווייסע הויז פרעסע סעקרעטאר איבערגעגעבן אַ פּערזענליכע מעסעדזש פון פּרעזידענט טראָמפּ, אין וועלכע ער זאגט אז ער גיבט פאר איראַן צוויי וואָכן אויסצואַרבעטן אַ נוקלעאַרע אָפּמאַך, אָנגעהויבן מיט פאַרהאַנדלונגען וועלכע זענען געפּלאַנט פאָרצוקומען היינט פרייטאג אין גענף, שווייץ, און דערנאך וועט ער פאַסן זיין באַשלוס צי אַמעריקע זאל דירעקט אַטאַקירן איראן'ס נוקלעאַרע איינריכטונגען.

דאָס ענדיגט טעג פון שפּעקולאַציעס איבער די פּלענער פון די ווייסע הויז פאר אַ מעגליכע אַטאַקע אויף איראַן, נאָכדעם וואָס טראָמפּ האָט פריצייטיג איבערגעהאקט זיינס א באַזוך אין קאַנאַדע פאר די דזשי-7 סאָמיט, זיך צוריקקערנדיג קיין וואַשינגטאָן פאר אַ סיטואַציע צימער זיצונג מיט זיינע העכסטע נאַציאָנאַלע זיכערהייט ראַטגעבער.
 

ענגלישער אויסערן מיניסטער איבערגעצייגט אַז טראָמפּ וויל אָפּמאַך מיט איראַן
 
וואַשינגטאָן — ענגלאַנד'ס אויסערן מיניסטער דעוויד לעמי און דער ענגלישער אַמבאַסאַדאָר קיין אַמעריקע האָבן נאָך זייער באזוך אין ווייסן הויז נעכטן דאָנערשטאָג, און זייער געשפּרעך מיט סעקרעטערי אָוו סטעיט מאַרקאָ רוביאָ און טראָמפּ'ס ספּעציעלער מיטל מזרח שליח סטיוו וויטקאָף, געזאָגט אַז זיי זענען איבערגעצייגט אַז פּרעזידענט טראָמפּ וויל אן אָפּמאַך מיט איראַן כדי אויסצומיידן אן אַטאַקע דורך אַמעריקע. דאָס קומט אין בעפאָרגרייטונג צו די פאַרהאַנדלונגען געפּלאַנט אויף היינט פרייטאָג אין גענף, שווייץ, פאַרהאַנדלונגען צווישן די אויסערן מיניסטאָרן פון דייטשלאַנד, ענגלאַנד און פראַנקרייך, מיט דער איראַנער אויסערן מיניסטער אַבאַס אַראַכאַטשי, וועלכער וועט זיך דערנאָך טרעפן מיט וויטקאָף אויב זאַכן רוקן זיך פאָראויס אין די ריכטיגע דירעקציע. ענגלאַנד האַלט אַז ס'איז נאָך פאַרהאַן צוויי וואָכן צייט אַז מען זאָל קענען קומען צו אַן אָפּמאַך – אַ זאַך וואָס איראַן וויל נישט פאַרהאַנדלען ווילאַנג מדינת ישראל זעצט פאָר מיט די באָמבאַרדירונגען.
 

נייע דעטאלן וועגן עיר-אינדיע טראגעדיע
 
ניו דעלהי – אויספארשער גלייבן אז די "עיר-אינדיע" פלייט 171 האט געהאט אקטיוויזירט אן עמורדזשענסי גענעראטאר ווען עס האט געקראכט פארגאנגענע וואך, מיט 270 פאטאליטעטן אויפ'ן פליגער און אויף דער ערד. אן איבערזיכט ביז אהער אויף די ברוכווארג און אנדערע אינפארמאציע, צייגט אז דער גענעראטאר איז געווען אנגעצונדן בשעת'ן קראך, וואס קען זיין אן אנדייטונג אז די מאטארן פונעם פליגער האבן נישט פונקציאנירט ווי עס האט געדארפט בשעת דער פליגער האט זיך געהויבן.
 

שרעקליכע טראגעדיע אין אנטווערפן: הילד יהודה אלטר ווייס ע"ה ליידער אומגעקומען נאכן ווערן אראפגעקלאפט דורך פאליציי קאר
 
בעלגיע - די אידישע געמיינדע אין שטאט אנטווערפן איז טיף שאקירט נאך א שרעקליכע טראגעדיע וואס האט נעכטן פאסירט מיטן פריצייטיגע פטירה פון הילד יהודה אלטר ווייס ע"ה זוהן פון יבלחט"א ר׳ נח ווייס מחשובי חסידי בעלזא איידעם פון הרה"ג ר׳ גרשון פאדווא שליט"א זוהן פון הגה"צ רבי יוסף פאדווא שליט"א ראש הדיינים פון התאחדות קהילות החרדים - כדתיא אין לאנדאן, אין יונגען עלטער פון ניין יאר נאכן ווערן אראפגעקלאפט דורך א פאליציי קאר אויפן וועג צו חדר, רעטונגס אגענטורן וואס זענען אין איילעניש אנגעקומען צום סצענע האבן פראבירט צו ראטעווען זיין לעבן אבער ליידער האט ער אויפן ארט אויסגעהויכט זיין נשמה פון די שווערע וואונדן און דערקלערט געווארן שוין נישט בין החיים. 

לויט די פאליצייאישע אויספארשונג האט די עקסידענט פאסירט עטליכע מינוט פאר 10:00 אינדערפרי ווען דאס קינד איז געווען אויפן וועג אין חדר מיט זיין ביציקל, אריבערפארענדיג אויף די פראווינציע-שטראסע ביי די קעטס-שטראסע איז ער געווארן אראפגעקלאפט דורך א פאליציי קאר וואס האט זיך געיאגט צו אן עמערזשענסי רוף אין די געגנט און וויבאלד עס איז געווען דארט נאך א פאליציי קאר אויפן גאס וואס האט זיך גערוקט צו די זייט צו אריבערלאזן די די פאליציי קאר וואס האט זיך געיאגט צום סצענע האט דאס קינד מעגליך געמיינט אז די סירענס איז פון די אפגעשטעלטע פאליציי קאר און נישט באמערקט די שנעל פארענדע פאליציי קאר. 

יה"ר שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולנו ושנשמע ונשבשר בשורות טובות.
 


כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א זיך אום געקערט קיין ארץ ישראל מיט פריוואטע פליגער דורך ירדן
 
ירדן - נאך עטליכע טעג זיין געשטראנדעט אין אונגארן איז כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א אנגעקומען אהיים קיין ארץ ישראל צו קענען מיטהאלטן די שמחת החתונה ביי אן אייניקל, די כלה א טאכטער פון חתנו הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א זוהן פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א וואס איז די נאכט פארגעקומען ברוב פאר והדר אין קרית בעלזא אין ירושלים מיט די באטייליגונג פון טויזנטער חסידים. 
דער רב האט זיך געפונען אין אונגארן צו פוקד זיין דער ציון פון הרה"ק בעל אוהל משה ממאקאווא זצ"ל וואס מקום מנוחתו איז אין שטאט מאקאווא צום 81׳סטע יארצייט וואס איז אויסגעפאלן פארלאפענע וואך פרייטאג י"ז סיון, ווען די מלחמה מיט איראן האט אויסגעבראכן איז דער רב א געבליבן געשטראנדעט אין אונגארן. עסקנים און נדיבים פון חצה"ק מאקאווא האבן נאך גרויס אינטערווענץ ערלעדיגט א פריוואטע פליגער וואס זאל פירן דעם רב פון בודאפעסט צום שטאט אקואבא אין ירדן פון וואו מען איז אריבער די גרעניץ קיין מדינת ישראל און גלייך געפארן קיין ירושלים צום גרויסן שמחת החתונה.
 

פארלוירענע וואלאבי ווערט געזוכט

ניו יארק – א ניו יארקער חיות גארטן האט געבעטן פונעם פּובליק הילף צו טרעפן א וואלאבי באשעפעניש, פון דער פאמיליע פון קענגערוס, וועלכע איז אנטלאפן פון זייער פּראפּערטי. דער חיות גארטן איז אין אסאוועגא קאונטי, און זיי זאגן אז דער וואלאבי איז אנטלאפן פארלאפענעם זונטאג און עס איז נישט קלאר וואו זי געפונט זיך, טראץ וואס ס'איז מעגליך אז זי באהאלט זיך אויס נישט ווייט פון דער פּראפּערטי. האט עמיצער אפשר געזען דעם וואלאבי אויף וואלאבאוט? אדער אויף ווילאבי? לאזט אייך הערן...
 

גור'ער שטיבל וואנדאליזירט געווארן רח"ל

האט איר בילדער פון מעמדים וואס זענען פארגעקומען ביי אונז אין ענגלאנד?
  שיקט אונז אריין און מיר וועלן עס מפרסם זיין דא פאר בחינם  

off...@luachhayom.com
 
T&C Apply 

!פאר בלויז £10 וועט אייער קלאספייד ערשיינען דא פאר א גאנצע וואך

 
                                 FOR SALE                               
 
For Sale: Toyota Previa, 7 seats, 132k miles, excellent condition inside and out. £3,000 ONO. Call 07981 749 433
MadeSafer Hotplates, Hot Water Urns, Slow Cookers, Shabbos Lamps on sale in local shops. Call 02088029243 or 07989628478

מיר קויפן צעבראכנע Canon דיגיטל קאמעראס, צאלן גוט קעש
רופט/טעקסט 07365657329 yh76...@gmail.com
                                    TO LET                                  

א נייע דירה אין אנטווערפן פאר געסט שמחות שבת יו״ט 32472283335+

Are you Seeking HOUSES locally or further afield, as home owner, as investments or for dealing with etc. Spring onto our receiving list free of charge: regist...@property-detects.co.uk
Desk available in a comfortable office in Heathland area, Fully serviced, Air conditioned, Easy parking 07984673724

          JOB WANTED - JOB OPPORTUNITY          
 
Job vacancy: organization looking for a male secretary full/part time.
Yiddish Hebrew and English required
Good computer knowledge
Good speaking manners
hcc.jo...@gmail.com
א היימישע מוסד זיכט א פאנדרעיזער, א גוטע פרנסה פאר די ריכטיגע קאנדידאט. ביטע טעקסט 07833433507
Job Vacancy - Watch company looking for a worker to repair small issues, process returns & help out customers.
Must be handy, detail oriented & have basic computer knowledge. Training provided.
Part time with full time potential.
Please call/text 07300991219 If no answer leave a message.
א תלמוד תורה זוכט א יונגערמאן מיט עקספיריענס אין עברי צו צולערנען מיט קינדער פאר שיין באצאלט! ביטע רופט 07708906985
Looking to change 2 followup appointments with Dr Alexander from 30 July for earlier
call 07471352354

                                 LOOKING                                  
 געזינט זוכט וואלונטירן"  אויפפילן אונדזער שבת צימערן און שפיטאל 03336139625

געזוכט צו דינגען א אפיס ביטע רופט 07942677286

                                     MISC                                    

מיר נעמאן צאם אלע סארט'ן חובות פון פריוואטע, מוסדות אדער ביזנעס חובות רופט 
85% access rate 07818107406
We set up your S&P 500 Chasuna plan for only £150 a child or £300 for your entire family - 020 3488 8052
Unique Opportunity for Boys Ages 9–13 🌟
For boys with ADHD/ADD who find it hard to thrive in a cheder setting.

Now forming a small, guided group (up to 3 boys) in a Heimishe atmosphere, led by a qualified, experienced therapist.
✔️ Fun, structured activities
✔️ Build skills through guided play
✔️ Strengthen confidence and social connection
✔️ Support your son’s growth into an ehrlicher Yid—with warmth, joy, and care
📞 For more info, call or text: 07708-904227
References available upon request

                                השבת אבידה                               

Found a BA AMEX card at Filey Corner, Osbaldeston. The name on the card is Z. Kohn. Call 07563061673

                             TO GIVE AWAY                             

Cupboards to give away
White small cupboards suitable for books or storage. 60 width x 60cm height x 30cm depth with one shelf in each. 10 with doors and 6 without doors. Pick up from Knightland Road. Call 07538 794 886.


Chrome pedestal fan, home telephone with built-in answering machine. Both in very good condition. Please call 020 8806 7417 or 07890 364 939.

שיקט אריין ביי אימעיל אייער השבת אבידה אדער To give away,
און מיר וועלן עס אי"ה מפרסם זיין דא פאר בחינם.
 
Receive our daily luach via WhatsApp
by joining the link below 
Sent by: The Luach Hayom London
To subscribe: ne...@luachhayom.com
To advertise here with us: in...@luachhayom.com
020-3657-2230           |           www.luachhayom.com
א קרח 220625_compressed.pdf
Reply all
Reply to author
Forward
0 new messages