טעגליכע לוח היום לונדון - מאנטאג כ"ז סיון תשפ"ה

24 views
Skip to first unread message

Luach Hayom

unread,
Jun 22, 2025, 6:31:44 PM6/22/25
to לוח היום אימעיל

ענגלישע מיליטערישע פליגער געשעדיגט דורך פּרא-פּאלעסטינער אקטיוויסטן
 
לאנדאן — פּרא-פּאלעסטינער אקטיוויסטן האבן זיך אריינגעבראכן אין אן ענגלישע עיר-פארס באזע אין צענטראל ענגלאנד, מאכנדיג שאדנס און שפּריצנדיג רויטע פּעינט אויף צוויי מיליטערישע פליגער וואס זענען גענוצט געווארן אלס טאנקער און טראנספּארט עראפּלאנען. די אקטיוויסטן האבן זיך אריינבאקומען אין דער בריז נארטאן באזע אין אקספארדשייר און האבן אריינגעשמירט די קאלעך אין די מאטארן פון די פליגער וועלכע זיי האבן צעהאקט מיט קראובארס. די אקציע ווערט געזען ווי א פּראטעסט פאר ענגלאנד'ס שטיצע פון מדינת ישראל.
 

ארעסטירט וואנדאלן פונעם גור ביהמ"ד
 
לאנדאן – צוויי פארברעכער וועלכע האבן חרוב געמאכט די גערער ביהמ"ד אויף לעמפּערט גראוו אין לאנדאן און אנגעמאכט חרבנות זענען ארעסטירט געווארן דורך די ארטיגע פּאליציי. דער אינצידענט האט פּאסירט דאנערשטאג אינמיטן נאכט ווען די וואנדאלן האבן זיך אריינגעבראכן און איבערגעקערט די היכל ביהמ"ד, אראפּגעווארפן ספרי קודש אויף דער ערד און געשעדיגט תשמישי קדושה און דעם ארון קודש ר"ל. די אידישע קאמיוניטי קאונסיל פון סטעמפארד היל האט פארדאמט דעם אינצידענט וואס די פּאליציי האט דערווייל נאכנישט געוואלט באצייכענט אלס אן אנטיסעמיטישער אקט.
 

אמעריקע שליסט זיך אן אין מלחמה קעגן איראן מיט באמבארדירן דריי נוקלעארע איינריכטונגען לענגאויס איראן, אריינגערעכנט פארדאו
 
וואשינגטאן - נאך איבער א וואך צייט וואס מדינת ישראל איז אין פולשטענדיגער קריג מיט איראן מיטן ציל צו גענצליך פארניכטן די איראנער נוקלעארע פראגראם, א מלחמה וואס האט שוין ליידער געקאסט אידישע קרבנות ה"י און צענדליגע פארוואונדעטע, האט אמעריקע זיך אריינגעמישט צו ארויסהעלפן מדינת ישראל און אראפגעלאזט דעם טויט קלאפ אויף די איראנער נוקלעארע פראגראם נאך טעג פון שפעקולאציעס און געשלעגן אינערהאלב טראמפ שטיצער צו אמעריקע זאל זיך אריינמישן אינעם קריג. זעקס מאסיווע בי-2 באמבארדיר פליגער, די איינציגע סארט פליגער וואס קען האלטן די 30,000 פונטיגע באנקער באסטער באמבעס האבן זיך ארויסגעלאזט פון די ווייטמאן מיליטערישע באזע אין מיזורי אויפן וועג קיין איראן מיטן הויפט ציל צו באמבארדירן די פורדאו נוקלעארע פלענט אין די קום פראווינץ וואס געפונט זיך איינגעגראבן טיף אין א בארג און די מדינת ישראל מיליטער פארמאגט נישט די מעגליכקייט צו דורכברעכן די הונדערטער פוס פון שטיין צו עס גענצליך פארניכטן  בלויז פון די לופט. 

אומגעפער 2:30 זונטאג ביינאכט ארטיגע זייגער זענען די מאסיווע בי-2 פליגער אנגעקומען העכער די נוקלעארע פלענט און דארט אראפגערעגט א צאל באנקער באסטער באמבעס וואס לויט ווי פרעזידענט טראמפ האט שפעטער געזאגט אין א סטעיטמענט האט דאס טאטאל פארניכטעט די פלענט, אין די זעלבע צייט האט אמעריקע געשיקט דרייסיג טאמאהאק קרוז מיסילס אויף די צוויי אנדערע נוקלעארע איינריכטונגען אין נאטאנז און אין איספאהאן וואס זענען שוין טיילווייז פארניכטעט געווארן דורך מדינת ישראל און אצינד איז עס גענצליך פארניכטעט געווארן. טראמפ האט ביי א רעדע נאך די אטאקע גערעדט איבער וויאזוי די מאסיווע אטאקע איז צוגעגאנגען קעגן דאס לאנד וואס האט פאר די לעצטע פערציג יאר גערופן פאר די טויט פון אמעריקע, ווי ערווארטעט האט איראן געסטראשעט אז יעדער אמעריקאנער באזע אדער פארשוין איז אצינד א ציל ברעט פאר זייער נקמה אטאקעס, טראמפ האט געווארנט איראן אז אויב וועט אטאקירן וועט אמעריקע נישט שטיל בלייבן און די נאכפאלגענדע אטאקעס וועלן זיין אסאך מער טויטליך און ווייטאגליך.

זונטאג פארטאגס ארטיגע זייגער איז די רעאקציע פון איראן אויף מדינת ישראל נאכגעקומען אין פארעם פון א מיסיל באראזש אויף ארץ ישראל נאך 30 שטונדן וואס עס איז נישט געפלויגן קיין מיסילס, לויט ציפערן פארעפענטליכט דערנאך האט איראן געשאסן ארום 27 באליסטישע מיסילס פון וואס ארום צען דערפון האבן אנגעטראפן הייזער און געביידעס און פאראורזאכט מאסיווע שאדנס אריינגערעכנט אין תל אביב און אין חיפה, און טאטאל זענען זעכצן פארוואונדעט געווארן פון די באראדזש.
 

וועלט'ס רעאקציע צו אמעריקאנער
אטאקע אויף איראן

 
וואשינגטאן – וועלט פירער האבן אנגעהויבן רעאגירן צו פּרעזידענט טראמפּ'ס מעלדונג אז אמעריקע האט דורכגעפירט א סוקסעספולע אטאקע אויף דריי נוקלעארע איינריכטונגען אין איראן. דער מדינת ישראל פּרעמיער ביבי נתניהו האט שטארק געלויבט טראמפּ, זאגנדיג אז זיין פעסטע באשלוס וועט טוישן די וועלט'ס היסטאריע. דער יו-ען סעקרעטאר דזשענעראל אנטאניא גוטערעס האט געווארנט אז די אמעריקאנער אטאקעס איז א געפארפולע אויפשטייגונג אין אן אנגעצויגענע ראיאן וואס וועט ערנסט באדראען די גלאבאלע פרידן און זיכערהייט און מעגליך ארויסגיין פון קאנטראל מיט קאטאסראפישע קאנסעקווענצן פאר ציווילע, דעם ראיאן און די וועלט, פארלאנגנדיג גלייכצייטיג פון די יו-ען מיטגלידער לענדער צו נעמען שריט און זען אז מען האלט איין די יו-ען טשארטער און אנדערע רעגולאציעס פון די אינטערנאציאנאלע געזעצן. די אטאקעס זענען אויך פארדאמט געווארן דורך די פירער פון ווענעזועלא, קובא, מעקסיקא און דרום קארעא.
 

רוסלאנד לייגט א האנט אויף אויסלענדישע פארמעגנס
 
מאסקווע – רוסלאנד'ס פּראקוראר דזשענעראל איגאר קראסנאוו, וועלכער האט אנגעפירט די רוסישע באמיאונגען צו פארכאפּן אויסלענדישע פארמעגנס דורכאויס די דריי יאר פון איר קריג מיט אוקראינע, האט געזאגט אז מען וועט האלטן א שטרענגן אויג אויף די פירמעס וועלכע וועלן זיך צוריקקערן קיין מאסקווע זיכער צו מאכן אז רוסלאנד וועט בעניפיטירן דערפון. רוסלאנד האט פארכאפּט פּראפּערטי און פארמעגנס אין די ווערד פון 2.4 ביליאן רובעל (31 ביליאן דאלאר) פון די אויסלענדער און ווילן דאס נוצן צו בעניפיטירן זייער עקענאמיע וועלכע האט שטארק געליטן פון דעם קאנפליקט.
 

אמעריקא סופּרים קאורט ערלויבט
אנקלאגן טעראר גרופּעס

 
וואשינגטאן - די סופּרים קאורט האט פרייטאג איינשטימיג געאורטיילט אז אמעריקאנער בירגער וועלכע זענען געשעדיגט געווארן אין טעראר אטאקעס און איבערלעבנדע פאמיליע מיטגלידער פון די וואס זענען אומגעקומען קענען אנקלאגן פּאלעסטינער טעראר גרופּעס אין אמעריקאנער געריכטן, זאגנדיג אז דאס געזעץ וועלכע קאנגרעס האט באשטעטיגט אין 19' צו ערלויבן די סארט געריכטליכע אנקלאגעס איז פולקאם אויסגעהאלטן. די אנטי-טעראריזם אקט איז געהאט באשטעטיגט געווארן נאכדעם וואס א פעדעראלע אפּעלאט געריכט אין ניו יארק האט געהאט בלאקירט פריערדיגע אנקלאגעס, אריינגערעכנט א 655 מיליאן דאלארדיגע אורטייל לטובת טעראר קרבנות מיט די טענה אז די סארט אנקלאגעס – וואס איז געהאט אריינגעגעבן געווארן דורך די פאמיליע פון ארי' פולד הי"ד, אן אמעריקאנער וועלכער איז ערמארדעט געווארן דורך א פּאלעסטינער טעראריסט אין א מערב ברעג שאפּינג מאל אין 18' - באלאנגען נישט אין די אמעריקאנער געריכטן.

 


באנדע אנטלאפענע שעף געכאפּט

נארט קאראליינא — שעריף'ס באאמטע אין טשעטהעם קאונטי האבן רעאגירט צו א באריכט פון שעף וועלכע האבן ארומגעוואנדערט נעבן האו ריווער טייך אין פּיטסבארא און האבן זיך אנגעטראפן מיט א סטאדע פון 10 שעפעלעך וועלכע האבן ארומשפּאצירט נאכדעם וואס זיי זענען אנטלאפן פון זייער בעה”ב וועלכער האט נאכנישט איינגעמאלדן פאר די אויטאריטעטן איבער זיין פארלוסט. די אפיצירן האבן באוויזן צו כאפּן 8 פון זיי, אין די צייט וואס צוויי אנדערע האבן באוויזן צו אנטלויפן.
 


האט איר בילדער פון מעמדים וואס זענען פארגעקומען ביי אונז אין ענגלאנד?
  שיקט אונז אריין און מיר וועלן עס מפרסם זיין דא פאר בחינם  

off...@luachhayom.com
 
T&C Apply 

!פאר בלויז £10 וועט אייער קלאספייד ערשיינען דא פאר א גאנצע וואך

 
                                 FOR SALE                               
 
For Sale: Toyota Previa, 7 seats, 132k miles, excellent condition inside and out. £3,000 ONO. Call 07981 749 433
MadeSafer Hotplates, Hot Water Urns, Slow Cookers, Shabbos Lamps on sale in local shops. Call 02088029243 or 07989628478

מיר קויפן צעבראכנע Canon דיגיטל קאמעראס, צאלן גוט קעש
רופט/טעקסט 07365657329 yh76...@gmail.com
                                    TO LET                                  

א נייע דירה אין אנטווערפן פאר געסט שמחות שבת יו״ט 32472283335+

Are you Seeking HOUSES locally or further afield, as home owner, as investments or for dealing with etc. Spring onto our receiving list free of charge: regist...@property-detects.co.uk
Desk available in a comfortable office in Heathland area, Fully serviced, Air conditioned, Easy parking 07984673724

          JOB WANTED - JOB OPPORTUNITY          
 
Job vacancy: organization looking for a male secretary full/part time.
Yiddish Hebrew and English required
Good computer knowledge
Good speaking manners
hcc.jo...@gmail.com
א היימישע מוסד זיכט א פאנדרעיזער, א גוטע פרנסה פאר די ריכטיגע קאנדידאט. ביטע טעקסט 07833433507
Job Vacancy - Watch company looking for a worker to repair small issues, process returns & help out customers.
Must be handy, detail oriented & have basic computer knowledge. Training provided.
Part time with full time potential.
Please call/text 07300991219 If no answer leave a message.
א תלמוד תורה זוכט א יונגערמאן מיט עקספיריענס אין עברי צו צולערנען מיט קינדער פאר שיין באצאלט! ביטע רופט 07708906985
Looking to change 2 followup appointments with Dr Alexander from 30 July for earlier
call 07471352354

                                 LOOKING                                  
 געזינט זוכט וואלונטירן"  אויפפילן אונדזער שבת צימערן און שפיטאל 03336139625

געזוכט צו דינגען א אפיס ביטע רופט 07942677286

                                     MISC                                    

מיר נעמאן צאם אלע סארט'ן חובות פון פריוואטע, מוסדות אדער ביזנעס חובות רופט 
85% access rate 07818107406
We set up your S&P 500 Chasuna plan for only £150 a child or £300 for your entire family - 020 3488 8052
Unique Opportunity for Boys Ages 9–13 🌟
For boys with ADHD/ADD who find it hard to thrive in a cheder setting.

Now forming a small, guided group (up to 3 boys) in a Heimishe atmosphere, led by a qualified, experienced therapist.
✔️ Fun, structured activities
✔️ Build skills through guided play
✔️ Strengthen confidence and social connection
✔️ Support your son’s growth into an ehrlicher Yid—with warmth, joy, and care
📞 For more info, call or text: 07708-904227
References available upon request

                                השבת אבידה                               

Found a BA AMEX card at Filey Corner, Osbaldeston. The name on the card is Z. Kohn. Call 07563061673

                             TO GIVE AWAY                             

Cupboards to give away
White small cupboards suitable for books or storage. 60 width x 60cm height x 30cm depth with one shelf in each. 10 with doors and 6 without doors. Pick up from Knightland Road. Call 07538 794 886.


Chrome pedestal fan, home telephone with built-in answering machine. Both in very good condition. Please call 020 8806 7417 or 07890 364 939.

שיקט אריין ביי אימעיל אייער השבת אבידה אדער To give away,
און מיר וועלן עס אי"ה מפרסם זיין דא פאר בחינם.
 
Receive our daily luach via WhatsApp
by joining the link below 
Sent by: The Luach Hayom London
To subscribe: ne...@luachhayom.com
To advertise here with us: in...@luachhayom.com
020-3657-2230           |           www.luachhayom.com
ב קרח 230625_compressed.pdf
Reply all
Reply to author
Forward
0 new messages