טעגליכע לוח היום לונדון - דאנערשטאג ט"ז אדר תשפ"ו

31 views
Skip to first unread message

Luach Hayom

unread,
Mar 5, 2026, 12:25:25 AM (11 days ago) Mar 5
to לוח היום אימעיל, לוח היום אימעיל 2

אידישע און מוסולמענער ארגאניזאציעס
אין ענגלאנד קעגן געזעץ וואס וועט פאדערן
צו אנצייכענען כשר פלייש

 

לאנדאן - אין די בריטישע פארלאמענט איז דינסטאג אויפגעברענגט געווארן א געזעץ פון די קאנסערוואטיווע פארלאמענט מיטגליד פרוי מעקוועי וואס וועט אויפפאדערן א ספעציעלע רעגירונג דעזיגנירטע סימבאל צו אנצייכענען פלייש וואס איז כשר אדער כאלאל, אין איר רעדע פאר דער פארלאמענט האט זי ערקלערט אז דאס איז צוליב אזעלכע וועלכע ווילן נישט עסן גע׳שחט׳נע אדער ׳רעליגיעזע׳ פלייש. 

א צאל אידישע גרופעס ווי ׳שחיטה יו-קעי׳ און אנדערע, און אזוי אויך מוסולמענער גרופעס, זענען ארויסגעקומען דערקעגן און עס באצייכנט אלס לעכערליך און נאריש פון איין זייט און אנטי רעליגיעז פון די צווייטע זייט, זאגנדיג אז עס ליגט מעגליך דערונטער אן עקסטרעמע אנטי רעליגיעזע שטאנד. 

אויף סאציאלע מידיע האבן סיי אידישע און סיי מוסולמענער אקטיוויסטן געטריבן שפאס פון דעם געזעץ און אנגעצייגט אז די ביידע סארט פלייש איז שוין צענדליגער יארן אנגעצייכנט מיט א סימבאל, און דאס איז עפעס וואס פאדערט זיך פאר אידן און מוסולמענער צו דאס קענען איינהאנדלען.
 


מדינת ישראל - אמעריקא איראן מלחמה אינעם פולסטן קראפט: איראן אטאקירט 15 לענדער אינעם ראיאן

מיטל מזרח - טראמפ האט ארויסגעגעבן אן אָפּטימיסטישע שאצונג איבער דעם פארויסגאנג פון די מיליטערישע אפעראציע קעגן איראן. לויטן פרעזידענט, זענען די סוקסעסן אויפן פעלד גאר גרויס, און ער ערווארטעט אז די גאנצע מערכה וועט זיך ענדיגן מיט א פולשטענדיגן זיג אינערהאלב פיר וואכן אדער ווייניגער. טראמפ האט אונטערגעשטראכן אז די אמעריקאנער מאכט און די פונקטליכע אטאקעס האבן שוין באוויזן צו צוברעכן דעם רוקן-ביין פונעם איראנער רעזשים אין א גאר קורצע צייט.

א פרישע אנאליז פון די שלאכט-פעלדער צייגט די ברייטע פארנעם פון די איראנער אגרעסיע, ווען פופצן פארשידענע לענדער אדער זייערע מיליטערישע כוחות זענען דירעקט אדער אומדירעקט אטאקירט געווארן דורך איראן זינט דעם אויסברוך פונעם קריג. צווישן די באטראפענע זענען מדינת ישראל, אמעריקאנער באזעס, סאודי אראביע, די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן, קאטאר, קואווייט, און יארדאניע. אויך אייראפעאישע כוחות פון פראנקרייך, איטאליע און ענגלאנד וואס געפינען זיך אין די באזעס אינעם מיטל מזרח זענען געווארן צילן פאר די איראנער מיסילס און דראונס.

אין א היסטארישן שריט האבן די דריי הויפט אייראפעאישע לענדער – פראנקרייך, ענגלאנד און דייטשלאנד (די E3 גרופע) – ארויסגעגעבן א שארפע ווארענונג פאר טעהראן. די לענדער האבן קלארגעשטעלט אז זיי זענען גרייט דורכצופירן מיליטערישע אקציעס כדי צו באשיצן זייערע אינטערעסן און אליאירטע. לויט זייער סטעיטמענט, וועלן זיי נישט צוגוקן מיט ליידיגע הענט, נאר זענען גרייט אומשעדליך צו מאכן איראן'ס מיסיל און דראון מעגליכקייטן דירעקט ביי זייער מקור אויף איראנער באדן, כדי אפצושטעלן די סכנה פאר די גלאבאלע זיכערהייט.
 


איראן שטעלט אויף א צייטווייליגע פירערשאפט

נאכן באשטעטיגטן טויט פונעם העכסטן פירער עלי כומעני, האט די איראנער רעגירונג געמאלדן די גרינדונג פון א דריי-מענטשן קאנסיל וואס וועט פירן דאס לאנד דורכאויס די יעצטיגע קריזיס. בעת די פירערשאפט פרובירט אנצוהאלטן קאנטראל, קומען ארויס באריכטן איבער פראטעסטן און מאסיווע שמחה-אויסברוכן אין געוויסע טיילן פון איראן איבער דעם פאל פונעם רעזשים.


טראמפ: "זיי ווילן רעדן, און איך האב מסכים געווען"

אין א דראמאטישער מעלדונג פונעם ווייסן הויז, האט פרעזידענט טראמפ געזאגט אז איראן האט ארויסגעשיקט סיגנאלן אז זיי זענען גרייט פאר שלום-געשפרעכן. "זיי ווילן רעדן, און איך האב מסכים געווען," האט טראמפ דערקלערט, אבער ער האט קלארגעשטעלט אז די מיליטערישע דרוק גייט ווייטער אן מיט פולער קראפט ביז אן ענדגילטיגן אפמאך. לויט דעם פרעזידענט, זענען שוין 48 הויכראנגיגע איראנער פירער עלימינירט געווארן זינט דעם אנהייב פונעם קריג.
 


ארץ אל תכסי דמם - בלוטבאד אין בית שמש:
9  אומגעקומענע הי"ד און צענדליגער פארוואונדעטע פון איראנער מיסיל

 
בית שמש - אידן איבער די וועלט האבן מיט ווייטאג און אנגסט זונטאג אויפגענומען די נייעס פון ארץ ישראל אז אן איראנער באליסטישע מיסיל איז געפאלן אויף א שוהל אין שטאט בית שמש, שטייענדיג אינעם צווייטע טאג פון די קריג צווישן מדינת ישראל און איראן. אין רעזולטאט איז די שוהל טאטאל פארניכטעט געווארן אינאיינעם מיט די באמבע שעלטער דערונטער. עס האט פאסירט אין די נאכמיטאג שעות ווען איינע פון די באליסטישע מיסילס פון א באראדזש פון איראן האט פארפעלט צו ווערן אראפגעשאסן, און איז געפאלן אויף ביהמ"ד 'תפארת ישראל' וואס געפונט זיך אין די אלטע געגנט פון שטאט. 

די שוהל איז ליידער ארויף אין אש און פארעך און די באמבע שעלטער איז איינגעפאלן, און נאך פילע ארומיגע געביידעס זענען שווער געשעדיגט געווארן. די אויפרייס פון די מאסיווע באליסטישע מיסיל וואס האט געטראגן איבער טויזנט פונט אויפרייס מאטריאל האט ליידער געקאסט דאס לעבן פון אמווייניגסטנס 9 אידן הי"ד, און נאך צענדליגער אנדערע זענען פארוואונדעט געווארן. 

שטייענדיג זונטאג נאכט אינדערצייט וואס די שורות ווערן געשריבן זענען פיר פון די ניין אומגעקומענע שוין אידענטיפיצירט געווארן, א מאמע און טאכטער שרה און רונית אלימלך הי"ד, אורן כץ הי"ד, און גבריאל ברוך רווח הי"ד. 

יה"ר שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולנו ושנשמע ונתבשר בשורות טובות.
 

קיעלץ וועט טראנספארמירן געוועזענע שוהל
 
פּוילן – די מוניציפּאלע רעגירונג אין שטאט קיעלץ אין פּוילן האט אונטערגענומען א דעזיין פארמעסט צו טראנספארמירן די געוועזענע צענטראלע שוהל פון דער שטאט אלס א קולטורעלע און ערציאונג צענטער, וואס וועט זיך קאנצענטרירן אויף פּויליש-אידישע אפּשטאם און געמיינזאמע קולטור. די היסטארישע געביידע שטייט אין דער שטאט וואס איז ליידער באקאנט פאר'ן "קיעלץ פּאגראם" וואו לאקאלע גוים האבן נאכ'ן ענדע פונעם ביטערן האלאקאוסט אומגעברענגט א גרויסע צאל אידישע איבערלעבער הי"ד.
 
Click here to fill in you deatils
דריקט דא צו זעהן לייוו די לוח הזמנים והמנינים בביהמ"ד ביאלא

קאנספיראציעס קעגן מדינת ישראל אין "קארנאקיאו" פאדקעסט
 
דער פאדקעסטאר נעיט קארנאקיאו האט ענדליך "געבראכן" די נייעס: מדינת ישראל איז שולדיג אין יעדן היסטארישן מאמענט, פון קענעדי'ס מארד ביז... די וואלן פון זאהראן מאמדאני. יא, איר האט גוט געהערט – דער מוסד איז פשוט צו באשעפטיגט מיט "ליקווידירן" טשארלי קירק  און קאנטראלירן די גאסן פון ניו יארק. עקספערטן זאגן אז די איינציגסטע קאנספיראציע וואס ער האט נאך נישט אויסגעפונען, איז ווער עס האט פאקטיש געגנב'עט זיין אייגענעם שכל.
 
Mayer Adler - Hishtapchus
לכל הטעימות משיעורי הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א
פורים ביי הגה"צ רבי יוסף פאדווא שליט"א
מסיבת פורים אין מאה שערים
אין ביהמ"ד מילואים לאפוד - וועסטקליף - די גרעסטע גראגער אויפן וועלט געמאכט דורך טאלאנטפולער ר' אלי' ציינויירט ממתפללי ביהמ"ד
אייגנארטיגע ברכה לכבוד יו"ט פורים בעירנו לונדון

האט איר בילדער פון מעמדים וואס זענען פארגעקומען ביי אונז אין ענגלאנד?
  שיקט אונז אריין און מיר וועלן עס מפרסם זיין דא פאר בחינם  

off...@luachhayom.com
 
T&C Apply 
Midweek A - Download here
Midweek B - Download here
The weekly view - Download here
The simchah view - Download here
Linkit - Download here
שבת בשבתו - דריקט דא
News Update - Download here
Gateshead Kehilla Advertiser - Download here
The NW London Localnews - Download here
Koopjes plus Antwerp - Download here
North Manchester Circular - Download here

!פאר בלויז £15 וועט אייער קלאספייד ערשיינען דא פאר א גאנצע וואך

 
                                 FOR SALE                               

KEDEM ESTATES: Blush Chablis / Cabernet Soft / Red Chablis / £101 BOX of 6 07814375591


Brand new still boxed Canon G7X Mark II with –for £1000 instead of £1200 .
Call 07576 332904


FOR SALE – ROSLYN ROAD, N15
3-Bedroom House – £560,000
Requires light refurbishment.
Excellent potential for side & loft extension 
Prime location in a vibrant Jewish community.
Ideal for first-time buyers, young families or investors.
📱 Serious enquiries: Text 07999 032561
ש''ס עוז והדר רעג פרייז £350 צים פארקויפן נאך אין באקס פאר £250
07989-233394

                                   TO LET                                  

Cheap 9-seater van rentals in Eretz Yisroel Airport collection available. Call/WhatsApp +972 547448847
2 Beds Garden Flat, C/Heating £2,500 // 2 Beds, AirCon, C/Heating, DSS Welcome £2,300 07492718972
2 New Offices to let on Grosvener Way. All bills included. 07737824208
Ground floor office to rent – two rooms, located on Filey Avenue.
For further details please call 07976 037 619.
 2 bed flat on Vartry road. no garden. Please email flatto...@gmail.com
To let: a flat of 3.5 big rooms for office use, in heart of Clapton Common area. 07887327123

          JOB WANTED - JOB OPPORTUNITY          
Job Opportunity: Are you a people person with an understanding of software, have a few hours a day, and want to earn well? We want to hear from you. Please email a CV to in...@arbyte.co.uk - Ref: RSP
האט איר לייסענס? א side job מיט גוטע פארדינסטן-עס לוינט זיך!!
דרייוו א חדר ווען אפי' נאר איינצעלנע שעות און פארדינט שיין. 07308-273-289

                                 LOOKING                                  
 
בית מדרש בשכונת סטמפורד היל מחפש מקום לתפילות בימות החול ובשבתות, המתאים ל־60–70 מתפללים.
מוכן לשלם טוב. רופט 07464490080
Looking to exchange a 7/8 seater car in London with 7/8 car in Israel for pessach  pls call 07700164250
Urgently looking for a 2 Bedroom flat. £1500 Finders Fee. Please call/text 07413118013
Looking to rent a nice size 4 bedroom house in Clapton Common area. Please text 07308154791
עס ווערט געזוכט אינגערלייט אדער ערוואקסענע בחורים צו פארקויפן א גוט גייענדיגע ראפעל צווישן פורים און פסח פאר גאר גוט באצאלט
רופט - טעקסט: 07884801180

                                     MISC                                    

פרייליכע נייעס!
פרישע רייכע Music streaming collections פאר אפיסעס \ געשעפטן
אלע סעזאנען - גרינג צו ניצן - געשמאק צו הערן
stream.oitzerhanigunim.org
Bookkeeper with experience available to work remotely, approx 8-10 hrs per week. References available upon request. Mrs L 07393082327
וַאֲנִי, קִרְבַת אֱלֹקִים לִי-טוֹב
ווילט איר זוכה זיין צי שטארקע אמונה אין ביטחון.
לערנט 'א שיעור א וואך' מיט די שיעורים אויף חובת הלבבות פון המג"ש הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א.
צו באקימע בחינם א USB מיט שיעורים (1-200), שיקט א טקסט מיט אייער אדרעס צו 07967740567.
וְהַבּוֹטֵחַ בַּה' חֶסֶד, יְסוֹבְבֶנּוּ
Children with ADHD struggle with emotional regulation amongst many other difficulties. Martial arts has been proven to improve their ability to self regulate and enhance focus. New group of self defence for boys starting next week. Small group. Heimishe instructor. Boys age 10-12. This group will take place during cheder hours. For more information and to book your son in please call/text Mrs Linshe 07956039537

                                השבת אבידה                               

Found a tallis bag with name שמואל דוד דיטס if you have any info email 401...@gmail.com

                             TO GIVE AWAY                             


שיקט אריין ביי אימעיל אייער השבת אבידה אדער To give away,
און מיר וועלן עס אי"ה מפרסם זיין דא פאר בחינם.
 
Receive our daily luach via WhatsApp
by joining the link below 
Luach Hayom via WhatsApp
דריקט דא צו זעהן אלע גליונות פון דער לוח היום
דריקט דא צו אריילייגן א שמחה אין דער לוח היום
דריקט דא צו צולייגן א מנין צום רשימה
Sent by: The Luach Hayom London
To subscribe: ne...@luachhayom.com
To advertise here with us: in...@luachhayom.com
020-3657-2230           |           www.luachhayom.com

ה כי תשא 050326_compressed.pdf
Reply all
Reply to author
Forward
0 new messages