טעגליכע לוח היום לונדון - דאנערשטאג י"ג אייר תשפ"ו

25 views
Skip to first unread message

Luach Hayom

unread,
Apr 30, 2026, 12:22:55 AMApr 30
to לוח היום אימעיל, לוח היום אימעיל 2

צוויי יודן פארוואונדעט אין א שרעקליכע
שטעכעריי אטאקע אין גאלדערס גרין

לאנדאן - א שרעקליכע שטעכעריי האט פאסירט היינט (מיטוואך) אין די גאלדערס גרין געגענט, וואו א פארשוין מיט א מעסער האט געשטאכן און ערענסט פארוואונדעט צוויי אידן. דער פארשוין האט צוערשט געשטאכן אן עלטערע איד ביי א באס סטאנציע אין די געגענט, און דערנאך א צווייטע איד אין די 30'ר יארן. שומרים וואלאנטירן זענען אין איילעניש ארויס געקומען אויפ'ן סצענע, און האבן באוויזן צו פארהלאטן דעם פארשוין ביז די פאליציי איז אנגעקומען און אים אוועק געפירט אינטער ארעסט. די צוויי אידן זענען באהאנדעלט געווארן דורך הצלה, און זענען געווארן אפגעפירט אין שפיטאל אין א סטאבילן צושטאנד. ווי די מעט פאליציי געט איבער איז דער אטאקירער א פארשוין אין די 40'ר יארן, און ער ווערט געהאלטן אויף מארד-פארזיך קלאגעס. די ציבור איז מתפלל פאר ביידע אידן שלמה בן בילא און נחמן משה בן חיה שרה לרפו"ש.

פרעמיער מיניסטער קיר סטארמער האט שארף פארדאמט די שטעכעריי אטאקע אויף צוויי אידן אין די גאלדערס גרין געגענט. סטארמער האט זיך אויך באדאנקט פאר חברה שומרים, חברה הצלה און די פאליציי פאר זייער שנעלע רעאקציע, און פארשפראכן אז די פארמישטע וועלן געהאלטן ווערן פאראנטווארטליך. היים סעקרעטערי פרוי מאכמוד האט אויך פארעפענטליכט א סטעיטמענט אין וואס זי דרוקט אויס מיטלייד מיט אלע באטראפענע פון די אטאקע און די אידישע געמיינדע אין אלגעמיין, און באדאנקט זיך פאר די פאליציי פאר'ן ארעסטירן דעם פאראנטווארטליכן.

לאנדאן מעיאר סאדיק קאהן האט ארויס געשטעלט א גאר שארפע סטעיטמענט, אין וואס ער דערמאנט אז אידן אין לאנדאן ליידן די לעצטע שטיק צייט פון מערערע שאקירענדע אנטיסעמיטישע אטאקעס, און דערקלערט אז מען וועט נישט טאלערירן קיין שום סארט אנטיסעמיטיזעם. ווי דער מעיאר זאגט האט די פאליציי געהעכערט פאטראל אין די געגענט פאר די קומענדיגע שטיק צייט.

אין די זעלבע צייט האט די פאליציי געמאלדן, אז דורכאויס די אטאקע האט דער 45-יעריגער אטאקירער אויך פראבירט צו שטעכן פאליציי אפיצירן. די געגענט וואו די אטאקע איז פארגעקומען איז געווען בלויז ארום 300 יארד ווייט פון וואו עס איז פארגעקומען די ארסאן אטאקע אויף הצלה אמבולאנסן, און בלויז ארום 500 יארד ווייט פון די געדענקמאל וואנט פאר שמיני עצרת אומגעקומענע וועלכע איז פריער אין וואך געצילט געווארן אין אן ארסאן אטאקע.

ווי שומרים געט איבער איז די ערשטע איד געשטאכן געווארן אינדרויסן פון א שול אויף הייפיעלד עוועניו, און דערנאך איז דער אטאקירער אראפ געלאפן גאלדערס גרין ראוד וואו ער האט געשטאכן דעם צווייטן איד. ווי די פאליציי זאגט ווערט די אינצידענט איז אויסגעפארשט אלץ טעראר אינצידענט, און אויספארשער ארבייטן יעצט צו דערגיין אלע דעטאלן ארום דעם.

דער פירער פון די קאנסערוואטיווע פארטיי אין ענגלאנד, קעמי בעידענאָק, זאגט אז די אטאקעס וואס קומען פאר אקעגן אידן דארפן באטראכט ווערן דורך די רעגירונג ווי א נאציאנאלא אמערדזשענסי. קריס פיליפ, א הויפט פארליאמענט מיטגליד פון די קאנסערוואטיווע פארטיי, האט געלאזט פאלן ווערטער אז עס קען זיין פארבינדן צו איראן, זאגענדיג, אז עס איז געקומען די צייט פאר די רעגירונג צו נעמען ערענסטע שריט אקעגן אנטיסעמיטיזעם און איסלאמישע עקסטרעמיזעם.
 

Sign this petition Fund permanent, 24-hour police patrols in Jewish communities

איראן נוצט פארלענגערטע פייער אפּשטעל צו פארכאפּן שיפן אין הארמוז

טעהראן – איראן האט פארכאפּט צוויי שיפן אינעם "הארמוז וואסער וועג" נעכטן, דאס ערשטע מאל זינט די מלחמה האט זיך אנגעהויבן, און דאס קומט נאך וואס פּרעזידענט טראמפּ האט פארלענגערט דעם פייער אפּשטעל אנדעם וואס ער זאל שטעלן א פרישע דעדליין פאר די רעזשים.

טעהראן האט געזאגט אז אויב וויל אמעריקע א פולשטענדיגע פייער אפּשטעל, וועט זי מוזן אראפּנעמען די מיליטערישע בלאקאדע אויף איראנער פּארטן. די רעזשים האט אויך פּאראדירט מיט באליסטישע מיסילס אויף די גאסן פון טעהראן און געווארנט אז הארמוז איז ווייטער אונטער איר קאנטראל.

דערווייל פּרובירט פּאקיסטאן צוריקצוברענגען ביידע לענדער צום פארהאנדלונגס טיש און סקעדזשולען א פרישע רונדע געשפּרעכן, טראץ וואס עס זענען דא זייער אסאך אומקלארע אישוס. ווי עס זעט יעצט אויס, איז דא א שטארקע מעגליכקייט פאר א זיצונג אין איסלאמאבאד מארגן פרייטאג.
 


אייראפּע 100 ביליאן דאלער פאר קיעוו

בריסל – אוקראינע איז ערווארטעט צו באקומען מער ווי הונדערט ביליאן דאלער נאכדעם וואס אייראפּעאישע יוניאן אמבאסאדארן האבן באשטעטיגט א מאסיווע צוויי יאר לאון נאכדעם וואס אונגארן האט זיך אפּגעלאזט פון איר וועטא בלאקאדע אויפן פּעקעדזש. דער געוועזענער אונגארישער פּרעמיער מיניסטער וויקטאר אורבאן איז געווען דער וואס האט געשטערט די מאסיווע הילפס פּעקל פאר אוקראינע, און יעצט אז ער איז ארויס פון אמט, האט אונגארן געגעבן צושטימונג.
 


לבנון-מדינת ישראל פייער אפּשטעל וואקלט

ביירוט – מדינת ישראל באמבארדירונגען אין דרום לבנון האט אומגעברענגט פיר, און כיזבאללא האט ארויסגעשאסן א דראון אין אן אטאקע אויף מדינת ישראל זעלנער. די קעגנזייטיגע שיסעריי און אטאקע אינצידענטן נעכטן האבן געברענגט דערצו אז די פייער אפּשטעל צושטאנד צווישן מדינת ישראל און לבנון איז געווארן וואקלדיג, פּונקט הארט בעפאר מען ערווארט א צווייטע זיצונג צווישן דיפּלאמאטן פון די צוויי לענדער היינט אין וואשינגטאן די-סי.
 


טערקיי וויל אויפלעבן אוקראינע געשפּרעכן

אנקארא – טערקיי פּרובירט צוריק צו באנייען די שלום געשפּרעכן צווישן רוסלאנד און אוקראינע, און דער טערקישער פּרעזידענט ראסיפּ ערדואן האט נעכטן געזאגט פאר'ן נאטא פירער מארק רוטעי אז ער וויל אראנדזשירן א דירעקטע באגעגעניש צווישן פּוטין און זעלענסקי. קיעוו זאגט אז זיי האבן געבעטן טערקיי צו דינען אלס גאסטגעבער פאר געשפּרעכן מיט רוסלאנד צו ברענגען די מלחמה צו אן ענדע, אבער דער קרעמלין זאגט אז פּוטין וועט זיך נאר טרעפן מיט זעלענסקי נאך אן ענדגילטיגע דיעל.
 


העסליכע שילד אראפּ פון קירגיזסטאן האטעל

אייראפּע – א האטעל אין דער שטאט אש, קירגיזסטאן האט אראפּגענומען א שילד וועלכע האט געלויטעט "אידן און חיות זענען נישט ערלויבט", נאכדעם וואס עס האט געשאפן אן אינטערנאציאנאלע שטורעם. דער שילד איז געווען געשריבן אויף עטליכע שפּראכן און האט געהאט א מגן-דוד און א הינט בילד, און ווען עס איז פארשפּרייט געווארן, האבן דאס מאסן פארדאמט איבער דער וועלט. די לאקאלע אויטאריטעטן זאגן אז דער האטעל האט גענומען שנעלע שריט עס אראפּצונעמען, אבער ס'ווערט געפארשט.
 


האלאקאוסט געדענקמאל
אין עסטאניע געשעדיגט

עסטאניע – א האלאקאוסט געדענקמאל שטיין אין ערעדא, עסטאניע איז געטראפן געווארן שווער געשעדיגט, מיט צובראכענע שטיקער און נאך, פירנדיג צו א פּאליציי אויספארשונג. דערווייל האבן די אויטאריטעטן נאכנישט אידענטיפיצירט קיין פארדעכטיגטע און דער געדענקמאל זיצט אויף אן אפּגעזונדערטע ארט וואו עס זענען נישטא קיין קאמערעס. די לאקאלע עסטאניער אידישע געמיינדע האט אויסגעדרוקט שאק און זארג איבער'ן אינצידענט און וואקסנדע אנטיסעמיטיזם אין אלגעמיין.
 


איז אייער לענדליין כשר?
אייער פשוט'ער היים טעלעפאן וועט (פון יאר 2027) דארפן האבן צוטריט צום אינטערנעט.

RCUK ברענגט א ספעציעלן דורכברוך,
כשר-קאנעקט, וואס וועט אייך ערלויבן צו
האבן א לענדליין אן קיין שום פארבינדונג
מיט'ן אינטערנעט.

 
דריקט דא צו צולייגן א מנין
דריקט דא צו זעהן לייוו די לוח הזמנים והמנינים בביהמ"ד ביאלא

"בערן" קריגן טורמע פאר אינשורענס שווינדל
 
קאליפארניע – דריי קאליפארניער האבן באקומען טורמע טערמינען און אנדערע שטראפן פאר'ן באגיין אינשורענס שווינדל אלס בערן... די דריי האבן אונטערגעשטעלט פאלשע בער אטאקעס אויף צוויי טייערע קארס, אריינגערעכנט איינער פון זיי וועלכער האט זיך אנגעקליידעט אין א בער פארשטעלעכץ און האט געשעדיגט די קארס, וואס דערנאך האט די גרופּע אריינגעגעבן אינשורענס קלעימס אין ווערד פון 142 טויזנט דאלער. די אויטאריטעטן האבן געצייגט די בער פארשטעלעכץ וואס די גרופּע האט גענוצט.
 
לכל הטעימות משיעורי הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א

האט איר בילדער פון מעמדים וואס זענען פארגעקומען ביי אונז אין ענגלאנד?
  שיקט אונז אריין און מיר וועלן עס מפרסם זיין דא פאר בחינם  

off...@luachhayom.com
 
T&C Apply 
Midweek - Download here
The weekly view - Download here
The simchah view - Download here
Linkit - Download here
Linkit 2 - Download here
שבת בשבתו - דריקט דא
News Update - Download here
Gateshead Kehilla Advertiser - Download here
The NW London Local news - Download here
Koopjes plus Antwerp - Download here
North Manchester Circular - Download here

!פאר בלויז £15 וועט אייער קלאספייד ערשיינען דא פאר א גאנצע וואך
 
                                 FOR SALE                               

“For Sale: 2016 Skoda Superb SEL Executive, 2.0L Diesel, 93,000 miles, ULEZ compliant, £35 annual road tax, MOT valid until April 2027. Price: £8,650. call/text: 07954 811066.”


עס ווערט געזוכט צו קויפן א charity ביטע רופט 07361627142 אויב נישט קיין ענטפער ביטע לאזט א מעסעדש.

Looking to buy or remortgage a property in Israel?
We specialize in negotiating up to 80% mortgage, also for international citizens.
Contact us on 07828189627

                                   TO LET                                  

Brand new office space to let: Desks to let in a fully serviced female office. Tottenham area. £65-£85 per week. Contact 07503129217

2 Bedroom flat to rent in Lewis Graden, Ground Floor £2400 Pcm
email flatto...@gmail.com

Wearhouse space available, out the area, 1,500 square feet. Please call 07817239440
געזוכט צו דינגען א אופיס בעסטר אין טוטנהיים געגענט רופט / טעקסט 07467-393-890

Looking to rent a garage to park a car in Stratford hill 
tsv...@gmail.com

          JOB WANTED - JOB OPPORTUNITY          
A  Heimishe Talmud Torah is seeking English Teachers. Competitive salary offered.
office...@gmail.com
Looking for a worker afternoon hours to start immediately 
Please email Jobof...@gmail.com 
Or text to 07359586107 
We’re looking for a few reliable Yingerlatt to help with an upcoming very important Kehilla campaign.
Flexible hours and Paid role.
If you’re interested, please text 07566240758
א יונגרמאן איז גרייט צו לערנען מיט אייערע בחור בין הסדרים רופט 07387-102-994 / 020-8800-0193 ( לעזט א הודעה)
אברך מוכן ללומד עם הבחור שלך בארץ ישראל רופט 07413169803
מטעמים 
זאפטיגע אויסצוגן פון מגידים און ליניעס
צו באקומען א פריוויו פון די וועכנטליכע אויסגאבע שיקט א פארלאנג צו
matam...@gmail.com


                                 LOOKING                                  

Looking for an urgent appointment with Alexander Kobrin 
If you have an appointment call now 07368364349
Urgently looking for a 2 bedroom flat, £400 finder’s fee. Call 07934819529.

                                     MISC                                    

פרייליכע נייעס!
פרישע רייכע Music streaming collections פאר אפיסעס \ געשעפטן
אלע סעזאנען - גרינג צו ניצן - געשמאק צו הערן
stream.oitzerhanigunim.org
וַאֲנִי, קִרְבַת אֱלֹקִים לִי-טוֹב
ווילט איר זוכה זיין צי שטארקע אמונה אין ביטחון.
לערנט 'א שיעור א וואך' מיט די שיעורים אויף חובת הלבבות פון המג"ש הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א.
צו באקימע בחינם א USB מיט שיעורים (1-200), שיקט א טקסט מיט אייער אדרעס צו 07967740567.
וְהַבּוֹטֵחַ בַּה' חֶסֶד, יְסוֹבְבֶנּוּ
Have your say on parking in permit-only bays 
From 2 March 2026, Blue Badge holders can park in on-street 'permit holders only' bays in Hackney as part of a new trial. This does not include resident or business bays.
The trial will run for at least 6 months and can last up to 18 months.
This change is being introduced as an Experimental Traffic Order (TT1888). This means it’s temporary, so we can see how the new parking arrangement works and hear your feedback.
After the first 6 months, we’ll review the trial and decide whether to continue it, make changes or end it.
We want to hear your views during the trial.
Email parking...@hackney.gov.uk with your comments.


                                השבת אבידה                               

השבת אבידה: איך האב פארקויפט אן איבעריגע טיקעט ביים אריינגאנג צום לאמיר זינגען אווענט, פאר א בחור מיט א ליטווישן לבוש פאר דער פרייז פון £30.00 דער בחור האט מיר דערלאנגט £40.00 און איז פארשווינדען געווארען איידער איך האב אים געגעבן טשעינדש. 
איך טוה מיין השתדלות אים צו טרעפן דאס אים קענען אפגעיבן.
א דאנק און תזכו למצוות, 07449706982

                             TO GIVE AWAY                             


שיקט אריין ביי אימעיל אייער השבת אבידה אדער To give away,
און מיר וועלן עס אי"ה מפרסם זיין דא פאר בחינם.
 
Receive our daily luach via WhatsApp
by joining the link below 
Luach Hayom via WhatsApp
דריקט דא צו צולייגן א מנין צו די מנחה ליסט
דריקט דא צו זעהן אלע גליונות פון דער לוח היום
דריקט דא צו אריילייגן א שמחה אין דער לוח היום
Sent by: The Luach Hayom London
To subscribe: ne...@luachhayom.com
To advertise here with us: in...@luachhayom.com
020-3657-2230           |           www.luachhayom.com
ה אמור 300426_compressed.pdf
Reply all
Reply to author
Forward
0 new messages