אוקראינע אפּגעצייכנט זעלבסטשטענדיגקייט יארטאג אינמיטן שלום-געשפּרעכן נעפּל
קיעוו – אוקראינע האט נעכטן אפּגעצייכנט די 34'סטע יארטאג פון ווען זיי זענען געווארן א זעלבסטשטענדיגע לאנד, אפּגעריסן פון רוסלאנד און פונעם סאוויעטן פארבאנד, און איינצייטיג אויך אפּגעצייכנט דריי אהאלב יאר זינט דער אנהייב פון רוסלאנד'ס מיליטערישע אינוואזיע.
די אפּצייכענונגען, אפּגעהאלטן אין קיעוו דורך פּרעזידענט זעלענסקי און אויסלענדישע מערב-וועלט געסט, איז געקומען אין זעלבן טאג וואס די אוקראינישע מיליטער האט באוויזן צו באפרייען דריי סטראטעגישע ווילעדזשעס אין דער דאניעצק ראיאן, ארויסשטויסנדיג רוסישע קרעפטן פון דארטן.
דאס קומט אינמיטן וואס די שאנסן פאר שלום מיט רוסלאנד און אן ענדע צו מלחמה איז אונטער שאטן און נעפּל, צוליב וואס דאס ווייסע הויז האט זיך צוריקגעצויגן פון פארהאנדלען, און רוסלאנד זאגט אז זעלענסקי איז נישט דער לעגיטימער פירער פון אוקראינע צו קענען אונטערשרייבן א שלום. |
|
פרישע רוס-אוקראינע ארעסטאנטן אויסטויש
קיעוו – אוקראינע האט געמאלדן דער צוריקקער פון נאך א גרופּע זעלנער און ציווילע פון רוסישע געפענגעניש נעכטן, און עס פאלגט נאך א סעריע לעצטיגע אויסטוישונגען אונטער אן אפּמאך צווישן רוסלאנד און אוקראינע דערגרייכט אין איסטאנבול אנהייב יוני. די גענויע צאל באפרייטע נעכטן איז נישט געווען גלייך קלאר, אבער צווישן די באפרייטע אוקראינער זענען געווען 8 ציווילע, אריינגערעכנט צוויי זשורנאליסטן און דער געוועזענער כערסאן מעיאר וולאדימיר מיקאלענקא. |
|
קארעא זוכט נייע שיפן אפּמאך מיט אמעריקע
סעאל – דרום קארעא האט פארשפּראכן 150 ביליאן דאלער צו העלפן צוריקשטעלן אמעריקאנער שיף-בויען אונטערנעמונגען, ליפערנדיג ספּעציעלע רויטע היטלעך מיט'ן אויפשריפט "מעיק אמעריקע שיפּ-בילדינג גרעיט עגעין" (מאסגא...) צו די טראמפּ אדמיניסטראציע באאמטע, בעפאר א געסקעדזשולטע סאמיט צווישן פּרעזידענט טראמפּ און דער דרום קארעא פּרעזידענט. אמעריקע בויט יעצט ווייניגער ווי איין פּראצענט פון שיפן וואס ווערן גענוצט איבער דער וועלט, און דרום קארעא בויט 22 פּראצענט. |
|
פּלענער פאר מאסיווע רענאוואציע אין אומאן
אומאן – א מאסיווע און פּרעצעדענטלאזע רענאוואציע און איבערבוי פּראיעקט ווערט געפּלאנט ביים הייליגן ציון הרה"ק רבי נחמן מברעסלאוו זי"ע אין שטאט אומאן, אוקראינע. אין לויף פון קומענדיגן ווינטער תשפ"ו הבעל"ט וועט די ארבעט זיך אנהייבן, פאר א פּרייז פון העכער צוויי מיליאן דאלער, און עס וועט ארייננעמען דאס בויען דריי נייע היכלות צום דאווענען, א פּערמאנענטע עזרת נשים, א ספּעציעלע זאל פאר ריקודין, תיקונים פאר כהנים, און נאך. ס'ווערט אונטערגענומען דורך "איחוד ברסלב". |
|
2'טע ארעסט איבער "עדת ישראל" ארסאן
אויסטראליע – אויסטראליער פּאליציי האבן ארעסטירט א 20 יעריגער פּארשוין אין פארבינדונג מיט די ארסאן פייער אטאקע ביים שוהל פון ק"ק עדת ישראל אין מעלבוירן מיט אכט חדשים צוריק. דער ארעסט איז שוין דאס צווייטע אין די ארסאן אטאקע, נאך וואס אן 21 יעריגער איז ארעסטירט געווארן מיט א מאנאט צוריק און אנגעקלאגט געווארן מיט הארבע פארברעכנס. פּאליציי באאמטע זאגן אז דער אויספארשונג איז ווייטער א הויפּט פּריאריטעט צו כאפּן אלע וואס זענען דערין געווען פארמישט. |
|
|