טעגליכע לוח היום - זונטאג פר' וישלח תשפ"ו לפ"ק

27 views
Skip to first unread message

Luach Hayom

unread,
Nov 29, 2025, 7:45:33 PM (3 days ago) Nov 29
to לוח היום אימעיל

פרישע ארעסט איבער יום כיפּור שוהל אטאקע
 
ענגלאנד – אן 31 יעריגער מאן איז ארעסטירט געווארן אינעם מאנטשעסטער לופטפעלד אויף פארדאכט פון פּלאנירן א טעראר אטאקע, אין פארבינדונג מיט די קאר און שטעכעריי אטאקע וואס האט פּאסירט פארלאפענעם יום כיפּור ביי דער היטאן פּארק שוהל אין מאנטשעסטער, וואו 2 אידן הי"ד זענען אומגעקומען. פּאליציי זאגן אז זיבן ארעסטן זענען שוין געמאכט געווארן דערווייל, און 5 זענען באפרייט און איינער איז אויף בעיל. דער זיבעטער נעכטן איז ארעסטירט געווארן ביים אנקומען אין מאנטשעסטער.

עף-בי-איי גרייט זיך צו אינטערוויוען זעקס דעמאקראטישע געזעצגעבער איבער אנטי-טראמפ ווידעא
 
פאקס נייעס באריכטעט, אז די פעדעראלע ביורא פון אינוועסטיגאציע (FBI) גרייט זיך צו אפהאלטן אינטערוויוס מיט זעקס דעמאקראטישע געזעצגעבער. די אינטערוויוס קומען אין פארבינדונג מיט א ווידעא וואס די געזעצגעבער האבן ארויסגעלייגט, וועלכע האט גערופן אויף סי-איי-עי אגענטן און מיליטער זעלנער צו רעבעלירן קעגן פרעזידענט דאנאלד טראמפ. די אקציע פון די עף-בי-איי ווייזט אויף די ערנסטקייט מיט וועלכע די פעדעראלע רעגירונג נעמט די רופן צו פאליטישע רעוואלט פון פריוואטע בירגער אדער געזעצגעבער קעגן די אדמיניסטראציע.

ארגענטינע פרעזידענט מיליי מעלדט אריבערפירן עמבעסי קיין ירושלים אין פרילינג
 
פרעזידענט דזשאוויער מיליי פון ארגענטינע האט געמאלדן פאר מדינת ישראל אויסערן מיניסטער סער, אז די ארגענטינע עמבעסי אין מדינת ישראל וועט ווערן אריבערגעפירט קיין ירושלים אין דעם קומענדיגן פרילינג. מיליי האט אונטערגעשטראכן אז ער וועט זיך פערזענליך באטייליגן אין דער צערעמאניע פון די אריבערפירונג. די מעלדונג איז א שטארקער דיפלאמאטישער שריט לטובת מדינת ישראל און איז א פארשטארקונג פון די באציאונגען צווישן די צוויי לענדער.
טראמפ איז נישט ארויס צופרידן

נאך סאודיער באזוך

א באזוך פונעם סאודיער קרוין פרינץ (MBS) אין ווייסן הויז האט געברענגט גרויס אויפברויז פאר פרעזידענט טראמפ, לויט עקסיאס באריכטן. טראמפ האט געשטופט א גאנצע מיטינג אז MBS זאל אננעמען זיין פארשלאג און אנשליסן סאודי אראביע אין די עיברעהעם אקארדס. אבער דער קרוין פרינץ האט אפגעזאגט, זאגנדיג אז די סאודיע איינוואוינער זענען געווארן זייער אנטי-ישראליש נאך די מלחמה אין עזה, און אז סאודי אראביע וואלט נאר מסכים געווען זיך צו אנשליסן אויב מדינת ישראל וועט אנערקענען א פאלעסטינער לאנד.


משכון גוף געפונען אין עזה דורך חאמאס איסלאמיק דזשיהאד באשטעטיגט
 
דער אראבישער נייעס קאנאל אל דזשאזירא באריכטעט, אז א גוף פון א משכון וועלכער איז געהאלטן געווארן דורך די איסלאמיק דזשיהאד טעראר גרופע איז געטראפן געווארן אין די נוסייראת געגנט אין עזה. לויט די באריכטן, איז דער גוף געטראפן געווארן דורך חאמאס כוחות אין דער געגנט. איסלאמיק דזשיהאד האט שפעטער באשטעטיגט די מעלדונג, און געזאגט אז זיי האבן היינט געטראפן דעם גוף פון א משכון, אבער קיינע אידענטיפיקאציע אדער אומשטענדן איבערן טויט זענען נאך נישט ארויסגעגעבן געווארן.

ארסאן פייער שעדיגט
היסטארישער קלויז פון הייליגן רוזשינער זי"ע
אין סאדיגורא
    
אוקראינע – די אידישע געמיינדע אין טשערנאוויץ, אוקראינע איז געווארן שאקירט נעכטן, נאכדעם וואס די היסטארישע און הייליגע קלויז וואס איז געבויט געווארן דורכ'ן הייליגן רוזשינער זי"ע איז געווארן אונטערגעצינדן און שווער געשעדיגט.

דאס הייליגע שוהל שטייט אין סאדיגורא, א שטעטל אינערהאלב טשערנאוויץ. עס איז געבויט געווארן פאר'ן הייליגן רוזשינער זי"ע מיט בערך 180 יאר צוריק, נאכדעם וואס ער איז אנטלאפן פון רוסישע טורמע און איז אריבער דעם גרעניץ קיין אוקראינע.

לויט די לאקאלע באאמטע אין טשערנאוויץ, האט דער ארסאניסט זיך איינגעבראכן אינעם שוהל אין א מינוט וואס דער וועכטער האט זיך נישט דארט געפונען, און ער האט דאס אונטערגעצינדן, אבער ב"ה פייערלעשער האבן שנעל פארלאשן דעם פייער.

דער קלויז איז געעפנט געווארן פונדאסניי מיט ארום 10 יאר צוריק נאכ'ן אריבערגיין א לענגערע רענאוואציע, און דעריבער איז דער צער מיט די שאדנס גאר גרויס. דער פייער האט איבערגעלאזט פארברענטע ספרי קודש און סטרוקטור שאדנס.

די פּאליציי זאגן אז דער פייער איז געווארן אונטערגעצינדן דורך א גייסטיש-צערודערטן וועלכער האט א וויילע צוריק אונטערגעצינדן להבדיל אלפי הבדלות א קירכע. די לאקאלע אידן זאגן אז אין אלגעמיין וואוינען זיי אין פרידן און רואיגקייט אין טשערנאוויץ.
דריקט דא צו זעהן וידאו

Support Torah- And Win BIG.
Join Belz Kollelim UK in their mission to uphold Torah learning
and enter the raffle of a lifetime!

Belz Kollelim UK are renowned for producing exceptional Talmidei Chachamim, including all recent Belz Dayanim and Maggidei Shiur. Your support fuels the next generation of Torah leaders and brings you a tremendous zechus.
Invest in this tremendous zechus of supporting torah for a chance to win this incredible raffle!

TWO Grand Prizes- A Gold Bar, and a Silver Table- each valued at over £35,000!

Entry is only £72 - for a ticket into both raffles!

DON’T MISS OUR EARLY BIRD SPECIAL!
Enter before NOVEMBER 11 for a chance to win a trip for 2 to Cancun!
Support Torah. Strengthen Klal Yisroel.
Win big — in this world and the next.
Click HERE to enter now!
דריקט דא צו זעהן לייוו די לוח הזמנים והמנינים בביהמ"ד ביאלא

סענעטאר גרעסלי קלערט פון 9'טן טערמין—ביים עלטער פון 95 יאָר!
 
אין א גאר טשיקאַווע אנטוויקלונג, באריכטעט מען אז דער רעפובליקאנער סענעטאר טשאק גרעסלי פון אייאווע, וועלכער איז שוין היינט דער עלטסטער סענעטאר אין די סענאט, קלערט ערנסט פון לויפן פאר ווידער-וואלן פאר זיין ניינטן טערמין אין 2028. די טשיקאווקייט ליגט דערין, אז אויב ער וועט לויפן און געווינען, וועט גרעסלי זיין 95 יאר אלט ביים אנפאנג פון זיין נייעם טערמין, וואס וואלט געווען א היסטארישער רעקארד פון לענגליכע דינסט אין אזא הויכן עלטער.
מאיר אדלר - חיים פולק
לכל הטעימות משיעורי הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א

האט איר בילדער פון מעמדים וואס זענען פארגעקומען ביי אונז אין ענגלאנד?
  שיקט אונז אריין און מיר וועלן עס מפרסם זיין דא פאר בחינם  

off...@luachhayom.com
 
T&C Apply 
Gateshead Rosh Yeshiva, Rav Avrohom Gurwitz Shlit’a, visited Yeshivas Orach Chaim in Manchester Last Thursday night, where he placed a mezuzah on the new building during a special fundraising event.
Midweek - Download here
The weekly view - Download here
The simchah view - Download here
Linkit A - Download here
Linkit B - Download here
שבת בשבתו - דריקט דא
News Update - Download here
The NW London Localnews
Koopjes plus Antwerp - Download here
North Manchester Circular - Download here

!פאר בלויז £15 וועט אייער קלאספייד ערשיינען דא פאר א גאנצע וואך

 
                                 FOR SALE                               

For sale: 2 dining room cabinets, 2 children's beds, and a kids' chair. Selling due to moving . All items are in good condition and good priced call 
KEDEM ESTATES - Regal Red 7% Alc Box Of 6 £101 - 07814375591 - FREE DELIVERY
Amazon account for sale – 5 years old, with lots of good feedback. Call: 07592036405
Beautiful Ikea cupboards for sale due to moving plus dining room furniture please call 07814095951
2 Properties for Sale — Buy at a 3% Discount Below Market Value!
Flat 11, Francis House, Colville Estate, Hoxton, London, N1 5PX
Price: £360,000
Comparable Market Value: £500k+

Property 2:
Flat 7, Hinchinbrook House, Mortimer Crescent, Kilburn, London, NW6 5UP
Price: £200,000
Comparable Market Value: £300k+
Both properties are available at 30% below market value, offering an excellent opportunity.
For more information, please contact:
07352538443
abprope...@gmail.com
Brand new purple Skechers, size 4.5, RRP £75, selling £50, wrong size. Call 07903306523.

                                   TO LET                                  

Nice 2 bedroom groundfloor apartment in Westcliff to rent for Shabbos or weekdays, call/text 07807323528
Offices to let – Bruce Grove. Easy access, plenty Parking. Please call 07561684294
New cars for long-term rental for £400 a month. Age 25+. Call: 07599095783.
SHORT TERM LET
2 Bedroom Flat - Leabourne Road
First Floor Perfect for Mechutanim or guests
Fully furnished & well-equipped
Within the Eiruv 1 minute from Biala Please call or Text 07423 962 010
3-bedroom, 2-bathroom apartment in a Heimishe block with Eiruv Available for short breaks or Shabosim.
call 07939842004
3 bed maisonette for rent, 2 nd floor, Upper Clapton, £3100/ month. Please call or text  07770705415
A nice studio flat to rent in cazenove area for £1250 per month all bills included. email in...@capitallettingsgroup.co.uk
‘’Offices to let – Bruce Grove. Easy access, plenty Parking. Please call 020 8802 1800.’’
SHORT TERM LET
2 Bedroom Flat - Leabourne Road
First Floor Perfect for Mechutanim or guests
Fully furnished & well-equipped
Within the Eiruv 1 minute from Biala Please call or Text 07423 962 010

          JOB WANTED - JOB OPPORTUNITY          

A local men's clothing shop is looking for a worker for morning or afternoon long-term 
well-paid job 
Please email: Jobof...@gmail.com Or text 07359586107
JOB OPPORTUNITY - ארבעטס געלעגנהייט 
געזוכט א פלייסיגע ארבייטער מיט UK לייסענס (Automatic איז גוט), שווערע פיזישע ארבעט (שלעפן שווערע חפצים) געשמאקע ענווייערמענט, גאר שיין באצאלט, מיט א פאטענציאל צו פארדינען פראצענטן פון די רווחים.
פאר מער פרטים רופט 
07383886057 אדער 07356229904
א מוסד זוכט א ווען דריווער אונצהייבן גלייך גוט באצהעלט זייער פאסיק פאר יונגלייט וואס זוכן א חלק טאג ארבעט ( מען קען בלייבן אין כולל ) רופט/טעקסט 07775-925-060
Local greengrocer is looking for a shop manger please call or text 07770493648

                                 LOOKING                                  

Looking to exchange a shared ownership nice size 3 bedroom ground floor maisonette with garden approx. 130 sqm. in Clapton area for a similar property in Heathland area. 07913367748. dz33...@gmail.com
Local moised is looking to rent a big house or commercial space with a garden, in the area, for a few years.
Please call : 07356173271
Finders fee £1000
Looking to exchange a shared ownership nice size 3 bedroom ground floor maisonette with garden approx. 130 sqm. in Clapton area for a similar property in Heathland area. call/text 07913367748. dz33...@gmail.com

                                     MISC                                    

Bookkeeper with experience available to work remotely, approx 8-10 hrs per week. References available upon request. Mrs L 07393082327
We set up your S&P 500 Chasuna plan for only £150 a child or £300 for your entire family - 020 3488 8052
מיר בויען אויף אַלע אייערע סארטן Furniture – פון גרויס ביז קליין. רופט שמחי: 07972590136
האט איר קרעדיט קארד חובות? מיר נעמען אראפ די אינטרעסט ביז 0%
Rate Fix 02030921193
 שעות פתיחה 1-6



                                השבת אבידה                               
Found a Ladies Hat on High Road / South Tottenham Station area on Sunday 02/Nov Please call 07419989798.

                             TO GIVE AWAY                             

Found a Regalia ring between Craven Walk and Portland 07708905907
To give away well used ikea cupboards, 4 doors with shelves, hanging and baskets, hinges need bit fixing. width 240cm please text only to 07932143467.

שיקט אריין ביי אימעיל אייער השבת אבידה אדער To give away,
און מיר וועלן עס אי"ה מפרסם זיין דא פאר בחינם.
 
Receive our daily luach via WhatsApp
by joining the link below 
Luach Hayom via WhatsApp
דריקט דא צו זעהן אלע גליונות פון דער לוח היום
דריקט דא צו אריילייגן א שמחה אין דער לוח היום
דריקט דא צו צולייגן א מנין צום רשימה
Sent by: The Luach Hayom London

א וישלח 301125_compressed.pdf
Reply all
Reply to author
Forward
0 new messages