טעגליכע לוח היום לונדון - דינסטאג ט"ז אלול תשפ"ה

21 views
Skip to first unread message

Luach Hayom

unread,
Sep 8, 2025, 5:45:01 PM (11 days ago) Sep 8
to לוח היום אימעיל

צוויי שוהלן אין גאלדערס גרין געגנט 
וואנדאליזירט אין בלויז עטליכע טעג

 
לאנדאן - זונטאג פארטאגס איז א פארשוין אנגעקומען צו די בית יששכר דוב - האגערס שוהל אויף הייפיעלד עוועניו אין די גאלדערס גרין געגנט, ער איז אויפגעכאפט געווארן אויף זיכערהייט קעמעראס אנקומען מיט א זעקל אין די הענט וואס האט פארמאגט דערין הונט אפפאל און דערמיט אנגעשמירט די אריינגאנג צום ביהמ"ד. 

דער שענדליכע אינצידענט איז די צווייטע מאל אין בלויז עטליכע טעג וואס א שוהל אין די געגנט ווערט וואנדאליזירט מיט הונט אפפאל, ווען בלויז פארלאפענע וואך מיטוואך איז נאך א שוהל אין גאלדערס גרין אנגעשמירט געווארן, די פאליציי פארשט אויס די צוויי אינצידענטן אלס האסן פארברעכנס און פארשן אויב ביידע אינצידענטן זענען פארבינדן.
 

שטודיע איבער אנטיסעמיטיזם אין ענגלאנד
 
לאנדאן – א נייע סורוועי צייגט אז איינער פון יעדע פינף בריטישע בירגער פארמאגט אנטיסעמיטישע אנשויאונגען, וואס איז דער העכסטער שטאפּל אין די לעצטע צען יאר, וואקסנדיג פון 11 פּראצענט אין יאר 21' צו 21 פּראצענט היי יאר. די סורוועי צייגט אויך אז כמעט האלב בריטישע בירגער גלייבן אז מדינת ישראל באהאנדלט פּאלעסטינער גענוי אזוי ווי די נאציס ימ"ס האבן באהאנדלט אידן ביים צווייטן וועלט קריג. אויך טוט א גרויסע פּראצענט באפעלקערונג גלייבן אין אלגעמיינע אנטיסעמיטישע בלבולים.
 

רוסלאנד פירט דורך סאמע גרעסטע דראון
אטאקע אויף אוקראינע

 
קיעוו – רוסלאנד האט אטאקירט אוקראינע מיט די סאמע גרעסטע לופט באמבארדירונג זינט אנהייב פון דער דריי אהאלב יעריגער מלחמה, באטרעפנדיג א רעגירונג געביידע אין הארץ פון דער אוקראינישער הויפּטשטאט קיעוו צום ערשטן מאל.

רוסלאנד האט געשאסן 13 מיסילס און מער ווי 800 אטאקע דראונס, לויט ווי אוקראינע'ס עירפארס האט געזאגט – א רעקארד ציפער פון דראונס אין איין נאכט. לופט פארטיידיקונגס סיסטעמען האבן אראפּגעשאסן 500 דראונס און 4 פון די מיסילס.

די אטאקע, וואס האט געצילט שטעט און געגנטער לענגאויס אלע אוקראינישע ראיאנען, האט געקאסט דאס לעבן פון א יונגע פרוי און איר צוויי-מאנאטיג קינד אין דער הויפּטשטאט. עס האט אטאקירט אוקראינע'ס מיניסטארן קאבינעט געביידע.

"אזעלכע ברוטאלע מארדן, אין א צייט וואס עכטע דיפּלאמאטיע האט זיך געקענט אנהייבן לאנג צוריק, זענען א דירעקטע פארברעך און פארלענגערט די מלחמה", האט אוקראינע'ס פּרעזידענט וולאדימיר זעלענסקי געזאגט, רופנדיג פאר פרישע סאנקציעס.
 

הוטי דראון אויף מדינת ישראל לופטפעלד
 
אילת – א הוטי דראון האט באטראפן א דרום מדינת ישראל לופטפעלד, אפּצייכענענדיג א זעלטענע סוקסעס פאר דער תימנ'ער איראן-געשטיצטע טעראר גרופּע. דער דראון האט באטראפן א פּאסאזשיר טערמינאל פונעם רמון לופטפעלד, פירנדיג צו א צייטווייליגן שאטדאון פונעם לופטפעלד. קיין שום סירענעס האבן נישט געפיפן בעפאר דער דראון אטאקע, און די באאמטע האבן געזאגט אז זיי פארשן אויס וויאזוי דער דראון האט באוויזן אויסצומיידן די פארטיידיקונגס סיסטעמען.
 

יאפּאנעזער פּרעמיער מיניסטער רעזיגנירט
 
טאקיא – יאפּאן'ס פּרעמיער מיניסטער האט געמאלדן נעכטן אז ער וועט רעזיגנירן פון אמט, איבערלאזנדיג זיין ערזעצער מיט פארשידענע שוועריגקייטן זיך צו ספּראווען, אריינגערעכנט וויילער אויפברויז איבער אן אפּגעשוואכטער עקאנאמיע און צו פאררעכטן באציאונגען מיט אמעריקע וואס זענען צעביילט געווארן דורך טאריפס. דער אפּטריט פון שיגערא אישיבא קומט א קנאפּע יאר נאך וואס ער איז אריינגעקומען אין אמט, און נאך א סעריע וואל פארלוסטן פאר זיין פּארטיי.
 

כינע האט שפּיאנירט אויף טראמפ'ס האנדלס געשפּרעכן
 
בעיזשינג – אן אויפדעקונג צייגט אז אינמיטן פּרעזידענט טראמפּ'ס האנדלס געשפּרעכן מיט כינע פארלאפענעם יולי, זענען קאנגרעסיאנאלע שטאב מיטגלידער געצילט געווארן דורך א סייבער אטאקע: אימעילס וואס האבן אויסגעזען צו קומען פון א קאנגרעסמאן האט אנטהאלטן ווירוסעס וואס כינעזער העקערס האבן געשיקט, מיט'ן ציל צו קענען שפּיאנירן אויף אמעריקע'ס האנדלס סטראטעגיע. כינע האט געוואלט דערגיין וואס טראמפּ'ס סטראטעגיע אין די געשפּרעכן איז און עס קענען איבערקלוגן.
 

האס אין ניי אידישער געגנט נעבן לעיקוואוד
 
ניו דזשערסי – דער דעפּיוטי טאון מענעדזשער פון האוועל, א רעלאטיוו-נייע אידישע געגנט נעבן לעיקוואוד, האט אריינגעגעבן א קלאגע קעגן דעם ארטיגן מעיאר און אנדערע באאמטע אז זיי פירן א העסליכן אנטיסעמיטישן קאמפּיין צו פּרובירן ארויסווארפן אידישע איינוואוינער. דעפּיוטי מענעדזשער מעטיו האוערד באשולדיגט צווישן אנדערן אז טאון באאמטע האבן שפּיאנירט אויף אידישע הייזער פרייטאג צונאכטס צו כאפּן צי זיי האבן א מנין "אומלעגאל". אויך האבן טאון באאמטע געטון זאכן צו קענען פארטרייבן אימיגראנטן און מינאריטעטן.
 

סירישע אפאזיציע מידיע שטורעמט מיט בילדער פון אידישע באזוכער אין סיריע
 
דמשק - ווי מיר האבן באריכטעט דא פארלאפענע וואך איז דער באקאנטער חסידישע רייזענדער איבער די וועלט ר׳ משה קליין און דער ביזנעסמאן ר׳ דוב בלייך פון ניו יארק געפארן באזוכן קיין סיריע צו דאקומענטירן די איבערבלייבענישן פון די אמאל ווירבלנדע אידישע לעבן אין לאנד, זיי האבן געדאווענט תפילת שחרית אין דער היסטארישע אליהו הנביא שוהל אין דמשק, און פאר דריי טעג ארומגערייזט אין לאנד באזוכנדיג פילע אידישע און פאפולערע ערטער. 

ערשט נאכן צוריק אהיים קומען קיין ניו יארק האבן די אפאזיציע מידיע קאנאלן אין סיריע און אנטי רעזשים פלאטפארמעס און אויסלאנד אנגעהויבן באריכטן איבער דעם באזוך, זיי האבן זיך ארויפגעכאפט אויף צוויי בילדער ווי זיי ווערן געזען שטיין אויף א מיליטערישע טרעקל און מיט א סירישע סאלדאט פון די איצטיגע רעגירונג. די קעפלעך לויטעט אז די סירישע רעגירונג ארבעט אינאיינעם מיט ציוניסטישע פירער וואס זענען געקומען באזוכן סיריע אין בעפארברייטונג צו א מעגליכע שלום אפמאך, אין די ארטיקלען רייסן זיי אראפ די פירערשאפט פון דער נייער סירישע פרעזידענט אחמד א-שרע פארן אנגעבליך מיטארבעטן מיט די ציונים.
 

The “V’hasirosi Machala Mikirbecha” Fund- To merit the best protection and the most appropriate defense during these days

The “V’hasirosi Machala Mikirbecha” Fund

Established under the guidance of Maran HGR' Chaim Kanievsky zt"l, the fund supports sick Jews and their families in their time of need.

Alongside this great mitzvah, the fund carries the explicit promise of the Gadol Hador:

“Whoever donates to the fund – measure for measure, there will be no illness in his home.”

Monthly Special Prayer
A special certificate
Blessings for the Entire Home

Join Now! This is your opportunity to take part in the great mitzvah of helping the sick, while at the same time meriting the promise of the tzaddik:

"Whoever donates – there will be no illness in his home.”
 
To join the "The “V’hasirosi Machala Mikirbecha” Fund
Please donate here
דריקט דא צו זעהן לייוו די לוח הזמנים והמנינים בביהמ"ד ביאלא

אייז-קריעם אויף קאלאראדא'ס העכסטע בארג
 
קאלאראדא – טוריסטן און אוואנטוריסטן וועלכע זענען געקראכן אויף קאלאראדא'ס פערצן טויזנט פיס הויכע "הוראן שפּיץ" בארג האבן באקומען אן אומערווארטעטע באלוינונג, ווען אן אומאידענטיפיצירטער מאן האט פארטיילט אייז-קריעם, בשעת'ן קריכן פארשטעלט ווי אן אייז-קריעם "קאון"... דער מיסטעריעזער אייז-קריעם מאן האט ארומגעשלעפּט מיט זיך אויפ'ן קאלטן בארג א זעכציג פונטיגע זאק פון אלע סארט פארפרוירענע זיסווארג און דאס פארטיילט, אנע ערקלערונג.
 
שמחה פרידמן & שמואל בטש - גם כי אלך
לכל הטעימות משיעורי הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א

האט איר בילדער פון מעמדים וואס זענען פארגעקומען ביי אונז אין ענגלאנד?
  שיקט אונז אריין און מיר וועלן עס מפרסם זיין דא פאר בחינם  

off...@luachhayom.com
 
T&C Apply 
Midweek - Download here
The weekly view - Download here
The Simchah view - Download here
Linkit A - Download here
Linkit B - Download here
שבת בשבתו - דריקט דא
News Update - Download here
North manchester circular- Download here
The NW London Localnews
Koopjes plus Antwerp - Download here

!פאר בלויז £15 וועט אייער קלאספייד ערשיינען דא פאר א גאנצע וואך

 
                                 FOR SALE                               

KEDEM - Cab. Soft - Classic Red - Riesling Rose Box Of 6 £101 - 07814375591 - FREE DELIVERY
For sale: 8-seater toyota previa £790. call/text  07471952035
מקומות הקדושים סעיל! אר"י ר"ה £575 אומאן ר"ה £450 פרעשבורג ליל שישי כ"ה תשרי פון £185 מיט קערעסטיר £249 זעליחוב ביוד"ה ליזענסק ליל שישי ד' תשרי £99 8051-2424\
2 bed house in hull for sale 72k let for £450 pcm please text 07957654017 or a7957...@gmail.com
For sale
Toyota prius T-spirit
2007
102k miles
Some scratches and dents
£10 road tax per year
Just passed MOT
Selling for £2,300 +44 7759 242361

                                   TO LET                                  

אחוזת קרעסטיר 
א הערליכע נייע וילה מיט 9 הויעכקלאסיגע בעטן אין קרעסטיר צו פארדינגען.
נאך פריי אויף די צווייטע און דריטע וואך פון וואקאנס (10.08).
גרויסע חצר מיט פריוואטע פארקינג, 10 מינוט צו גיין פון ר' ישעילע'ס הויז.
צו רעזערווירן רופט: 32489935202+
4 Bedroom house to let for חודש תשרי with סוכה in Cazenove area Please call 07397-965-680

Luxury apartment for a couple – Belza Square Jerusalem. $75 weekday, $100 Shabbat, Possibility to order  meals. call: 075-345-65923
בית מדרש סענטער פון סטעמפארד הייל געייגנט פאר א כולל יעדער סדר £150 רופט 07877014032
סאיז געבלינגען נאך 20 טעלעפאנס SHOW MOBILE כל הקודם זוכה רופט 07979-039-054
צו פארדינגען א גרויסע דירה 2 בעדרומס אין מאנטשעסטער פאר חודש תשרי רופט 07769457166

          JOB WANTED - JOB OPPORTUNITY          

אינגערמאן איז פריי געווארן אין די פארמיטאג שעות צו לערנען מיט בחורים אדער קינדער ביטע רופט 07756289283
א היימישע ת"ת זוכט א מלמד לפנה"צ פאר כיתה ג' אנצייבען חשון"
אינטערעסירטע ביטע רופט:
07388997032
אויב קיין ענטשפער ביטע לאזט א הודעה מיט אייער נאמען און נומער

                                 LOOKING                                  
זוכט צו קויפן א גרייטע סוכה  סייז 10*12  רופט 07543511207
                                     MISC                                    

Full personal service: UC Applications £85, 100% Satisfaction benefits...@gmail.com 07706607929
We set up your S&P 500 Chasuna plan for only £150 a child or £300 for your entire family - 020 3488 8052
מיר בויען אויף אַלע אייערע סארטן Furniture – פון גרויס ביז קליין. רופט שמחי: 07972590136
האט איר קרעדיט קארד חובות? מיר נעמען אראפ די אינטרעסט ביז 0%
Rate Fix 02030921193
 שעות פתיחה 1-6



                                השבת אבידה                               


                             TO GIVE AWAY                             


שיקט אריין ביי אימעיל אייער השבת אבידה אדער To give away,
און מיר וועלן עס אי"ה מפרסם זיין דא פאר בחינם.
 
Receive our daily luach via WhatsApp
by joining the link below 
Luach Hayom via WhatsApp
דריקט דא צו זעהן אלע גליונות פון דער לוח היום
Sent by: The Luach Hayom London
To subscribe: ne...@luachhayom.com
To advertise here with us: in...@luachhayom.com
020-3657-2230           |           www.luachhayom.com
090925 ג כי תבוא_compressed.pdf
Reply all
Reply to author
Forward
0 new messages