טעגליכע לוח היום לונדון - דינסטאג ט"ז שבט תשפ"ו

15 views
Skip to first unread message

Luach Hayom

unread,
Feb 2, 2026, 4:50:03 PMFeb 2
to לוח היום אימעיל, לוח היום אימעיל 2

איראנער און אמעריקאנער באאמטע ערווארטעט זיך צו טרעפן פאר געשפּרעכן
 
טערקיי – אמעריקע און איראן האבן זיך אינפארמירט איינער דעם אנדערן אז זיי זענען גרייט צו פירן געשפּרעכן אויף אן אפּמאך צו ברענגען אן ענדע צו דעם פארצויגענעם אנגסט און דראמא, געצילט צו פארמיידן אן אמעריקאנער מיליטערישע אטאקע.

לויט קוועלער אין מיטל-מזרח מידיא, ארבעטן באאמטע פון טערקיי, עגיפּטן און קאטאר צו ארגאניזירן פאר די נאנטע טעג א זיצונג צווישן פּרעזידענט טראמפּ'ס ספּעציעלער שליח סטיוו וויטקאף און עטליכע הויכראנגיקע באאמטע פון דעם איראנער רעזשים.

די אקטיוויטעטן אויפ’ן דיפּלאמאטישן פראנט קומען נאך וואס פּרעזידענט טראמפּ האט געזאגט אז ער וועט געבן א שאנס פאר דעם איראנער רעזשים צו דערגרייכן אן אפּמאך, זאגנדיג אז ווילאנג די איראנער זענען אפן צו רעדן און רעדן, איז ער אויך גרייט.
 
Click here to fill in you deatils

איראן לייקנט מיליטער גאלף טרענירונגען

טעהראן – די איראנער רעגירונג האט נעכטן געלייקנט די באריכטן אז די נעווי קרעפטן פון די רעוואלוציאנערע גווארדיע פּלאנירן דורכצופירן צוויי טעג פון לעבעדיגע-פייער מושטירונגען אינעם "הארמוז וואסער וועג" אינעם גאלף. די אריגינעלע באריכטן וועגן די מושטירונגען, וואס האבן געזאלט פארקומען נעכטן און היינט, האבן געפירט צו א ווארענונג פון אמעריקע'ס צענטראל קאמאנד, און ווי עס זעט אויס האט דער רעזשים צוריקגעצויגן דערפון.
 


סיריע באשולדיגט כיזבאללא אין אטאקעס

דמשק – די סירישע רעגירונג זאגט אז זיי האבן ארעסטירט אלע מיטגלידער פון א גרופּע וועלכע איז פאראנטווארטליך פאר לעצטיגע ראקעט אטאקעס אויף דער מעזא מיליטערישע לופטפעלד אין דער הויפּטשטאט דמשק, נאכ'ן נאכגיין די ראקעט ארויסשיס פּלעצער לענגאויס דמשק. די באאמטע זאגן אז מען האט ביי די פּלעצער געטראפן באווייזן אז די ראקעטן און אנדערע וואפנס פון די טעראריסטן זענען אריגינעל געקומען פון דער כיזבאללא טעראר גרופּע.
 


רוסן פארכאפּן נאך 3 אוקראינע שטעטלעך

מאסקווע – די רוסישע פארטיידיקונגס מיניסטעריום האט געמאלדן אז רוסישע טרופּן האבן באוויזן צו פארכאפּן קאנטראל אויף דריי פרישע שטעטלעך אין דעם כארקיוו ראיאן און אינעם דאניעצק ראיאן אין מזרח אוקראינע. די רוסן האבן באזונדער זיך געגרויסט אז אין דער אפּעראציע צו פארכאפּן די דריי שטעטלעך זענען 1,085 אוקראינישע טרופּן עלימינירט געווארן, און מערערע אוקראינישע טרעקלעך און וואפנס סיסטעמען זענען פארניכטעט געווארן.
 


פלוצים׳דיגע פטירה פון כ"ק אדמו"ר
מהרי"ד מלעלוב זצ"ל

ירושלים - די עולם החסידות האט מיט שאקירנדע געמיטער זונטאג אויפגענומען דעם שווערן בשורה פון ירושלים אז כ"ק אדמו"ר הרה"צ רבי ישכר דוב בידערמאן מלעלוב זצ"ל איז טראגיש נפטר געווארן אין עלטער פון 84 יאר, נאכן צוזאמפאלן באוואוסטלאז זייענדיג אין מקווה. 

עס האט פאסירט ווען דער רבי זצ"ל איז געגאנגען להתקדש ולהטהר אינעם מקווה אין בית מדרש לעלוב אויף די צפניה גאס. נאך א וויילע ווען די גבאים האבן באמערקט אז עס דויערט לענגער ווי געווענדליך זענען זיי אריין אין מקווה און באמערקט אז דער רבי זצ"ל געפונט זיך אין זייער א שווערע צושטאנד און גלייך אלאמירט הצלה, ווען עטליכע מינוט שפעטער האבן וואלונטירן באשטעטיגט אז ליידער איז עלתה נשמתו לגנזי מרומים, צו דער ערשיטערטע  צער און טרויער פון די חסידים הנשענים עליו און כל בית ישראל בכל אתר ואתר. 

דער רבי זצ"ל איז געבוירן געווארן אין חודש כסלו תש"ב אלס דער זעקסטער זוהן פון אביו הגדול הרה"ק רבי משה מרדכי מלעלוב זצ"ל, בהגיע לפרקו איז ער געווארן אן איידעם ביי הגאון רבי משה זאב פרידמן זצ"ל דער רב פון שטאט יפו, נאך די טראגישע פטירה פון די ערשטע רעבעצין האט דער רבי זצ"ל נאכאמאל חתונה געהאט. 

נאכן פטירה פון דער ברודער הרה"ק רבי אברהם שלמה מלעלוב זצ"ל אום חודש שבט שנת תש"ס, האט דער רבי זצ"ל איבערגענומען די לעלובער ביהמ"ד אויף די בר אילן גאס און אנגעפירט די עדה קדושה פאר לאנגע יארן זייענדיג באקאנט אלס א קדוש ופרוש און צדיק נשגב. 

דער רבי זצ"ל האט איבערגעלאזט דורות ישרים ומבורכים וועלכע גייען אויף די הייליגע דרכים פון זיינע אבותיו הקדושים לבית לעלוב זצ"ל. די מסע הלוויה איז ארויס געגאנגען זונטאג ביינאכט פון בית מדרשו אויף רחוב בר אילן מיט די באטייליגונג פון טויזנטער, אויפן וועג צום הר הזיתים וואו ער איז געקומען לקבורה ביי חלקת בית לעלוב. וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'.


גאב"ד קוממיות אראפגעריסן אויטעריטעטן 
צוליב באפרייען באס דרייווער וועלכער האט אומגעברענגט הב׳ נפתלי צבי קרעמער ע"ה

קוממיות - אין די דערפל קוממיות איז פארגעקומען אן עצרת התעוררות פאר תושבי העיר ככלות השבעה פון הב׳ נפתלי צבי קרעמער ע"ה, וועלכער איז טראגיש נפטר געווארן נאכן ווערן איבערגעפארן דורך א ווילדער באס דרייווער אינדרויסן פון שטאט אויפן וועג צוריק פון א מחאה, וואו עס האבן צווישן אנדערע אויפגעטרויטן הגה"צ רבי משה מענדלסאן שליט"א גאב"ד קוממיות, וועלכער האט גערופן דעם ציבור צו תשובה טוהן און זיך מחזק זיין אין עבודת השם נאך דעם ביטערן טראגעדיע. 

דער רב האט ביי זיין דרשה שארף אראפגעריסן די אויטעריטעטן וועלכע האבן פריי געלאזט דעם באס דרייווער. דער רב האט צוגעגליכן די מדינת ישראל אויטעריטעטן צו די רוסישע צארישע רעזשים אין צייט פון די פאגראמען אין רוסלאנד ווען זיי האבן זיך נישט געקימערט מיט די רוצחים פון אידן, דערנאך וואס זיי טוען אצינד די זעלבע מיט די צוויי באס דרייווער וועלכע האבן בייזוויליג אומגעברענגט בחורי ישראל הב׳ יוסף אייזנטאל ע"ה און הב׳ נפתלי צבי קרעמער ע"ה, ביי הפגנות אין די לעצטערע וואכן.
 

באשטעלט שוין
דריקט דא צו זעהן לייוו די לוח הזמנים והמנינים בביהמ"ד ביאלא

נאסא פליגער לאנדעט אויפ’ן בויך
 
טעקסאס – א נאסא פארשונג פליגער האט געמאכט אן עמורדזשענסי לאנדונג אויף איר בויך אינעם עלינגטאן לופטפעלד נעבן יוסטאן, טעקסאס, נאך וואס א מעכאנישער פּראבלעם האט פארמיטן די רעדלעך פון זיך עפענען. דער פליגער האט זיך געגליטשט און געריבן אויפ’ן ראנוועי, שפּריצנדיג פלאמען און רויך. נאסא זאגט אז ביידע פלי מאנשאפט מיטגלידער זענען ארויס גענצליך אומבאשעדיגט און דער אינצידענט איז אונטער אויספארשונג.
 
ליפא, יידל, מוטי ויזל, נשמה ובני לאופר - שיר שבח והודיה
לכל הטעימות משיעורי הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א

האט איר בילדער פון מעמדים וואס זענען פארגעקומען ביי אונז אין ענגלאנד?
  שיקט אונז אריין און מיר וועלן עס מפרסם זיין דא פאר בחינם  

off...@luachhayom.com
 
T&C Apply 
Midweek - Download here
The weekly view - Download here
The simchah view - Download here
Linkit - Download here
שבת בשבתו - דריקט דא
News Update - Download here
Gateshead Kehilla Advertiser - Download here
The NW London Localnews - Download here
Koopjes plus Antwerp - Download here
North Manchester Circular - Download here

!פאר בלויז £15 וועט אייער קלאספייד ערשיינען דא פאר א גאנצע וואך

 
                                 FOR SALE                               

 

7 Seater Car For Sale, £2900, Toyota, Estima
2007, 129,000 miles Open to offers 07860766913

Hyundai Tucson – For Sale
22 reg | 21,330 miles
Full leather, fully loaded
Panoramic sunroof & dash cam

£21,000 O.N.O
Finance available

Call or text 07805 154036


Toyota prius 56 Reg Good condition  79,000 reverse Camera  £3,500 07477395716
TOYOTA PREVIA VVT-I T SPIRIT 7STR Silver M:165k £2200 ONO 07971573395
READY HMO FOR SALE – £63,000 p.a. – ALL UNITS EN-SUITE – PRICE £630,000
HMO opportunity coming in soon | Call 0203 488 8098 | mail....@gmail.com
Black Toyota prius, lather seats in good condision 2010 Reg For sale 3,200 ONO 07828189627
Custom software built to your needs (web, apps, automations, dashboards). 020 8036 1111
א מגילה למכירה 1. כתוב המלך בהתחלה .28 שורת. כתב אר"י רופט 07441934596 או אין מענה נא להשאיר ההודעה
QUICK SALE: 2005 Toyota Prius in good condition for only £1500 call 07774090462

                                   TO LET                                  

Cheap 9-seater van rentals in Eretz Yisroel Airport collection available. Call/WhatsApp +972 547448847
Large room in a shared house in the Eiruv inc garden, for reasonable price. No DSS 07492718972
Office to let st kildas road ground floor with air condition 125 pw all bills included 07957654017
TO LET 1 bedroom flat in Southwold Road with Yidishe neighbours (3rd floor) please call 07467672120
TO LET 4 bedroom house in craven park for 775PW 07346159527 - text only.
Office to let on High Road N15, opposite Craven Park Road. Suitable for 2-3 desks. £160 per week.Wi-Fi and all bills included. 07564 957 953

          JOB WANTED - JOB OPPORTUNITY          

עס ווערט געזוכט א גבאי/גבאים ארום צו גיין אין די בתי מדרשים מידי יום ביומו מיט די צדקה זעקליך
פאר זייער גוט באצאלט
פאר מער פרטים םביטע רופט 07891-243-759
Property management is looking for a road worker (male), immediate start, good pay, must have a car and driver’s license, Call 020-3996-9675 ext. 1
א מוסד זוכט א ווען דריווער אונצהייבן גלייך גוט באצהעלט זייער פאסיק פאר יונגלייט וואס זוכן א חלק טאג ארבעט ( מען קען בלייבן אין כולל ) רופט/טעקסט 07775-925-060
ווערט געזיכט א סעקרעטערי מיט גוטע
ענגליש פאר שעה א טאג
Text 07368585976 or
odagr...@gmail.com
געזוכט: א רוהיגע מסודר'דיגע יונגערמאן ארויסצוהעלפן אן אוועקגעשטעלטע Charity - האנדלען מיט קליענטן אויפן טעלעפאן און אימעיל, ריקארדען טראנזעקשנס און חשבונות, און מיטארבייטן מיט software developers צו אפגרעידן די סיסטעמס. רופט 02039969675 Ext. 1

                                 LOOKING                                  

Looking to rent a 2/3 bed house over pesach 
Need to be able to use the kitchen preferably a pesach kitchen 
Please call or text 07340085093
מחפשים גרפיקאי שיעבוד מהבית לפרטים יש לשלוח אימייל sabbat...@gmail.com
Looking for a shop to rent, with some storage at the back. Please email Silverkey...@gmail.com or call 2039910175 will pay a finder's fee of 1000 £
Looking for 2 or 3 bedroom ground or 1 floor 07904811768
Urgently looking for a 2 Bedroom flat. £1500 Finders Fee. Please call/text 07413118013
Looking to rent a nice size 4 bedroom house in Clapton Common area. Please text 07308154791

                                     MISC                                    

פרייליכע נייעס!
פרישע רייכע Music streaming collections פאר אפיסעס \ געשעפטן
אלע סעזאנען - גרינג צו ניצן - געשמאק צו הערן
stream.oitzerhanigunim.org
Bookkeeper with experience available to work remotely, approx 8-10 hrs per week. References available upon request. Mrs L 07393082327
We set up your S&P 500 Chasuna plan for only £150 a child or £300 for your entire family - 020 3488 8052
מיר בויען אויף אַלע אייערע סארטן Furniture – פון גרויס ביז קליין. רופט שמחי: 07972590136
האט איר קרעדיט קארד חובות? מיר נעמען אראפ די אינטרעסט ביז 0%
Rate Fix 02030921193
 שעות פתיחה 1-6


לכל המתעדים לנסוע לפולין לכבוד ז' שבט יומא דהילולא קדישא של הרה''ק רבי דוד מלעלוב זיע''א
וברצונם להשתטח על ציון הרה''ק רבי אהרן (אהרלע) יחיאל מזעליחוב זיע''א שכידוע הקשר האמיץ בין החצרות 
כדאי להתקשר עם השומר בית החיים כשעה לפני ההגעה 48-883-542-452 +
האדרעס: Reymonta 36A, 08-430 Zelechow, Poland
Important Planning Notice – Tandridge District
Tandridge Council has introduced an immediate Article 4 Direction- against HMO , currently awaiting final sign-off.
This affects areas as CR3 and CR6

                                השבת אבידה                               

Someone put keys through the letterbox by mistake on Craven Walk.
Marked: 818289 Norwood High Street SE27 9JS.
call 07392311815.
השבת אבידה, געטראפען א זילבערנעם שמש פון א מנורה, אויף קעיזנאוו פאר 4 יאר.  020-88062493 07769066922
Found in Elul a cream coloured cotton blanket with cherry design on Portland Ave. 07956039537, if not claimed within 2 weeks will be given away

                             TO GIVE AWAY                             

To giveaway neocate formula. Text only 07956039537

שיקט אריין ביי אימעיל אייער השבת אבידה אדער To give away,
און מיר וועלן עס אי"ה מפרסם זיין דא פאר בחינם.
 
Receive our daily luach via WhatsApp
by joining the link below 
Luach Hayom via WhatsApp
דריקט דא צו זעהן אלע גליונות פון דער לוח היום
דריקט דא צו אריילייגן א שמחה אין דער לוח היום
דריקט דא צו צולייגן א מנין צום רשימה
Sent by: The Luach Hayom London
To subscribe: ne...@luachhayom.com
To advertise here with us: in...@luachhayom.com
020-3657-2230           |           www.luachhayom.com
ג יתרו 030226 2_compressed.pdf
Reply all
Reply to author
Forward
0 new messages