טעגליכע לוח היום לונדון - מיטוואך כ"ט אדר תשפ"ו

12 views
Skip to first unread message

Luach Hayom

unread,
Mar 17, 2026, 7:29:59 PMMar 17
to לוח היום אימעיל, לוח היום אימעיל 2

אלי לארידזשאני, דע-פאקטא פירער פון איראנער רעזשים, אומגעברענגט אין טעהראן
 

טעהראן - אלי לארידזשאני, דע-פאקטא פירער פון איראנער רעזשים, אומגעברענגט אין געצילטע באמבארדירונג אויף טעהראן. לארידזשאני האָט געדינט אַלס סעקרעטאַר און פירער פון איראַן'ס נאַציאָנאַלע זיכערהייט קאַונסיל, און מדינת ישראל באַאַמטע האָבן געזאָגט אַז לארידזשאני איז געווען דער דע-פאַקטאָ פירער פון די איראַנער רעזשים נאָך וואָס אַיאַטאָלאַ כומעיני איז אומגעברענגט געוואָרן.

לארידזשאני איז באַטראַכט געוואָרן אַלס דער הויפּט מייסטער קאָפּ פון די ברוטאַלע אונטערדרוקונג קאַמפּיין קעגן די פּראָטעסטן וואָס האָבן געבוזשעוועט אין איראַן פאַר צוויי חדשים צוריק, וואָס האָט געקאָסט טויזנטער לעבנס פון איראַנער בירגער. פאָריגע וואָך פרייטאָג איז לארידזשאני ערשינען אין פּובליק און זיך געדרייט אויף די גאַסן פון טעהראַן, צו צייגן אַז ער האָט נישט מורא פאַר זיין לעבן, און יעצט איז ער עלימינירט געוואָרן אין א באָמבאַרדירונג אויפן איראַנער הויפּטשטאָט.

אזוי אויך הויפט קאמאנדיר פון איראנער רעזשים'ס באסידזש קרעפטן, גאלעם רעזא סולימאני, אומגעברענגט אין באמבארדירונג. די באַאַמטע זאָגן אַז סולימאני האָט דירעקטירט א נעץ פון טשעקפּוינטס לענגאויס איראַן, צו אונטערדרוקן סיי וועלכע פּרואוון פון די איראַנער בירגער צו נוצן די יעצטיגע מלחמה אָנצוהייבן פרישע פּראָטעסטן קעגן די רעזשים. לויט באַריכטן זענען אַלע קאָמאַנדירן פון די באַסידזש קרעפטן אומגעברענגט געוואָרן אין די באָמבאַרדירונג אויף טעהראַן, און באַזונדער אויך די באסידזש קאָמאַנדירן אין די סטראַטעגישע שטאָט שיראז.


טראמפּ פּרעשורט וועגן "הארמוז וואסער וועג"

וואשינגטאן – טראמפּ פארשטארקערט זיין דרוק אויף וועלט'ס לענדער זיך צוצושטעלן צו א נייע גלאבאלע קאאליציע צו באגלייטן האנדלס שיפן און אויל טאנקער שיפן אריבער דעם "הארמוז וואסער וועג", מיט'ן ציל זיי צו באשיצן פון פּאטענציעלע איראנער אטאקעס. ביי א זיצונג אין ווייסן הויז האט טראמפּ ערווענט אז אנדערע לענדער באקומען פיל מער אויל דורכ'ן הארמוז אין פארגלייך צו אמעריקע, אבער ער האט צוגעלייגט אז אמעריקע קען ווען אליינס קאנטראלירן דעם הארמוז.


שווערער טאג אין ארץ ישראל
מיט איראן און כיזבאללא מיסילס

ארץ ישראל — נעכטן איז געווען א שווערער טאג פון מיסיל און ראקעט אטאקעס דורך איראן און כיזבאללא אויף ארץ ישראל. דאס איראנער מיליטער האט געשאסן פינף רונדעס מיסילס, צילנדיג אלע טיילן פונעם לאנד. א ריזיגע שטיק פון א מיסיל האט געלאנדעט אין צפת נעבן דער מקוה פונעם אר"י הקדוש. אין ירושלים זענען גרויסע שטיקער פון ראקעטן געפאלן אינעווייניג אין באיאנער ביהמ"ד, אין הויף פון דער בעלזער ישיבה אויף רחוב אגריפס. אפילו אין הויף פונעם כנסת המינים און נעבן אפיס פונעם ראש הממשלה נתניהו שר"י זענען געפאלן ראקעט-שטיקער. אין צפון ארץ ישראל זענען זעקס פארוואונדעט געווארן אין נהרי' פון א כיזבאללא ראקעט, און אין קיבוץ כברי איז איינער פארוואונדעט געווארן.
 


בעלגישע מיליטער וועט באשיצן אידישע געביידעס אינמיטן וואקסנדיגן געפאר
 
אנטווערפּן – נעכטן האט די בעלגישע רעגירונג דערגרייכט א באשלוס צו אקטיוויזירן דאס מיליטער צוצושטעלן באשיצונג פאר אידישע געביידעס איבער'ן לאנד, אריינגערעכנט בתי מדרשים, מוסדות התורה, ארגאניזאציעס און אינסטיטוציעס.

דאס קומט אינמיטן אן אנגייענדיגע כוואליע פון אנטיסעמיטישע אטאקעס איבער דער גארער וועלט, אריינגערעכנט אמעריקע און א צאל אייראפּעאישע לענדער, אלס דירעקטער רעזולטאט פון דער מלחמה צווישן אמעריקע, מדינת ישראל און איראן.

דער באשלוס אריינצוברענגען זעלנער צו באשיצן אידישע פּלעצער פאלגט נאך דעם אויפרייס ביי א שוהל אין שטאט ליעזש, פיזישע און מונדליכע אנגריפן אויף חרדי'שע אידן אין אנטווערפּן, אין צוגאב צו אטאקעס אין דערנעבנדיגן האלאנד.

אם ה' לא ישמר עיר שוא שקד שומר.
 

פּאריז אייסיס אטאקע פּלאן קעגן אידן פארמיטן
 
אייראפּע — צוויי ברידער אין זייערע צוואנציגער יארן זענען ארעסטירט געווארן אין צפון פראנקרייך פאר'ן פּלאנירן אן אנטיסעמיטישע אטאקע, נאכדעם וואס די פּאליציי האט געטראפן אן אנגעפולטן ביקס, אויפרייס מאטעריאל און אן אייסיס טעראר פאן אין זייער קאר. פּראקורארן זאגן אז די צוויי זענען לעצטנס געווען אויסגעשטעלט צו דזשיהאדיסטישע פּראפּאגאנדע און נישט קענענדיג פארן קיין סיריע קעמפן, האבן זיי באשלאסן אנשטאט דעם צו אטאקירן אידן אין פראנקרייך ה"י.
 
Click here to fill in you deatils
דריקט דא צו זעהן לייוו די לוח הזמנים והמנינים בביהמ"ד ביאלא

יאפּאן פרעגט: מהיכן ה'רער' הזה חי?
 
יאפּאן – א מאסיווע אייזערנע רער איז אומערווארטעט ארויסגעוואקסן מער ווי דרייצן מעטער העכער דער ערד ביי אן אפּלויף קאנסטרוקציע ארט אין אוסאקא, יאפּאן, ברענגענדיג בייז וואונדער ביי איינוואוינער און שטערנדיג מאטאריסטן טראפיק. באאמטע האבן געזאגט אז דער רער איז מסתמא געשווימען צום אויבערפלאך נאכדעם וואס ארבעטער האבן עס אויסגעליידיגט פון וואסער אינמיטן דער ארבעט. ארבעטער האבן עטליכע שעה שפּעטער עס צוריק אנגעפילט מיט וואסער און עס אראפּגעשטופּט.
 
מקהלת שירה & אהרעלע סאמעט - זינג מיט שירה
לכל הטעימות משיעורי הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א

האט איר בילדער פון מעמדים וואס זענען פארגעקומען ביי אונז אין ענגלאנד?
  שיקט אונז אריין און מיר וועלן עס מפרסם זיין דא פאר בחינם  

off...@luachhayom.com
 
T&C Apply 
Midweek A - Download here
Midweek B - Download here
The weekly view - Download here
The simchah view - Download here
Linkit - Download here
Linkit 2 - Download here
שבת בשבתו - דריקט דא
News Update - Download here
Gateshead Kehilla Advertiser - Download here
The NW London Local news - Download here
Koopjes plus Antwerp - Download here
North Manchester Circular - Download here

!פאר בלויז £15 וועט אייער קלאספייד ערשיינען דא פאר א גאנצע וואך

 
                                 FOR SALE                               

KEDEM ESTATES: Blush Chablis / Cabernet Soft / Red Chablis / £101 BOX of 6 07814375591


צו פארקויפן שיינע מזוזות פון א סופר מיט א תעודה בתוקף רופט :07974915472


For sale in Jerusalem in the new neighborhood of Gilo of Avrechim Bnei Torah 5 rooms + a huge balcony Sukkah of 70 meters. Price 1.3M pounds 07310122555

                                   TO LET                                  

OFFICE TO LET
1- Desk Office Room to Rent in Amhurst Parade
Bills & internet included.
For more details call 020 3745 8020 Or Ad...@blossomestates.co.uk
1 bedroom flat for sleeping on Castlewood Rd.
Available from 31.03 to 30.04. Call : 0735 253 6791.
2 New Offices to let on Grosvener Way. All bills included. 07737824208
Ground floor office to rent – two rooms, located on Filey Avenue.
For further details please call 07976 037 619.
4 bedroom small ex council house to let in Theydon area for £3800 ono, call/text 07507966754
To let: a flat of 3.5 big rooms for office use, in heart of Clapton Common area. 07887327123

          JOB WANTED - JOB OPPORTUNITY          
Job Opportunity: Are you a people person with an understanding of software, have a few hours a day, and want to earn well? We want to hear from you. Please email a CV to in...@arbyte.co.uk - Ref: RSP
האט איר לייסענס? א side job מיט גוטע פארדינסטן-עס לוינט זיך!!
דרייוו א חדר ווען אפי' נאר איינצעלנע שעות און פארדינט שיין. 07308-273-289

                                 LOOKING                                  
 
בית מדרש בשכונת סטמפורד היל מחפש מקום לתפילות בימות החול ובשבתות, המתאים ל־60–70 מתפללים.
מוכן לשלם טוב. רופט 07464490080
Looking to exchange a 7/8 seater car in London with 7/8 car in Israel for pessach  pls call 07700164250
Urgently looking for a 2 bedroom flat, £400 finder’s fee. Call 07934819529.

                                     MISC                                    

פרייליכע נייעס!
פרישע רייכע Music streaming collections פאר אפיסעס \ געשעפטן
אלע סעזאנען - גרינג צו ניצן - געשמאק צו הערן
stream.oitzerhanigunim.org
וַאֲנִי, קִרְבַת אֱלֹקִים לִי-טוֹב
ווילט איר זוכה זיין צי שטארקע אמונה אין ביטחון.
לערנט 'א שיעור א וואך' מיט די שיעורים אויף חובת הלבבות פון המג"ש הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א.
צו באקימע בחינם א USB מיט שיעורים (1-200), שיקט א טקסט מיט אייער אדרעס צו 07967740567.
וְהַבּוֹטֵחַ בַּה' חֶסֶד, יְסוֹבְבֶנּוּ
Children with ADHD struggle with emotional regulation amongst many other difficulties. Martial arts has been proven to improve their ability to self regulate and enhance focus. New group of self defence for boys starting next week. Small group. Heimishe instructor. Boys age 10-12. This group will take place during cheder hours. For more information and to book your son in please call/text Mrs Linshe 07956039537

                                השבת אבידה                               


                             TO GIVE AWAY                             


שיקט אריין ביי אימעיל אייער השבת אבידה אדער To give away,
און מיר וועלן עס אי"ה מפרסם זיין דא פאר בחינם.
 
Receive our daily luach via WhatsApp
by joining the link below 
Luach Hayom via WhatsApp
דריקט דא צו זעהן אלע גליונות פון דער לוח היום
דריקט דא צו אריילייגן א שמחה אין דער לוח היום
דריקט דא צו צולייגן א מנין צום רשימה
Sent by: The Luach Hayom London
To subscribe: ne...@luachhayom.com
To advertise here with us: in...@luachhayom.com
020-3657-2230           |           www.luachhayom.com
ד ויקרא 180326 2_compressed.pdf
Reply all
Reply to author
Forward
0 new messages