טעגליכע לוח היום לונדון - מיטוואך ב' תמוז תשפ"ו

21 views
Skip to first unread message

Luach Hayom

unread,
Jun 16, 2026, 1:45:47 PM (8 days ago) Jun 16
to לוח היום אימעיל, לוח היום אימעיל 2

קריטיק און צווייפלען איבער שטאנדהאפטיגקייט פון אמעריקע-איראן דיעל

וואשינגטאן – די רעאקציעס אין אמעריקע צום דיעל וואס די טראמפּ אדמיניסטראציע האט דערגרייכט מיט דעם איראנער רעזשים צייגן א געמיש פון קריטיק און צווייפל איבער וואס גענוי דער דיעל איז, טראץ וואס דאס ווייסע הויז האט נעכטן געזאגט אז דיגיטאל איז דער דיעל שוין אונטערגעשריבן געווארן זונטאג.

פּרעזידענט טראמפּ אליינס האט געלאזט הערן האלבע און קעגנזייטיגע ווערטער איבער טיילן פונעם דיעל, זאגנדיג אז ער מיינט און האפט אז עס וועט זיין אומזיסט פאר שיפן אריבערצופארן דעם "הארמוז וואסער וועג", טראץ וואס ער האט געהאט דעקלארירט זונטאג אז ס'איז פולקאם אפן און אומזיסט.

א הויכראנגיקער ווייסער הויז באאמטער האט געזאגט נעכטן אז איראן וועט עפענען דעם הארמוז פאר אומזיסט פאר די קומענדיגע 60 טעג, אין לויף פון די געשפּרעכן איבער איראן'ס נוקלעארע וואפנס, אבער עס איז דא א שטארקע מעגליכקייט אז ווען די 60 טעג זענען פאראיבער, וועט איראן אנהייבן בעטן שטייער.

אן אנדערער באאמטער האט געזאגט אז א נוקלעארער דיעל מיט איראן איז נישט גאראנטירט, וואס פילע האבן קריטיקירט אז דאס באדייט אז דער רעזשים וועט באקומען אנערקענונג פאר הארמוז קאנטראל, אויפלעזונג פון אמעריקע'ס בלאקאדע און אויל סאנקציעס, אין אויסטויש פון גארנישט פאר אמעריקע.

באזונדער האט דער באאמטער געזאגט אז דאס אראפּנעמען די סאנקציעס פון איראן איז גארנישט געבונדן צו די רעזשים'ס באהאנדלונג פון אירע בירגער. אויך דאס איז שארף קריטיקירט געווארן אז עס ערלויבט דעם ברוטאלן איסלאמיסטישן רעזשים צו פארבלייבן ביי דער מאכט, מיט אמעריקע'ס וואונטש.

איבער דער טעמע פון לבנון, האבן ווייסע הויז באאמטע געזאגט אז דער דיעל מיט איראן איז נישט געבונדן צו דעם אז מדינת ישראל מוז זיך ארויסציען פון לבנון טעריטאריע, נאר אז איראן וועט פון זייער זייט זען אז כיזבאללא זאל אויפהערן די אטאקעס אויף מדינת ישראל, וועט מדנ"י אויך נישט אטאקירן.
 


טראמפּ פּרובירט אוקראינע געשפּרעכן

פראנקרייך – פּרעזידענט טראמפּ איז נעכטן אנגעקומען צום "דזשי-7" סאמיט אין פראנקרייך, וואו ער האט יובעלירט מיט'ן דיעל וואס ער האט דערגרייכט מיט איראן, צו ענדיגן דעם גאלף קאנפליקט און צוריקעפענען דעם הארמוז. ער האט געזאגט אז זיין קומענדיגע גרויסע פּריאריטעט איז צו פּרובירן מאכן שלום צווישן רוסלאנד און אוקראינע, ערווענענדיג אז ער האט אין די לעצטע טעג גערעדט מיט פּוטין און זעלענסקי.
 

שיקט אריין די פרטים שנעל און גרינג דורך דעם לינק

אייסיס מיט טויטליכער אטאקע אין סיריע

דמשק – א סירישער זעלנער איז אומגעקומען און דריי אנדערע זענען פארוואונדעט געווארן נאכדעם וואס צוויי אייסיס טעראריסטן האבן דורכגעפירט א זעלבסטמארד טעראר אטאקע אויף א הויפּטקווארטיר געביידע פון דער אינערליכער זיכערהייט אגענטור אין דער שטאט ראקא. סיריע'ס אינערן מיניסטעריום האט געזאגט אז אפיצירן האבן געשאסן און אומגעברענגט איין אטאקירער, בשעת דער צווייטער האט אויפגעריסן זיין וועסטל און אומגעברענגט דעם אפיציר און זיך.
 


900,000 בירגער אפּליקאציעס אין שפּאניע

מאדריד – שפּאניע האט באקומען 900,000 אפּליקאציעס פון אומדאקומענטירטע אימיגראנטן וועלכע זוכן לעגאלע סטאטוס אונטער א ספּעציעלער רעגירונג פּראגראם, וואס דאס איז כמעט טאפּלט ווי די 500,000 אפּליקאציעס וואס די רעגירונג האט געהאט ערווארטעט. באאמטע ערווארטן יעצט אז דער סך הכל וועט דערגרייכן העכער איין מיליאן אפּליקאציעס בעפאר די איניציאטיוו קומט צו אן ענדע אין צוויי וואכן ארום.
 


האלאנד צעשטערט שוהל אטאקע פּלענער

האלאנד – פּאליציי אין האלאנד האבן ארעסטירט א 20 יעריגן פּארשוין וועלכער ווערט פארדעכטיגט אין העלפן פּלאנירן אן אטאקע אויף א שוהל אין דער שטאט הימסטעד. אויטאריטעטן זאגן אז דער פּלאן האט אריינגענומען אוועקשטעלן אויפרייס מאטעריאל אדער אונטערצינדן די שוהל געביידע. אויספארשער גלייבן אז ער איז געווען טייל פון א גרופּע מיט טעראריסטישע מאטיוון און פּלענער קעגן דער האלאנדישער אידישער געמיינדע.
 


בוי ארבעט ביים ציון רבי נחמן אין אומאן

אוקראינע – גרויסע צוגרייטונגען האבן אנגעהויבן געמאכט צו ווערן אין אומאן ביים ציון פון הרה"ק רבי נחמן מברסלב זי"ע, אויף ראש השנה תשפ"ז, ווען מען ערווארט צענדליגער טויזנטער אידן פון איבער דער גארער וועלט. צווישן די צוגרייטונגען האט מען אנגעהויבן א קאנסטרוקציע פּראיעקט איבערצומאכן און אויסברייטערן דעם אוהל און די היכלות ארום, מיט נייע געפּלאנטע זאלן און חדרי התפילה, וואס איז ביז יעצט פארשלעפּט געווארן צוליב אוקראינישער ביוראקראטיע.
 

דריקט דא צו זעהן לייוו די לוח הזמנים והמנינים בביהמ"ד ביאלא

היסטארישע שיפל רייזע דורכ'ן טייוואנעזער שבט
 
טייוואן – צוואנציג מענער פונעם טאאו שבט האבן זיך ארויסגעלאזט נעכטן פון דער טייוואנעזער ארטשיד אינזל אויף א זעלטענער רייזע צו פארן הונדערט מייל צו די באטאנעס אינזלען אין די פיליפּינען, פארנדיג אין די פיסטריט פון זייערע שבט גרינדער מיט דריי הונדערט יאר צוריק. זיי מאכן די רייזע אויף אן אייגנארטיגע האנט-געשניצטע צוועלף מעטער שיפל, און זייער ציל איז צו פארשטארקערן באציאונגען מיט דער איוואטאן שבט וועלכע זיצט אין באטאנעס און איז פארבינדן מיט זיי.
 
יודי ביאלוסטוצקי - השיבנו
לכל הטעימות משיעורי הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א

האט איר בילדער פון מעמדים וואס זענען פארגעקומען ביי אונז אין ענגלאנד?
  שיקט אונז אריין און מיר וועלן עס מפרסם זיין דא פאר בחינם  

off...@luachhayom.com
 
T&C Apply 
Midweek - Download here
The weekly view - Download here
The simchah view - Download here
Linkit - Download here
Linkit 2 - Download here
שבת בשבתו - דריקט דא
News Update - Download here
Gateshead Kehilla Advertiser - Download here
Manchester Jewish Advertiser - Download here
The NW London Local news - Download here
Koopjes plus Antwerp - Download here
North Manchester Circular - Download here

!פאר בלויז £15 וועט אייער קלאספייד ערשיינען דא פאר א גאנצע וואך
 
                                 FOR SALE                               

For sale Toyota Avensis Verso, 122K miles, excellent condition, £1850, call 07949810047.


Get a stunning website from just £399. Call 020 8036 1111. Yes, really.

For rent: 3 Bedroom flat in Davos Platz, 28 July - 06 Aug, for £3500, call or text 07745276939

For sale Toyota estima 2007 excelent condition price £3750 Tel / text 07387 019 696

KEDEM: Concord Grape Natural Sweet - Burgundy Royal - 1.5L - Box of 6 £89 - 07814375591
FOR SALE 
Antill Road Area
 2 Bedroom flat
ground floor 
separate kitchen / diner
Long lease 
£320,000 
please call 07930 460114 and leave a message.

                                   TO LET                                  
2 Offices became available to rent in the Dunsmure/Bethune Rd Area, call/Text 07493 360429

Office for Rent Daily/Weekly Rates. call or text 07901939961

Wearhouse space available, out the area, 1,500 square feet. Please call 07817239440
2 brand new modern houses to let in Bournemouth.
opposite the Shul ( minyen 3× a day ), fully AC, nice garden & patio, sleeps 16 + 3  combined, 
please call/ text 07311808429 email kosherbo...@gmail.com

Large 3.5-bedroom house for rent in N15, featuring a beautiful garden. call 07543 502430.
To rent. 2 bedroom flat, Loft, Cranwich Road, (needs new kitchen) £2300PCM ben...@gmail.com
Holiday House Matchmakers
Looking for a cheap, affordable holiday? We have everything to suit your price and budget. Please call: 07471912234

          JOB WANTED - JOB OPPORTUNITY          
Job Vacancy:
We are looking for a Cheider Van driver.
Luxury van provided.
Well paid.
Call/text  07308 273289.
Looking for a worker afternoon hours to start immediately 
Please email Jobof...@gmail.com 
Or text to 07359586107 
We’re looking for a few reliable Yingerlatt to help with an upcoming very important Kehilla campaign.
Flexible hours and Paid role.
If you’re interested, please text 07566240758
מטעמים 
זאפטיגע אויסצוגן פון מגידים און ליניעס
צו באקומען א פריוויו פון די וועכנטליכע אויסגאבע שיקט א פארלאנג צו
matam...@gmail.com


                                 LOOKING                                  


Looking for a 3+ bedroom flat/house in Stamford Hill, Can pay without DSS, finder’s fee, call 07425511548
Looking for a 1/2/3 bedroom flat available to rent in stamford hill area, close to junction. Long term. No DSS needed. Finders fee £1000 please call: 07931482453

                                     MISC                                    
פרייליכע נייעס!
פרישע רייכע Music streaming collections פאר אפיסעס \ געשעפטן
אלע סעזאנען - גרינג צו ניצן - געשמאק צו הערן
stream.oitzerhanigunim.org
וַאֲנִי, קִרְבַת אֱלֹקִים לִי-טוֹב
ווילט איר זוכה זיין צי שטארקע אמונה אין ביטחון.
לערנט 'א שיעור א וואך' מיט די שיעורים אויף חובת הלבבות פון המג"ש הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א.
צו באקימע בחינם א USB מיט שיעורים (1-200), שיקט א טקסט מיט אייער אדרעס צו 07967740567.
וְהַבּוֹטֵחַ בַּה' חֶסֶד, יְסוֹבְבֶנּוּ


                                השבת אבידה                               

השבת אבידה:
I found a Noble hat on a bench in the park. Call 07342120456


שיקט אריין ביי אימעיל אייער השבת אבידה אדער To give away,
און מיר וועלן עס אי"ה מפרסם זיין דא פאר בחינם.
 
Receive our daily luach via WhatsApp
by joining the link below 
Luach Hayom via WhatsApp
דריקט דא צו צולייגן א מנין צו די מנחה ליסט
דריקט דא צו זעהן אלע גליונות פון דער לוח היום
דריקט דא צו אריילייגן א שמחה אין דער לוח היום
Sent by: The Luach Hayom London
To subscribe: ne...@luachhayom.com
To advertise here with us: in...@luachhayom.com
020-3657-2230           |           www.luachhayom.com
ד קרח 170626.pdf
Reply all
Reply to author
Forward
0 new messages