טעגליכע לוח היום זונטאג פר' כי תצא תשפ"ה לפ"ק

12 views
Skip to first unread message

Luach Hayom

unread,
Aug 31, 2025, 9:36:04 AMAug 31
to לוח היום אימעיל

טראמפ פלאנט טרעפן קים יאנג און
 
פרעזידענט טראמפ האט געמאלדן אז ער גרייט זיך אויף א נייער באגעגעניש מיט צפון־קארעא פירער קים יאנג און. דער מעלדונג איז געקומען אינעם ווייסן הויז ביים באזוך דורך דרום־קארעא'ס פרעזידענט לי דזשעי מיאנג, וועלכער האט געזאגט אז טראמפ איז געווען דער איינציקער וואס האט געקענט ברענגען רואיגקייט צווישן צפון און דרום קארעא אין זיין ערשטן טערמין.
 

אייראפּע וועט באנייען
סאנקציעס אויף איראן

 
טעהראן – ענגלאנד, פראנקרייך און דייטשלאנד האבן געזאגט נעכטן אז זיי וועלן צוריקשטעלן אלע יו-ען געשטיצטע אינטערנאציאנאלע סאנקציעס אויף איראן אין די קומענדיגע דרייסיג טעג, ערווענענדיג איראנ'ס ברייטע פארלעצונגען פונעם יאר 15' נוקלעארע אפּמאך. דער שריט וועט צוריקשטעלן מאסיווע עקאנאמישע, באנקינג, וואפנס און האנדל צוימונגען וואס האבן חרוב געמאכט איראנ'ס עקאנאמיע בעפאר'ן אפּמאך, געצילט צו פרעשורן איראן צוריקצוקומען צום פארהאנדלונגס טיש מיט אמעריקע.

פרישע טויטליכע רוסישע אטאקע אויף קיעוו
אוקראינע – רוסלאנד האט נעכטן דורכגעפירט איר סאמע טויטליכסטע אטאקע אויף קיעוו זינט דער סאמיט צווישן פּרעזידענט טראמפּ און וולאדימיר פּוטין, אומברענגענדיג אמווייניגסטנס 21 מענטשן אריינגערעכנט פיר קינדער, און שעדיגנדיג די אפיסעס פון דער בריטישער רעגירונג און פון דעם אייראפּעאישן יוניאן אין דער אוקראינישער הויפּטשטאט. די איבערנאכט אטאקע האט אריינגענומען נאנט צו 600 דראונס און 31 מיסילס, וואס אוקראינע'ס לופט פארטיידיקונגס סיסטעמען האבן אראפּגעשאסן רוב פון זיי.
 

צוויי פראנצויזישע יוגנטליכע ארעסטירט
מיט פלענער צו אטאקירן שוהלן אין פאריז

 
פראנקרייך - די פאליציי אין שטאט פאריז האט געמאלדן די ארעסט פון צוויי יוגנטליכע וואס האבן זיך אנגעשלאסן אין די אייסיס טעראר גרופע דורכן זיך אנשליסן אין געהיימע סאציאלע מידיע גרופעס און אנגעקניפט פארבינדונגען מיט אויסלענדישע טעראריסטן ווי אזוי צו איינהאנדלען וואפן. 

לויט די מעלדונג פון די פאליציי האבן די צוויי דיסקוסירט מיט זייערע אפעראטיוון אין אויסלאנד וועלכע צילן צו אטאקירן וואס האט אריינגענומען שוהלן אין די הויפטשטאט פאריז און די באקאנטע אייפעל טורעם וואס איז די שטאלץ פון פראנקרייך, זיי ווערן געהאלטן אין ארעסט אויף קלאגעס פון זיך אנשליסן אין א טעראר גרופע צו דורכפירן טעראר אטאקעס אין לאנד.

ניו ארליענס אידן צייכענען אפּ קאטרינע יארטאג
לואיזיאנא – אין די יעצטיגע טעג ווערט אפּגעצייכנט צוואנציג יאר פון ווען האריקעין קאטרינע האט חרוב געמאכט גרויסע טיילן פון ניו ארליענס, קאסטנדיג 1,400 לעבנס און שאפנדיג שאדנס פון 125 ביליאן דאלער. די אידישע געמיינדע אין דער שטאט טוט אצינד אפּצייכענען דעם טרויעריגן יארטאג, וואס האט געקאסט פאר דער געמיינדע 20 מיליאן דאלער שאדנס, אריינגערעכנט די דעסטרוקציע פונעם "בית ישראל" שוהל און אירע 7 ספרי תורה. דאן זענען געווען 9,500 אידן דארט און היינט זענען דא 13,000.
 

היסטארישע זיצונג צווישן אמעריקאנער 
ראשי ישיבות מיט מדינת ישראל אמבאסאדאר
 
וואשינגטאן - א דעלעגאציע פון גדולי ראשי הישיבות אין אמעריקע חברי מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל, הגאון רבי מלכיאל קאטלער שליט"א ראש ישיבת בית מדרש גבוה, הגאון רבי אהרן פעלדמאן שליט"א ראש ישיבת נר ישראל אין באלטימאר, און הגאון רבי אליהו בראדני שליט"א ראש ישיבת מיר אין פלעטבוש האבן מיטוואך אפגעהאלטן א היסטארישע זיצונג אין די מדינת ישראל אמבאסאדע אין וואשינגטאן און זיך געטראפן מיט דער אמבאסאדאר יחיאל לייטער צו פארשטעלן די דעת תורה פון גדולי ישראל אין אמעריקע וואס האלטן מיט די שווערע מצב פון אחינו בני ישראל אין ארץ הקודש אין די יעצטיגע תקופה מיט די ביטערע גזירת הגיוס.

זיי האבן קלאר געשטעלט אז די הדות החרדית אין אמעריקע וועט שטיין פעלזן פעסט צו די זייט פון די לומדי תורה אין ארה"ק און קעמפן קעגן די גזירה אויף אלע פראנטן. די זיצונג איז ארגאניזירט געווארן דורך דער פארזיצער פון אגודת ישראל אין אמעריקע הנגיד ר׳ שלמה ווערדיגער וואס האט באגלייט די ראשי ישיבות און אויך געווען אנוועזנד ביים זיצונג.
דריקט דא צו זעהן לייוו די לוח הזמנים והמנינים בביהמ"ד ביאלא

נישט אייביג לוינט זיך צו זיין הויך
 
לויט שטודיעס ווערן דזשירעף'ס באטראפן דורך בליצן בערך דרייסיג מאל מער ווי מענטשן.
די סיבה איז פּשוט — זייער הויכקייט מאכט זיי ווערן א סאך מער אויסגעשטעלט אין אפענע פעלדער.
עס ווערט דערמאנט אלץ א ביישפיל, אז נישט אלעס וואס איז גרויס און שטארק איז זיכע
כי בשם קדשך - חיים פולק, צביקי לוין
לכל הטעימות משיעורי הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א

האט איר בילדער פון מעמדים וואס זענען פארגעקומען ביי אונז אין ענגלאנד?
  שיקט אונז אריין און מיר וועלן עס מפרסם זיין דא פאר בחינם  

off...@luachhayom.com
 
T&C Apply 
Westcliff news!
Kosherie grocery has expended to a large new premises 
Midweek - Download here
The weekly view - Download here
The Simchah view - Download here
Linkit A - Download here
Linkit B - Download here
שבת בשבתו - דריקט דא
News Update - Download here
North manchester circular- Download here
The NW London Localnews
Koopjes plus Antwerp - Download here

!פאר בלויז £15 וועט אייער קלאספייד ערשיינען דא פאר א גאנצע וואך

 
                                 FOR SALE                               

KEDEM - Cab. Soft - Classic Red - Riesling Rose Box Of 6 £101 - 07814375591 - FREE DELIVERY
For sale: 8-seater toyota previa £790. call/text  07471952035
מקומות הקדושים סעיל! אר"י ר"ה £575 אומאן ר"ה £450 פרעשבורג ליל שישי כ"ה תשרי פון £185 מיט קערעסטיר £249 זעליחוב ביוד"ה ליזענסק ליל שישי ד' תשרי £99 8051-2424\

                                   TO LET                                  

אחוזת קרעסטיר 
א הערליכע נייע וילה מיט 9 הויעכקלאסיגע בעטן אין קרעסטיר צו פארדינגען.
נאך פריי אויף די צווייטע און דריטע וואך פון וואקאנס (10.08).
גרויסע חצר מיט פריוואטע פארקינג, 10 מינוט צו גיין פון ר' ישעילע'ס הויז.
צו רעזערווירן רופט: 32489935202+
4 Bedroom house to let for חודש תשרי with סוכה in Cazenove area Please call 07397-965-680

Luxury apartment for a couple – Belza Square Jerusalem. $75 weekday, $100 Shabbat, Possibility to order  meals. call: 075-345-65923
בית מדרש סענטער פון סטעמפארד הייל געייגנט פאר א כולל יעדער סדר £150 רופט 07877014032
סאיז געבלינגען נאך 20 טעלעפאנס SHOW MOBILE כל הקודם זוכה רופט 07979-039-054
צו פארדינגען א גרויסע דירה 2 בעדרומס אין מאנטשעסטער פאר חודש תשרי רופט 07769457166

          JOB WANTED - JOB OPPORTUNITY          

אינגערמאן איז פריי געווארן אין די פארמיטאג שעות צו לערנען מיט בחורים אדער קינדער ביטע רופט 07756289283

                                 LOOKING                                  
 
                                     MISC                                    

Full personal service: UC Applications £85, 100% Satisfaction benefits...@gmail.com 07706607929
We set up your S&P 500 Chasuna plan for only £150 a child or £300 for your entire family - 020 3488 8052
מיר בויען אויף אַלע אייערע סארטן Furniture – פון גרויס ביז קליין. רופט שמחי: 07972590136

                                השבת אבידה                               


                             TO GIVE AWAY                             


שיקט אריין ביי אימעיל אייער השבת אבידה אדער To give away,
און מיר וועלן עס אי"ה מפרסם זיין דא פאר בחינם.
 
Receive our daily luach via WhatsApp
by joining the link below 
Luach Hayom via WhatsApp
דריקט דא צו זעהן אלע גליונות פון דער לוח היום

310825 א כי תצא.pdf
Reply all
Reply to author
Forward
0 new messages