טעגליכע לוח היום לונדון - זונטאג ד' חשון תשפ"ו

20 views
Skip to first unread message

Luach Hayom

unread,
Oct 26, 2025, 1:35:18 PMOct 26
to לוח היום אימעיל

טראמפּ ווארנט מדינת
ישראל נישט צו אנעקסירן
מערב ברעג טעריטאריע

 
מיטל-מזרח – דער אמעריקאנער פּרעזידענט דאנאלד טראמפּ האט נעכטן געווארנט און געסטראשעט, אז מדינת ישראל וועט פארלירן "אלע שטיצע" פון די פאראייניגטע שטאטן אויב וועלן זיי פּרובירן פאראויסצוגיין מיט'ן אנעקסירן דער מערב ברעג.

די קאמענטארן פון טראמפּ זענען געמאכט געווארן עטליכע טעג צוריק אין אן אינטערוויו וואס איז נעכטן פּובליצירט געווארן, איין טאג נאך וואס דער כנסת האט דורכגעפירט די ערשטע אפּשטימונג אויף א ביל וואס וועט ארייננעמען אלע מערב ברעג זידלונגען.

"עס וועט נישט געשען, עס וועט נישט געשען", האט טראמפּ געזאגט איבער אנעקסירן דעם מערב ברעג. "עס גייט נישט געשען ווייל איך האב געגעבן מיין ווארט פאר די אראבישע לענדער. מדינת ישראל וועט פארלירן אונזער גאנצע שטיצע אויב דאס געשעט".
 

כינע סוספּענדירט טייל
רוסישע אויל סעילס

 
בעיזשינג – די פיר גרויסע אויל קאמפּאניס וואס ווערט קאנטראלירט דורך די כינעזער רעגירונג האבן נעכטן אפּגעשטעלט דאס קויפן רוסישע קרוד אויל, נאכדעם וואס אמעריקע האט געשטעלט נייע סאנקציעס אויף "ראסנעפט" און "לוק-אויל", מאסקווע'ס גרעסטע אויל קאמפּאניס. כינע'ס אפּשטעל פון קויפן רוסישע אויל באדייט א מאסיווע קלאפּ פאר רוסלאנד'ס אויל פארדינסטן וואס ווערן גענוצט צו פינאנצירן די מלחמה קעגן אוקראינע.
 

רוסישע פליגערס
העכער ליטע טעריטאריע

 
אייראפּע – די מיליטער אין ליטע האט געזאגט נעכטן אז צוויי רוסישע מיליטערישע פליגערס, א "סו-30" קאמפס דזשעט און אן "איל-78" טאנקער דזשעט, האבן פאר א קורצע וויילע פון אכצן סעקונדעס פארלעצט ליטע טעריטאריע און אריינגעפלויגן אנע ערלויבעניש. באאמטע זאגן אז עס איז געווען אינמיטן א ווארשיינליכע טרענירונג מיסיע פון רוסלאנד'ס קאלינינגראד ראיאן און קומט נאך א וויילע פון ענליכע פארלעצונגען העכער אנדערע אייראפּעאישע לענדער.
 

חסד אין שאטן פון
דזשערסי טראגעדיע

    
לעיקוואוד – אידישע קינדער האבן רעאגירט מיט געוואלדיגע מעשי החסד אין שאטן פון די קאר טראגעדיע פארלאפענעם מוצש"ק וואו 4 בחורים זענען אומגעקומען ה"י. צווישן אנדערן האט איין בעל חסד אנאנים פינאנצירט די קאסטן פון אלע 4 לוויות און קבורות, און קורצליך נאך די לוויות איז נאך אן אנאנימער בעל חסד קעגנגעקומען "אדירי התורה" אין בית מדרש גבוה און געספּאנסארט 4 לומדי תורה פאר אגאנצע יאר לזכר נשמות פון די 4 בחורים.
 

3 אידן פארוואונדעט
אין פלעטבוש רויבעריי

    
ברוקלין – א ווילדע רויבעריי אין פלעטבוש מיטוואך שפּעט ביינאכט האט איבערגעלאזט דריי אידן פארוואונדעט, נאכ'ן ווערן אטאקירט דורך א גרופּע פּארשוינען וואס האבן געפאדערט געלט. פלעטבוש שומרים וואלונטירן האבן אין איילעניש רעאגירט און נאכגעגאנגען די דריי אטאקירער, און זיי זענען ארעסטירט געווארן דורך די פּאליציי, וועלכער האבן געזאגט אז איינער פון די אטאקירער איז געווען באוואפנט מיט א מעסער, ה' ירחם.
 
Please donate here
דריקט דא צו זעהן לייוו די לוח הזמנים והמנינים בביהמ"ד ביאלא

א בריליאנטענע אויספלוג
 
אינדיאנא – א פּערזאן אין אינדיאנא האט געטראפן אן אוצר אין ארקענסאו'ס "גרוב פון דיאמאנטן" סטעיט פּארק, ווען ער האט אפירגעגראבן א 2.71 קאראט ווייסע דיאמאנט. דער מאן זאגט אז ער האט איז געווען אויף אן אויספלוג און זיך אפּגעשטעלט צוויי מאל אינעם פּארק, נוצנדיג סקרינס וואס ער האט געקויפט לאקאל אין א געשעפט וואס איז ספּעציעל געמאכט אויב מען וויל דורכזיפּן זאמד און זען צי מ'טרעפט עפּעס דיאמאנטן, און ווירקליך האט ער געטראפן דעם גאר ווערדפולן דיאמאנט.
 
שלומי דסקל, יהודה לנגר, מקהלת ידידים - ALIVE - מחרוזת ריקודים
לכל הטעימות משיעורי הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א
הרה"ג ר' דוד רוקח שליט"א נכד כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא שליט"א
בביקור אצל קהל חסידי בעלזא בעירנו לונדון

האט איר בילדער פון מעמדים וואס זענען פארגעקומען ביי אונז אין ענגלאנד?
  שיקט אונז אריין און מיר וועלן עס מפרסם זיין דא פאר בחינם  

off...@luachhayom.com
 
T&C Apply 
Midweek - Download here
The weekly view - Download here
The simchah view - Download here
Linkit A - Download here
Linkit B - Download here
שבת בשבתו - דריקט דא
News Update - Download here
The NW London Localnews
Koopjes plus Antwerp - Download here

!פאר בלויז £15 וועט אייער קלאספייד ערשיינען דא פאר א גאנצע וואך

 
                                 FOR SALE                               

KEDEM - Cab. Soft - Classic Red - Riesling Rose Box Of 6 £101 - 07814375591 - FREE DELIVERY
                                    TO LET                                  
 

          JOB WANTED - JOB OPPORTUNITY          
 

                                 LOOKING                                  
 
                                     MISC                                    

Full personal service: UC Applications £85, 100% Satisfaction benefits...@gmail.com 07706607929
We set up your S&P 500 Chasuna plan for only £150 a child or £300 for your entire family - 020 3488 8052
מיר בויען אויף אַלע אייערע סארטן Furniture – פון גרויס ביז קליין. רופט שמחי: 07972590136
האט איר קרעדיט קארד חובות? מיר נעמען אראפ די אינטרעסט ביז 0%
Rate Fix 02030921193
 שעות פתיחה 1-6



                                השבת אבידה                               
נמצאו שקיות בטיסה מברטיסלבה ללונדון בליל שישי, חזרה מהייאצייט של החתם סופר.
אם זה שלך, אנא התקשר ל־079-446-13613.

                             TO GIVE AWAY                             


שיקט אריין ביי אימעיל אייער השבת אבידה אדער To give away,
און מיר וועלן עס אי"ה מפרסם זיין דא פאר בחינם.
 
Receive our daily luach via WhatsApp
by joining the link below 
Luach Hayom via WhatsApp
דריקט דא צו זעהן אלע גליונות פון דער לוח היום
Sent by: The Luach Hayom London
To subscribe: ne...@luachhayom.com
To advertise here with us: in...@luachhayom.com
020-3657-2230           |           www.luachhayom.com
א לך 261025_compressed.pdf
Reply all
Reply to author
Forward
0 new messages