טעגליכע לוח היום לונדון - מיטוואך ה' אב תשפ"ה

9 views
Skip to first unread message

Luach Hayom

unread,
Jul 29, 2025, 7:47:51 PMJul 29
to לוח היום אימעיל

שיסעריי אין מאנהעטן קאסט 5 קרבנות
 
מאַנהעטן – א שרעקליכע שיסעריי האָט פּאַסירט נעכטן אין אַן אָפיס געביידע אין מידטאַון מאַנהעטן, אויף פּאַרק עוועניו צווישן די 51'סטע און די 52'סטע סטריטס, וואו א באַוואָפנטער פּאַרשוין האָט אַריינגעשטורעמט און אָנגעהויבן שיסן, קאסטנדיג די לעבנס פון איין פּאָליציי אָפיציר און 3 ציווילע.

די פּאָליציי באַאַמטע האָבן געזאָגט אַז דער שיסער, אידענטיפיצירט אַלס שעין דעוואן טאמורא פון לאָס וועגאַס, נעוואַדאַ, איז אָנגעקומען צום אָפיס געביידע מיט אַן עס-יו-ווי וואָס איז געווען רעגיסטרירט אין זיין נאָמען. טאמורא האָט דאַן געשאָסן א פּאָליציי אָפיציר, בעפאָר'ן אַריינשטורעמען אין די געביידע.

טאמורא האָט אויף די 33'סטע שטאָק פונעם אָפיס געביידע געשאָסן און אומגעברענגט 3 ציווילע, בעפאָר ער איז באַגאַנגען זעלבסטמאָרד. עס האָט געדויערט א לענגערע צייט פון כאַאָס און אומקלאָרקייט, בעפאָר עס איז פעסטגעשטעלט געוואָרן אַז דער אינצידענט און דער געפאַר זענען פאַראיבער.

מעיאָר עדעמס, פּאָליציי קאָמישאָנער פרוי טיש און אַנדערע האָבן נעכטן נאַכט געגעבן אַן עמורדזשענסי אויפטריט פאַר'ן פּובליק, מעלדנדיג צווישן אַנדערן אַז דער שיסער האָט געהאַט א היסטאָריע פון גייסטישע קרענק, אָבער זיינע פּונקטליכע מאָטיוון מיט דער שיסעריי זענען אונטער אויספאָרשונג.
 

טראמפּ דערקלערט טויט-הונגער קריזיס אין עזה טעריטאריע
 
מיטל-מזרח – דער אמעריקאנער פּרעזידענט דאנאלד טראמפּ האט געזאגט נעכטן אז ער שטימט נישט איין מיט'ן מדינת ישראל פּרעמיער מיניסטער ביבי נתניהו וועלכער זאגט נאכאנאנד אז עס איז נישטא קיין שום פּראבלעם פון טויט-הונגער אין דער פּאלעסטינער טעריטאריע פון עזה.

"באזירט אויף דער נייעס דעקונג וואלט איך געזאגט אז נישט, וויבאלד די קינדער זעען אויס צו זיין זייער הונגעריג", האט טראמפּ געזאגט, ווען מען האט אים געפרעגט צי ער שטימט צו מיט נתניהו. "עס איז דא ערנסטע טויט-הונגער אין עזה. דאס קען מען נישט פעלשן", האט ער צוגעלייגט.

דער פּרעזידענט האט געזאגט, רעדנדיג אין סקאטלאנד, אז אמעריקע און אייראפּע וועלן שיקן פרישע הילף קיין עזה, דירעקט צו די פּאלעסטינער ציווילע מאסן. עס איז אבער נישט גלייך קלאר געווען צי טראמפּ רעדט פון א נייער אונטערנעמונג, אבער אויסברייטערן עקזיסטירנדע הילף.
 

טראמפּ פארקירצט פּוטין אולטימאטום
 
אייראפּע – פּרעזידענט טראמפּ האט נעכטן געזאגט אז ער וועט געבן פאר'ן רוסישן פּרעזידענט נאך צען אדער צוועלף טעג צו דערגרייכן א פייער אפּשטעל מיט אוקראינע, און אז נישט וועט ער אויסשטיין פרישע עקאנאמישע דרוק דורך סאנקציעס פון אמעריקע. אריגינעל האט טראמפּ געהאט געגעבן פאר פּוטין פופציג טעג צו איינגיין אויף א פייער אפּשטעל מיט די אוקראינישע רעגירונג, אבער ער האט נעכטן געזאגט אז ער פארקירצט עס, נישט זעענדיג קיין פארשריט דערווייל.
 

קאמבאדיע און טיילאנד פייער אפּשטעל
 
אזיע – די פירער פון טיילאנד און קאמבאדיע זענען איינגעגאנגען אויף א פייער אפּשטעל, ברענגענדיג צו אן ענדע די פינף טאגיקע מלחמה וואס האט געבושעוועט צווישן די צוויי לענדער און אפּגעקאסט צענדליגער פאטאליטעטן. דער פייער אפּשטעל איז אויסגעארבעט געווארן דורך מאלאזיע, וועלכע זאגט אז זיי וועלן ווייטער פירן געשפּרעכן צו לעזן די אונטערליגנדע פאקטארן וואס האבן געפירט צום קאנפליקט. טראמפּ האט גענומען קרעדיט און זיך דערקלערט אלס "פּרעזידענט פון שלום!"
 

אידישע געפינסן אין אלטע רוימישע שטאט
 
שפּאניע – נייע ארכעאלאגישע אויפדעקונגען אין דער אלטער רוימישע שטאט קאסטולא אין דרום שפּאניע טוען אנדייטן איבער דער אנוועזנהייט פון א אידישע קהילה וואס מ'האט ביז יעצט נישט געוואוסט דערפון, בערך זעכצן הונדערט יאר צוריק. די געפינסן נעמען אריין אויל לעמפּ שטיקער און א באלאטע מיט מנורות אויפגעקריצט און א דעקל פון א פעסל איינגעקריצט מיט לשה"ק אותיות. די געפינסן פירן פארשער איבערצוטראכטן דאס וואס א דערנעבנדיגע געביידע אויף וועלכע מען האט ביז היינט געמיינט אז ס'איז איבערבלייבענישן פון א קירכע, אז ס'איז עכט איבערבלייבענישן פון א שוהל.
 

אריזאנע אנטיסעמיט קאנדידאט פארדאמט
 
וואשינגטאן – אידישע גרופּעס האבן פארדאמט דעם אריזאנע גאווערנאר קאנדידאט קייעל לענגפארד, וועלכער האט געזאגט אז אוישוויץ איז א מאדעל צו עלימינירן ארבעטסלאזיגקייט – אין אנדערע ווערטער אז מען זאל עלימינירן און אומברענגען אלע אמעריקאנער וואס ארבעטן נישט. ווען דער "אוישוויץ מוזעאום" האט פארדאמט לענגפארד אין א סטעיטמענט, האט ער זיך באדאנקט פאר זיי און געזאגט אז זיינע דייטשע אור-עלטערן זענען שטאלץ מיט אים. לענגפארד האט ביי א געלעגנהייט גערופן אלע אידן זיך צו טויפן צום קאטוילישן גלויבן ה"י.
 
דריקט דא צו זעהן לייוו די לוח הזמנים והמנינים בביהמ"ד ביאלא

א ראטן אינוואזיע אין לאנג איילענד
 
ניו יארק – איינוואוינער אין האנטינגטאן, א שטעטל אין לאנג איילענד, ניו יארק, זענען לעצטנס געווען אין די נייעס איבער דעם וואס א גרויסע פּראצענט פון די לאקאלע פאמיליעס זענען מיטאמאל געווארן זייער רייך, אבער עס זעט אויס אז די העדליינס זענען אנגעקומען צו די אויערן פון ראטן... האנטינגטאן איינוואוינער זאגן אז אין די לעצטערע טעג זענען זיי ממש אינוואדירט געווארן דורך הונדערטער ראטן, וועלכע דרייען זיך פראנק און פריי אויף די גאסן, אין די פעלדער און פארנט פון די הייזער. סופאלק קאונטי באאמטע ווייסן נאכנישט פון וואו די ראטן אינוואזיע קומט און וויאזוי זיך צו ספּראווען דערמיט.
 
לכל הטעימות משיעורי הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א

האט איר בילדער פון מעמדים וואס זענען פארגעקומען ביי אונז אין ענגלאנד?
  שיקט אונז אריין און מיר וועלן עס מפרסם זיין דא פאר בחינם  

off...@luachhayom.com
 
T&C Apply 
שבת בשבתו - דריקט דא
Midweek - Download here
Linkit A - Download here
Linkit B - Download here
The weekly view - Download here
The Simchah view - Download here
News Update - Download here
North manchester circular- Download here
The NW London Localnews
Koopjes plus Antwerp - Download here

!פאר בלויז £15 וועט אייער קלאספייד ערשיינען דא פאר א גאנצע וואך

 
                                 FOR SALE                               

HOLIDAY essentials MADESAFER Hotplates, Slow cookers, Urns, Shabbos Lamps available in local shops. Or call 07989628478~02088029243

Toyota 8 seater Previa 54 reg in good condition for sale - pls call/text £2500 OBO 07723706269
מיר קויפן צעבראכנע Canon דיגיטל קאמעראס, צאלן גוט קעש
רופט/טעקסט 07365657329 yh76...@gmail.com
UNDER £2000! Affordable & reliable cars for sale (with mechanic guarantee) 07774090462
                                   TO LET                                  
 
6 bedroom flat in Manchester Qing Square large living room kitchen + garden & trampoline. Aug 6–19. Call 07807017383.
Holiday in Manchester – large new apartment near MH, Aug 11–22 – 07553255662

NEW 2-bedroom flat in Manchester with large kitchen – available 31/07 to 18/08
Previa 8 seats to rent for the holidays please call 07535481082
Summer holiday : 4-bedroom flat in Manchester, central location, garden, near park. 07932177414 07916150975
To rent: Toyota Prius £50 per day, (including 50 milles) £7.50 per hour (min 4 hours) call: 07868 379712
אחוזת קרעסטיר 
א הערליכע נייע וילה מיט 9 הויעכקלאסיגע בעטן אין קרעסטיר צו פארדינגען.
נאך פריי אויף די צווייטע און דריטע וואך פון וואקאנס (10.08).
גרויסע חצר מיט פריוואטע פארקינג, 10 מינוט צו גיין פון ר' ישעילע'ס הויז.
צו רעזערווירן רופט: 32489935202+
 

          JOB WANTED - JOB OPPORTUNITY          
 


Job Vacancy - Watch company looking for a worker to repair small issues, process returns & help out customers.
Must be handy, detail oriented & have basic computer knowledge. Training provided.
Part time with full time potential.
Please call/text 07300991219 If no answer leave a message.

                                 LOOKING                                  
 
Looking for a Yingerman or a bucher to serve in a shop in the afternoon/night hours, well-paid job please email  jobof...@gmail.com

 
TT D'Gur is looking for English Teachers - afternoon hours - please call: 07493664833 and leave a message.
א היימישע חסידישע יונגערמאן זוכט אן ארבעט. רופט 07462254940

                                     MISC                                    

Full personal service: UC Applications £85, 100% Satisfaction benefits...@gmail.com 07706607929
We set up your S&P 500 Chasuna plan for only £150 a child or £300 for your entire family - 020 3488 8052
                                השבת אבידה                               


                             TO GIVE AWAY                             


שיקט אריין ביי אימעיל אייער השבת אבידה אדער To give away,
און מיר וועלן עס אי"ה מפרסם זיין דא פאר בחינם.
 
Receive our daily luach via WhatsApp
by joining the link below 
Luach Hayom via WhatsApp
דריקט דא צו זעהן אלע גליונות פון דער לוח היום
Sent by: The Luach Hayom London
To subscribe: ne...@luachhayom.com
To advertise here with us: in...@luachhayom.com
020-3657-2230           |           www.luachhayom.com
3040725 ד דברים_compressed.pdf
Reply all
Reply to author
Forward
0 new messages