טעגליכע לוח היום לונדון - דינסטאג ד' אייר תשפ"ו

14 views
Skip to first unread message

Luach Hayom

unread,
Apr 21, 2026, 3:48:05 AM (8 days ago) Apr 21
to לוח היום אימעיל, לוח היום אימעיל 2

אַמעריקע פאַרכאַפּט איראַנער אויל טאַנקער

גאָלף ראַיאָן – פּרעזידענט טראָמפּ האָט נעכטן נאָכמיטאָג דראַמאַטיש געמאָלדן אַז די אַמעריקאַנער נעווי האָט פאַרכאַפּט אַן איראַנער טאַנקער שיף אין די וואַסערן פונעם גאָלף אָוו אַמאַן, וועלכע האָט פּרובירט אויסצוקרויזן די אַמעריקאַנער בלאָקאַדע. טראָמפּ זאָגט אַז די איראַנער שיף מאַנשאַפט האָט איגנאָרירט ראַדיאָ וואָרענונגען און שאָסן, און מען האָט דעריבער פאַרכאַפּט דעם שיף, וועלכע איז אונטער אַמעריקאַנער טרעזשורי סאַנקציעס.
 


אומקלאָרקייט איבער פרישע איראַן געשפּרעכן

איסלאַמאַבאַד – עס איז ערוואַרטעט אַז דער אַמעריקאַנער וויצע פּרעזידענט דזשעי די ווענס, אינאיינעם מיט סטיוו וויטקאף און דזשעראד קושנער, וועלן אָנקומען קיין פּאַקיסטאַן פאַר געשפּרעכן מיט איראַן, אָבער עס איז נישט קלאָר צי די געשפּרעכן וועלן בכלל פאָרקומען. טראָמפּ האָט נעכטן געזאָגט אַז א פרישע רונדע איז געסקעדזשולט, אָבער איראַן'ס אָפיציעלע נייעס אַגענטור האָט קלאָרגעשטעלט אַז איראַן האָט געמאָלדן פאַר אַמעריקע איר אָפּוועזנהייט פון די פרישע רונדע געשפּרעכן.
 


אוקראַינע אויפגעגעבן אויף אַמעריקאַנער הילף

קיעוו – א נייע באַריכט אינעם "אַטלאַנטיק" ערווענט אַז די אוקראַינישע רעגירונג האָט אָפיציעל אויפגעגעבן אויף פּרובירן באַקומען הילף פון אַמעריקע, אונטער פּרעזידענט טראָמפּ. ביז יעצט האָט פּרעזידענט זעלענסקי נאָכאַנאַנד פּרובירט צו געפעלן פאַר טראָמפּ און געהאָפט אַז ער קען געטרויען טראָמפּ, אָבער זעלענסקי האָט אויפגעהערט אפילו צו פּרובירן, און אַצינד אַרבעט ער בלויז קאָנצענטרירט אויף אַוועקשטעלן א נייע אַליאַנץ מיט אייראָפּע, ספּעציפיש אויף בויען פרישע וואָפנס.
 


שבר על שבר: צווייטער ברודער ע"ה אָפּגעפונען נישט-לעבעדיג אין נתניה טייך

ארץ ישראל – א שווערע טאָפּלטע טראַגעדיע האָט באַטראָפן א חרדי'שע משפּחה אין ארה"ק, ווען עס איז נעכטן באַשטעטיגט געוואָרן אַז מען האָט אָפּגעפונען די גוף פון הבחור אברהם ישעי' שפּיגעל ע"ה אין די וואַסערן פון א טייך אין שטאָט נתניה, עטליכע טעג נאָך וואָס זיין ברודער איז ליידער אומגעקומען.

די צוויי ברידער, הבחור אברהם ישעי' ע"ה און הבחור יששכר דוב ע"ה, זענען געגאַנגען זיך טובל'ען אינעם טייך ערב שבת פּרשת שמיני, און ליידער זענען זיי פאַרשוועמט געוואָרן דורך די כוואַליעס. יששכר דוב איז אַרויסגעשלעפּט געוואָרן אין א שווערן צושטאַנד און מ'האָט געזוכט דעם אַנדערן ברודער.

פאַר די לעצטע צען פּיינפולע טעג האָט מען געזוכט אין די וואַסערן, מיט ספּעציעלע ים טויכער און אַנדערע מעטאָדן, ווען ליידער אינמיטן די זוכענישן פאַר אברהם ישעי' ע"ה, איז הבחור יששכר דוב ע"ה אויסגעגאַנגען אין שפּיטאָל פון די שווערע וואונדן וואָס ער האָט געליטן ביים זיך דערטרענקען.

אַצינד אינמיטן די שבעה, האָט די פאַמיליע באַקומען דעם צווייטן ביטערן קלאַפּ, ווען עס איז באַשטעטיגט געוואָרן אַז מ'האָט אָפּגעפונען די גוף פון הבחור אברהם ישעי' ע"ה. אַצינד וועט די פאַמיליע זיך נישט אויפשטעלן פון די שבעה דינסטאָג ווי געפּלאַנט, נאָר וועט ליידער ווייטער זיצן נאָכאַמאָל שבעה.

די טרויעריגע לוי' פון הבחור אברהם ישעי' ע"ה איז פאָרגעקומען נעכטן אין די רמת שלמה געגנט אין ירושלים, און ער איז דערנאָך געקומען לקבורה נעבן זיין ברודער ע"ה אויפן הר המנוחות, און מען איז מתפּלל און מ'וואונטש פאַר די ערשיטערטע פאַמיליע "המקום ינחם אתכם בתוך שאר אבלי ציון וירושלים".
 


נייע סלאָוואַקיע רעגירונג סטעמפּ באַערט שוהל

סלאָוואַקיע. – די נאַציאָנאַלע פּאָסט סערוויס אין סלאָוואַקיע האָט אַרויסגעשטעלט א ספּעציעלע סטעמפּ וועלכע טוט באַערן און אָפּצייכענען דאָס וואָס מען האָט רעסטאוורירט די היסטאָרישע שוהל אין שטאָט טרענטשין. דער שוהל איז געבויט געוואָרן מיט מער ווי 110 יאָר צוריק און עס האָט געליטן שווערע שאָדנס ביים וועלט קריג, און נאָכ'ן קריג איז עס גענוצט געוואָרן אַלס א קונסט מוזעאום און פילע אריגינעלע זאַכן זענען פאַרלוירן געגאַנגען. מ'האָט געאַרבעט די לעצטע 3 יאָר דאָס צו רעסטאַוורירן.
 

זייט מנדב
דריקט דא צו צולייגן א מנין
דריקט דא צו זעהן לייוו די לוח הזמנים והמנינים בביהמ"ד ביאלא

געקויפט לעגא און צוריקגעגעבן לאקשן
 
קאליפארניע – א קאליפארניער פארשוין איז ארעסטירט געווארן נאכדעם וואס פאליציי האט אים באשולדיגט אין דורכפירן א מאדנע "לעגא" גניבה אין סטעיטס איבער'ן לאנד, וואס האט אריינגענומען לאקשן... דער פארשוין ווערט באשולדיגט אז ער האט איינגעקויפט לעגא שפילצייג סעטס אין "טארגעט" געשעפטן איבער'ן לאנד און ער האט פון יעדן סעט ארויסגענומען ווערדפולע מענטשעלעך און אנדערע שטיקלעך, און דערנאך האט ער צוריקגעקערט די לעגא באקסעלעך נאכ'ן עס אנפולן מיט טרוקענע לאקשן עס זאל זיין די זעלבע וואג פון די לעגאס. אלעס אינאיינעם האט ער גערויבט לעגא אין ווערד פון 34,000 דאלער.
 
לכל הטעימות משיעורי הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א

האט איר בילדער פון מעמדים וואס זענען פארגעקומען ביי אונז אין ענגלאנד?
  שיקט אונז אריין און מיר וועלן עס מפרסם זיין דא פאר בחינם  

off...@luachhayom.com
 
T&C Apply 
Midweek - Download here
The weekly view - Download here
The simchah view - Download here
Linkit - Download here
Linkit 2 - Download here
שבת בשבתו - דריקט דא
News Update - Download here
Gateshead Kehilla Advertiser - Download here
The NW London Local news - Download here
Koopjes plus Antwerp - Download here
North Manchester Circular - Download here

!פאר בלויז £15 וועט אייער קלאספייד ערשיינען דא פאר א גאנצע וואך
 
                                 FOR SALE                               

Amhurst Parade 11 :שיך איז יעצט אפן ביז זונטאג נאכט אח''ק  אין אונזער צייטווייליגע לאקאציע איז SMS
אָפן היינט דאנערשטאג און זונטאג אח''ק פון 12:00 ביז 8:00 מארגן פרייטאג פון 11:00 ביז 2:00
כאַפּט דעם פאפולערן VELERIO שיך פֿאַר בלויז £79 (RRP (125)


צו פארקויפן שיינע מזוזות פון א סופר מיט א תעודה בתוקף רופט :07974915472


AI fintech investment protected by US Gov. Bonds potential 9600% profit. Eli...@royalgreenbank.com

Looking to buy or remortgage a property in Israel?
We specialize in negotiating up to 80% mortgage, also for international citizens.
Contact us on 07828189627

                                   TO LET                                  

Studio flat on Wellington Ave area available now DSS welcome call 07359004837

Holiday rental: 16-flat building in Soden,Au area, sauna & pool. Call 07969746585. Must taken 2day

Wearhouse space available, out the area, 1,500 square feet. Please call 07817239440
געזוכט צו דינגען א אופיס בעסטר אין טוטנהיים געגענט רופט / טעקסט 07467-393-890


          JOB WANTED - JOB OPPORTUNITY          
A  Heimishe Talmud Torah is seeking English Teachers. Competitive salary offered.
office...@gmail.com
Looking for a worker afternoon hours to start immediately 
Please email Jobof...@gmail.com 
Or text to 07359586107 
We’re looking for a few reliable Yingerlatt to help with an upcoming very important Kehilla campaign.
Flexible hours and Paid role.
If you’re interested, please text 07566240758
א יונגרמאן איז גרייט צו לערנען מיט אייערע בחור בין הסדרים רופט 07387-102-994 / 020-8800-0193 ( לעזט א הודעה)
אברך מוכן ללומד עם הבחור שלך בארץ ישראל רופט 07413169803

                                 LOOKING                                  
 

Looking for an urgent appointment with Alexander Kobrin 
If you have an appointment call now 07368364349
Urgently looking for a 2 bedroom flat, £400 finder’s fee. Call 07934819529.

                                     MISC                                    

פרייליכע נייעס!
פרישע רייכע Music streaming collections פאר אפיסעס \ געשעפטן
אלע סעזאנען - גרינג צו ניצן - געשמאק צו הערן
stream.oitzerhanigunim.org
וַאֲנִי, קִרְבַת אֱלֹקִים לִי-טוֹב
ווילט איר זוכה זיין צי שטארקע אמונה אין ביטחון.
לערנט 'א שיעור א וואך' מיט די שיעורים אויף חובת הלבבות פון המג"ש הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א.
צו באקימע בחינם א USB מיט שיעורים (1-200), שיקט א טקסט מיט אייער אדרעס צו 07967740567.
וְהַבּוֹטֵחַ בַּה' חֶסֶד, יְסוֹבְבֶנּוּ
Have your say on parking in permit-only bays 
From 2 March 2026, Blue Badge holders can park in on-street 'permit holders only' bays in Hackney as part of a new trial. This does not include resident or business bays.
The trial will run for at least 6 months and can last up to 18 months.
This change is being introduced as an Experimental Traffic Order (TT1888). This means it’s temporary, so we can see how the new parking arrangement works and hear your feedback.
After the first 6 months, we’ll review the trial and decide whether to continue it, make changes or end it.
We want to hear your views during the trial.
Email parking...@hackney.gov.uk with your comments.

                                השבת אבידה                               

השבת אבידה: איך האב פארקויפט אן איבעריגע טיקעט ביים אריינגאנג צום לאמיר זינגען אווענט, פאר א בחור מיט א ליטווישן לבוש פאר דער פרייז פון £30.00 דער בחור האט מיר דערלאנגט £40.00 און איז פארשווינדען געווארען איידער איך האב אים געגעבן טשעינדש. 
איך טוה מיין השתדלות אים צו טרעפן דאס אים קענען אפגעיבן.
א דאנק און תזכו למצוות, 07449706982
השבת אבידה -  בטעות לקחתי שקית מסרה עם טלית קטן בתוכן רופט 07435439895

                             TO GIVE AWAY                             


שיקט אריין ביי אימעיל אייער השבת אבידה אדער To give away,
און מיר וועלן עס אי"ה מפרסם זיין דא פאר בחינם.
 
Receive our daily luach via WhatsApp
by joining the link below 
Luach Hayom via WhatsApp
דריקט דא צו זעהן אלע גליונות פון דער לוח היום
דריקט דא צו אריילייגן א שמחה אין דער לוח היום
Sent by: The Luach Hayom London
To subscribe: ne...@luachhayom.com
To advertise here with us: in...@luachhayom.com
020-3657-2230           |           www.luachhayom.com
210426 ג אחרי קדושים.pdf

Luach Hayom

unread,
Apr 21, 2026, 12:49:36 PM (8 days ago) Apr 21
to לוח היום אימעיל

--

Kind Regards

The Daily Luach Ltd

A: 24 Summit Estate, Portland Ave London N16 6EU

T: 020 3657 2230

E: In...@LuachHayom.com

W: www.luachhayom.com

VAT Notice:

As of 01/02/2026, we are VAT registered.

Registered charities, and eligible overseas companies are VAT exempt.

If you are a registered charity, please let us know and provide your charity number.

Bank: Metro Bank. Account name: The Daily Luach Ltd. Account no: 34843262. Sort Code: 23-05-80




https://forms.monday.com/forms/dadb7409642211cc97ea0f356920ba58?r=use1&source=Email
210426 ג אחרי קדושים.pdf
Reply all
Reply to author
Forward
0 new messages