טעגליכע לוח היום לונדון - דאנערשטאג ז' תמוז תשפ"ה

27 views
Skip to first unread message

Luach Hayom

unread,
Jul 2, 2025, 8:44:52 PM7/2/25
to לוח היום אימעיל

קעניגליכע באן וועט אפּגעשטעלט ווערן

ענגלאנד – דער קעניג טשארלס האט אקצעפּטירט אז עס איז צייט ארויסצונעמען די "קעניגליכע באן" פון דינסט. דער באן גייט צוריק צו די יארן פון קעניגין וויקטאריע, און עס באשטייט פון עטליכע וואגאנען וואס מען קען צוטשעפּען צו סיי וועלכע לאקאמאטיוו. עס איז גענוצט געווארן דורך אמאליגע בריטישע קעניגן און קעניגינס, אבער קעניג טשארלס האט איינגעזען אז עס קאסט צו טייער צו אפּערירן און אז ס'וועט קאסטן צופיל געלט צו מאכן די נויטיגע פארריכטונגען אז עס זאל קענען פארן אויף די נייערע מער-פארגעשריטענע שינעס.
 


רוסלאנד דערקלערט לוהאנסק קאנטראל

מאסקווע – רוסלאנד האט דערקלערט נעכטן אז זיי האבן פארכאפּט קאנטראל אויפן גאנצן לוהאנסק ראיאן אין מזרח אוקראינע. לוהאנסק, א ראיאן וואס באשטייט פון העכער צען טויזנט סקווער מייל, איז אצינד די ערשטע אוקראינישע ראיאן צו פאלן פולקאם אונטער רוסלאנד'ס קאנטראל זינט די מאסקווער קרעפטן האבן אינוואדירט אוקראינע מער ווי דריי יאר צוריק. אוקראינע האט דערווייל נישט קאמענטירט אויף די דעקלעראציע.
 

איראן געשטעלט מינעס אינעם הארמוז
 
מיטל-מזרח – די איראנער מיליטער האט שוין געהאט אנגעלאדנט וואסער באמבע מינעס אויף עטליכע שיפן אינעם פּערסישן גאלף עטליכע וואכן צוריק, אין א שריט וואס האט פארשטארקערט זארגן ביי אמעריקאנער באאמטע אז די איראנער רעזשים גרייט זיך אוועקצושטעלן א מיליטערישע בלאקאדע ביים קריטיש-וויכטיגן "הארמוז וואסער וועג" אין רעאקציע צו מדינת ישראל'ס באמבארדירונגען. עווענטועל האט איראן אינערליך צוריקגעצויגן, דערווייל, פונעם שעדליכן פּלאן.
 

פּוטין און מאקרון אין זעלטענע געשפּרעך
 
פּאריז – דער רוסישער פּרעזידענט וולאדימיר פּוטין און דער פראנצויזישער פּרעזידענט עמאניועל מאקרון האבן דורכגעפירט א טעלעפאנישע געשפּרעך, זייענדיג דאס ערשטע מאל אין כמעט דריי יאר וואס די צוויי פירער רעדן צווישן זיך. מאקרון'ס אפיס האט געזאגט אז דער טעלעפאן געשפּרעך האט זיך געצויגן פאר צוויי שעה, און אז מאקרון האט געלייגט דרוק אויף פּוטין פאר א פייער אפּשטעל אין אוקראינע און אנהייבן געשפּרעכן וועגן ענדיגן די מלחמה. זיי האבן אויך דיסקוסירט איראן.
 

מוסולמענער מאן ארעסטירט פארן שפיאנירן אויף אידן און אידישע צענטערן אין בערלין - פאר איראן
 
דייטשלאנד - די ארטיגע פאליציי האט געמאלדן אז נאך א פארלאנג האט די דענישע פאליציי ארעסטירט א פארשוין אין דער שטאט ארהוס, אין דענמארק, פארן דינען אלס א שפיאן פאר די איראנער קודס קרעפטן מיטן זאמלען אינפארמאציע אויף אידן אין אידישע צענטערן אין בערלין, ער איז ארעסטירט געווארן פארלאפענע וואך דאנערשטאג און וועט ווערן אויסגעליפערט קיין דייטשלאנד וואו עס ערווארט אים הארבע קלאגעס. 

דער מוסולמענער פארשוין וואס איז איז אידענטיפיצירט געווארן אלס עלי עס, האט דורכאויס די לעצטע מאנאט געוויילט אין דייטשלאנד און געזאמלט אינפארמאציע אויף דריי אידישע צענטערן אין בערלין, אויפן דירעקטע אנבאט פון די איראנער קודס קרעפטן אין א מעגליכע פארזוך צו צוגרייטן א טעראר אטאקע קעגן די אידישע צענטערן.
 

אפמאך אויסגעארבעט צווישן פאמיליעס פון קדושי מירון און די מדינת ישראל פראקוראר צו שענקן ביז 2.9 מיליאן שקל אין קאמפענסאציע געלטער
 
ארץ ישראל - דינסטאג איז געווארן אריינגעגעבן אן אפמאך צו די געריכט אין שטאט לוד אויסגעהאמערט דורך די פאמיליעס פון א טייל פון די אומגעקומענע ביי די שרעקליכע מירון טראגעדיע פאר פיר יאר צוריק אום ל"ג בעומר תשפ"א וואס האט געקאסט די לעבנס פון 45 קדושים און פארוואונדעט נאך 150 אנדערע, די אפמאך וועט צווינגען די שולדיגע אינעם טראגעדיע צו צאלן מיליאנען שקלים אין קאמפענסאציע געלטער פאר די דאזיגע פאמיליעס. די אפמאך איז געווארן אויסגעארבעט אין צוזאמענארבעט מיט די פאמיליעס פון די אומגעקומענע און די מדינת ישראל פראקוראר אפיס אקעגן עטליכע מדינת ישראל אגענטורן און אינשורענס פירמעס וואס האבן געזאלט פארזיכערן דעם הילולא און וועלן אצינד דארפן באצאלן מיליאנען שקלים צוליב פארנאכלעסיגן די זיכערהייט מאסנאמען אויפן בארג. 

לויט די אפמאך וועלן אלע פאמיליעס קריגן גרויסע סומעס געלט געוואנדן לויט די יארגאנג פון זייער פאמיליע מיטגליד וואס איז אומגעקומען מיט נאך גרעסערע סומעס פאר פאמיליעס פון אומגעקומענע וואס זענען געווען יונגער ווי 24 יאר אלט, אלס ביישפיל האט דער אדוואקאט ארויסגעשטעלט אינפארמאציע פון איין קלאגע ווי איינע פון די פאמיליעס וועט קריגן 2.9 מיליאן שקל און אנדערע וועלן אויך באקומען ענליכע סומעס.
 
דריקט דא צו זעהן לייוו די לוח הזמנים והמנינים בביהמ"ד ביאלא

עמעזאן גייט אויפן וועג
צו האבן מער ראבאטס ווי מענטשן

 
עמעזאן — נייע דאטא פון עמעזאן ווייזן אז די אי-קאמערס גיגאנט שטייט ביי א דורברוך: אין נאנטע צוקונפט וועלן זיינע ראבאטישע ארבייטער איבערנעמען די מענטשלעכע כוח-אדם.

די קאמפאני האלט שוין איצט ביי איבער א מיליאן ראבאטס וואס ארבעטן פאר זיי אין די ריזן ווערהאויזעס, וואו זיי דרייען זיך געשווינד צווישן די ריגלען און נעמען אראפ פעקלעך צו שיקן ווייטער צום איינפאקונגס דעפארטמענט.

עמעזאן אנטוויקלט שוין פאר יארן א רייע ראבאטס מיט'ן ציל צו שרינקען דעם באדארף פון מענטשלעכע ארבעטער. אזוי ווייט אז איבער 75% פון אלע דעליוועריס גייען היינט אריבער ראבאטישע סיסטעמען — ווייניגסטענס א טייל פון די וועג.

אמאל האט עמעזאן געהאט א קלארע מיינונג אז ראבאטס וועלן נאר העלפן מענטשן, נישט זיי פארטרייבן. אבער די נייערע דינאמיק ווייזט אן אנדער בילד.
 
עקיבא גרומאן, אושי צייגער, נשמה - מחרוזת דאנס
לכל הטעימות משיעורי הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א

האט איר בילדער פון מעמדים וואס זענען פארגעקומען ביי אונז אין ענגלאנד?
  שיקט אונז אריין און מיר וועלן עס מפרסם זיין דא פאר בחינם  

off...@luachhayom.com
 
T&C Apply 
שבת בשבתו - דריקט דא
Midweek - Download here
Linkit A - Download here
Linkit B - Download here
The weekly view - Download here
The Simchah view - Download here
News Update - Download here
North manchester circular- Download here
The NW London Localnews
Koopjes plus Antwerp - Download here

!פאר בלויז £15 וועט אייער קלאספייד ערשיינען דא פאר א גאנצע וואך

 
                                 FOR SALE                               
 
האט איר אלטע/נייע ספרים אין א גיטע  צושטאנד, וואס איר זיכט אוועק צו געבן
מיר קומען עס אופנעמען אין די זעלבע טאג!
ריפט שוין 0735/1997/067 און לאזט א קלארע 
מעסעדש/טעקסט,און מיר וועלן צירוקרופן ווי אומשנעלסטן.

For sale: 1 mountain bike and & triple suspension bike – call 078-75907213.

מיר קויפן צעבראכנע Canon דיגיטל קאמעראס, צאלן גוט קעש
רופט/טעקסט 07365657329 yh76...@gmail.com
                                    TO LET                                  

א נייע דירה אין אנטווערפן פאר געסט שמחות שבת יו״ט 32472283335+

Last few remaining flats in Saas Fee, Switzerland
3x 2 bedroom (sleeps 4-6) 1x 3 bedroom (sleeps 6) 1 x 4 bedroom (sleeps 8)
Available from after Tisha B'av
Call/Text 07941 722 777
Desk available in a comfortable office in Heathland area, Fully serviced, Air conditioned, Easy parking 07984673724

          JOB WANTED - JOB OPPORTUNITY          
 
Job vacancy: organization looking for a male secretary full/part time.
Yiddish Hebrew and English required
Good computer knowledge
Good speaking manners
hcc.jo...@gmail.com
א היימישע מוסד זיכט א פאנדרעיזער, א גוטע פרנסה פאר די ריכטיגע קאנדידאט. ביטע טעקסט 07833433507
Job Vacancy - Watch company looking for a worker to repair small issues, process returns & help out customers.
Must be handy, detail oriented & have basic computer knowledge. Training provided.
Part time with full time potential.
Please call/text 07300991219 If no answer leave a message.
א תלמוד תורה זוכט א יונגערמאן מיט עקספיריענס אין עברי צו צולערנען מיט קינדער פאר שיין באצאלט! ביטע רופט 07708906985
Looking to change 2 followup appointments with Dr Alexander from 30 July for earlier
call 07471352354

                                 LOOKING                                  
 
 געזינט זוכט וואלונטירן אויפפילן אונדזער שבת צימערן און שפיטאל 03336139625

געזוכט צו דינגען א אפיס ביטע רופט 07942677286
TT D'Gur is looking for English Teachers - afternoon hours - please call: 07493664833 and leave a message.

                                     MISC                                    

מיר נעמאן צאם אלע סארט'ן חובות פון פריוואטע, מוסדות אדער ביזנעס חובות רופט 
85% access rate 07818107406
We set up your S&P 500 Chasuna plan for only £150 a child or £300 for your entire family - 020 3488 8052
                                השבת אבידה                               

Found a BA AMEX card at Filey Corner, Osbaldeston. The name on the card is Z. Kohn. Call 07563061673

                             TO GIVE AWAY                             


שיקט אריין ביי אימעיל אייער השבת אבידה אדער To give away,
און מיר וועלן עס אי"ה מפרסם זיין דא פאר בחינם.
 
Receive our daily luach via WhatsApp
by joining the link below 
Luach Hayom via WhatsApp
דריקט דא צו זעהן אלע גליונות פון דער לוח היום
Sent by: The Luach Hayom London
To subscribe: ne...@luachhayom.com
To advertise here with us: in...@luachhayom.com
020-3657-2230           |           www.luachhayom.com

ה חקת 030725_compressed.pdf
Reply all
Reply to author
Forward
0 new messages