טעגליכע לוח היום לונדון - זונטאג ט"ז אייר תשפ"ו

19 views
Skip to first unread message

Luach Hayom

unread,
May 2, 2026, 5:24:14 PMMay 2
to לוח היום אימעיל, לוח היום אימעיל 2

סטארמער העכערט אידישע שוץ אין בריטאניע

לאנדאן – דער בריטישער פּרעמיער מיניסטער קיער סטארמער איז נעכטן אראפּגעקומען קיין גאלדערס גרין, און האט באזוכט ביים ארט וואו עס האט פּאסירט די שרעקליכע שטעכעריי אטאקע וואו צוויי אידן זענען פארוואונדעט געווארן, אויסצודרוקן סאלידאריטעט מיט די אידישע געמיינדע. ער האט דארטן געמאלדן פרישע 33 מיליאן דאלער וואס די רעגירונג וועט געבן צו באשיצן די אידישע בירגער, אריינגערעכנט געלט פאר "שומרים".
 


טראמפּ סטראשעט דייטשלאנד'ס קאנצלער

בערלין – דער אמעריקאנער פּרעזידענט דאנאלד טראמפּ האט זיך גענומען אויף די ביינער פון דייטשלאנד'ס קאנצלער פרידריך מערץ, סטראשענענדיג אז ער וועט רעדוצירן די צאל אמעריקאנער טרופּן וואס זענען סטאנציאנירט אין ארטיגע באזעס, אדער גאר אינגאנצן ארויסציען די טרופּן פון דארט, צוליב מערץ'ס שוואכע שטיצע פאר די איראן מלחמה. אנאליסטן זאגן אז די אמעריקאנער טרופּן אין דייטשלאנד בענעפיטירט אמעריקע פיל מער ווי די דייטשן.
 


טייוואן'ס עקאנאמיע מיט עקספּלאסיווע וואוקס

טייפּעי – טייוואן'ס עקאנאמיע איז געוואקסן מיט 13.69 פּראצענט אינעם ערשטן פערטל יאר, וואס איז אסטראנאמישע וואוקס און איז די שנעלסטע אין 39 יאר, ווערנדיג געטריבן דורך וואוקס אין עי-איי פארלאנג און א שטארקע העכערונג אין עקספּארטן, בעיקר אין פארגעשריטענע קאמפּיוטער טשיפּס. שטארקע עקספּארטן און וואקסנדע קאנסומער שפּענדונג האבן טאקע געטריבן די וואוקס, אבער עקאנאמיסטן ווארענען אז טייוואן וועט אויך שפּירן די אויסווירקונגען פונעם איראן קאנפליקט.
 


אפריקע ביים שוועל פון איסלאמישע קאליפאט

מאלי – על-קאידא פארבינדעטע טעראריסטן רוקן זיך פאראויס צום הויפּטשטאט פונעם אפריקאנער לענדל מאלי, הייבנדיג זארגן אז זיי וועלן אוועקשטעלן דארטן אן איסלאמישע קאליפאט, אין א צייט וואס די מאלי מיליטער אינאיינעם מיט זייערע קרעמלין-געשטיצטע באוואפנטע קעמפער פּלאגן זיך אנצוהאלטן טעריטאריע. די טעראר גרופּע "דזשאמאט נוסראט על-איסלאם וואל מוסלימין" באלאגערט שוין דעם הויפּטשטאט באמאקא עטליכע וואכן און האט די וואך דערמארדעט דעם פארטיידיקונגס מיניסטער.
 


פארלייפיג: אתרא קדישא מירון וועט ווארשיינליך זיין אפּגעשפּארט אום ל"ג בעומר

ירושלים – מיט באדויער האט מען נעכטן אויפגענומען די אנטוויקלונג אז אתרא קדישא מירון וועט זיין אינגאנצן אפּגעשפּארט אום ל"ג בעומר, די הילולא פון רבי שמעון בר יוחאי, לויט ווי עס זעט יעצט אויס, צוליב אינערליכע רייבערייען אינערהאלב די פארשידענע מדינת ישראל רעגירונג פיגורן.

צוליב וואס די טראנספּארטאציע מיניסטעריום האט זיך נישט געוואלט אונטערנעמען די אחריות צוצושטעלן באסעס פאר'ן ריזיגן ציבור פון צענדליגער טויזנטער וואס ווילן ארויפגיין, וועגן די ריזיקע פון כיזבאללא אטאקעס, האט די רעגירונג פארלייפיג געזאגט אז מירון איז אפּגעשפּארט.

עס איז נישט געווען גלייך קלאר צי דערמיט איז אפּגערופן די פריערדיגע פּלאן פון צעטיילן מירון אין עטליכע זאנעס און ארויפלאזן א געצוימטע צאל מענטשן, אבער זאכן קענען זיך נאך אנטוויקלען און טוישן. דערווייל פארקויפט מען נישט טיקעטס, שטייענדיג קנאפּע געציילטע טעג בעפאר ל"ג בעומר.
 


מיליטער ארעסטירט גבאי פון קיעווער שוהל

אוקראינע – די אוקראינישע מיליטער האט נעכטן ארעסטירט אלכסנדר רוקאוויטסקי הי"ו, דער אידישער גבאי פונעם צענטראלן שוהל אינעם הויפּטשטאט קיעוו. לויט ווי העסקן הרב הילל כהן הי"ו זאגט, האט אים די מיליטער ארעסטירט צוליב וואס עס איז דא א געזעץ אז יעדער ערוואקסענער מאנסביל דארף דינען אין די מיליטער צוליב די מלחמה. עסקנים ארבעטן אצינד צו געווינען זיין באפרייאונג, און עס פעלט זיך אויס 20,000 דאלער.
 


איז אייער לענדליין כשר?
אייער פשוט'ער היים טעלעפאן וועט (פון יאר 2027) דארפן האבן צוטריט צום אינטערנעט.

RCUK ברענגט א ספעציעלן דורכברוך,
כשר-קאנעקט, וואס וועט אייך ערלויבן צו
האבן א לענדליין אן קיין שום פארבינדונג
מיט'ן אינטערנעט.

 
דריקט דא צו צולייגן א מנין
דריקט דא צו זעהן לייוו די לוח הזמנים והמנינים בביהמ"ד ביאלא

די מוסדות האט א העליקאפּטער?!...
 
טענעסי – עלטערן און באסעס וואס זענען אנגעקומען איין אינדערפרי צום "וועסט טשיעטעם עלעמענטרי סקול" אין טשיעטעם, טענעסי האבן זיך געוואונדערט צי דער סקול האט זיך איינגעהאנדלט א העליקאפּטער פאר טראנספּארטאציע, ווען א קליינער העליקאפּטער האט אויפגענומען עטליכע פּארקינג פּלעצער. עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז עס איז געווען א מעדיקל העליקאפּטער וואס האט זיך גענויטיגט צו מאכן אן עמורדזשענסי לאנדונג.
 
לכל הטעימות משיעורי הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א

האט איר בילדער פון מעמדים וואס זענען פארגעקומען ביי אונז אין ענגלאנד?
  שיקט אונז אריין און מיר וועלן עס מפרסם זיין דא פאר בחינם  

off...@luachhayom.com
 
T&C Apply 
Midweek - Download here
The weekly view - Download here
The simchah view - Download here
Linkit 1 - Download here
Linkit 2 - Download here
שבת בשבתו - דריקט דא
News Update - Download here
Gateshead Kehilla Advertiser - Download here
The NW London Local news - Download here
Koopjes plus Antwerp - Download here
North Manchester Circular - Download here

!פאר בלויז £15 וועט אייער קלאספייד ערשיינען דא פאר א גאנצע וואך
 
                                 FOR SALE                               

“For Sale: 2016 Skoda Superb SEL Executive, 2.0L Diesel, 93,000 miles, ULEZ compliant, £35 annual road tax, MOT valid until April 2027. Price: £8,650. call/text: 07954 811066.”


עס ווערט געזוכט צו קויפן א charity ביטע רופט 07361627142 אויב נישט קיין ענטפער ביטע לאזט א מעסעדש.

Looking to buy or remortgage a property in Israel?
We specialize in negotiating up to 80% mortgage, also for international citizens.
Contact us on 07828189627

                                   TO LET                                  

Brand new office space to let: Desks to let in a fully serviced female office. Tottenham area. £65-£85 per week. Contact 07503129217

2 Bedroom flat to rent in Lewis Graden, Ground Floor £2400 Pcm
email flatto...@gmail.com

Wearhouse space available, out the area, 1,500 square feet. Please call 07817239440
געזוכט צו דינגען א אופיס בעסטר אין טוטנהיים געגענט רופט / טעקסט 07467-393-890

Looking to rent a garage to park a car in Stratford hill 
tsv...@gmail.com

          JOB WANTED - JOB OPPORTUNITY          
A  Heimishe Talmud Torah is seeking English Teachers. Competitive salary offered.
office...@gmail.com
Looking for a worker afternoon hours to start immediately 
Please email Jobof...@gmail.com 
Or text to 07359586107 
We’re looking for a few reliable Yingerlatt to help with an upcoming very important Kehilla campaign.
Flexible hours and Paid role.
If you’re interested, please text 07566240758
א יונגרמאן איז גרייט צו לערנען מיט אייערע בחור בין הסדרים רופט 07387-102-994 / 020-8800-0193 ( לעזט א הודעה)
אברך מוכן ללומד עם הבחור שלך בארץ ישראל רופט 07413169803
מטעמים 
זאפטיגע אויסצוגן פון מגידים און ליניעס
צו באקומען א פריוויו פון די וועכנטליכע אויסגאבע שיקט א פארלאנג צו
matam...@gmail.com


                                 LOOKING                                  

Looking for an urgent appointment with Alexander Kobrin 
If you have an appointment call now 07368364349
Urgently looking for a 2 bedroom flat, £400 finder’s fee. Call 07934819529.

                                     MISC                                    

פרייליכע נייעס!
פרישע רייכע Music streaming collections פאר אפיסעס \ געשעפטן
אלע סעזאנען - גרינג צו ניצן - געשמאק צו הערן
stream.oitzerhanigunim.org
וַאֲנִי, קִרְבַת אֱלֹקִים לִי-טוֹב
ווילט איר זוכה זיין צי שטארקע אמונה אין ביטחון.
לערנט 'א שיעור א וואך' מיט די שיעורים אויף חובת הלבבות פון המג"ש הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א.
צו באקימע בחינם א USB מיט שיעורים (1-200), שיקט א טקסט מיט אייער אדרעס צו 07967740567.
וְהַבּוֹטֵחַ בַּה' חֶסֶד, יְסוֹבְבֶנּוּ
Have your say on parking in permit-only bays 
From 2 March 2026, Blue Badge holders can park in on-street 'permit holders only' bays in Hackney as part of a new trial. This does not include resident or business bays.
The trial will run for at least 6 months and can last up to 18 months.
This change is being introduced as an Experimental Traffic Order (TT1888). This means it’s temporary, so we can see how the new parking arrangement works and hear your feedback.
After the first 6 months, we’ll review the trial and decide whether to continue it, make changes or end it.
We want to hear your views during the trial.
Email parking...@hackney.gov.uk with your comments.


                                השבת אבידה                               

השבת אבידה: איך האב פארקויפט אן איבעריגע טיקעט ביים אריינגאנג צום לאמיר זינגען אווענט, פאר א בחור מיט א ליטווישן לבוש פאר דער פרייז פון £30.00 דער בחור האט מיר דערלאנגט £40.00 און איז פארשווינדען געווארען איידער איך האב אים געגעבן טשעינדש. 
איך טוה מיין השתדלות אים צו טרעפן דאס אים קענען אפגעיבן.
א דאנק און תזכו למצוות, 07449706982

                             TO GIVE AWAY                             


שיקט אריין ביי אימעיל אייער השבת אבידה אדער To give away,
און מיר וועלן עס אי"ה מפרסם זיין דא פאר בחינם.
 
Receive our daily luach via WhatsApp
by joining the link below 
Luach Hayom via WhatsApp
דריקט דא צו צולייגן א מנין צו די מנחה ליסט
דריקט דא צו זעהן אלע גליונות פון דער לוח היום
דריקט דא צו אריילייגן א שמחה אין דער לוח היום
Sent by: The Luach Hayom London
To subscribe: ne...@luachhayom.com
To advertise here with us: in...@luachhayom.com
020-3657-2230           |           www.luachhayom.com
א בהו''ב 030526_compressed.pdf
Reply all
Reply to author
Forward
0 new messages