טעגליכע לוח היום לונדון - מיטוואך י"א סיון תשפ"ו

19 views
Skip to first unread message

Luach Hayom

unread,
May 26, 2026, 11:23:30 PMMay 26
to לוח היום אימעיל, לוח היום אימעיל 2

טראמפּ פאדערט אראבישע לענדער
זיך אנצושליסן אין "עברעהעם עקארדס"

מיטל-מזרח — פּרעזידענט טראמפּ האט קלארגעשטעלט אז סיי וועלכע פון די אראבישע און מוסולמענער לענדער וואס ווילן זיך אנשליסן אלס אפיציעלער טייל פונעם אפּמאך צווישן אמעריקע און איראן, וועלן מוזן אונטערשרייבן די "עברעהעם עקארדס" צו נארמאליזירן באציאונגען מיט מדינת ישראל.

טראמפּ האט נעכטן באשטעטיגט די מידיא באריכטן איבער דעם פארלאנג וואס ער האט געמאכט אין א טעלעפאנישן געשפּרעך מיט די פירער פון פּאקיסטאן, סאודי אראביע, קאטאר, עגיפּטן, ירדן און טערקיי. ס'ווערט אנגעצייגט אז עגיפּטן, טערקיי און ירדן האבן שוין עקזיסטירנדיגע באציאונגען.

אין פארבינדעטע נייעס איז באריכטעט געווארן אז דער סאודיער קרוין פּרינץ מוכאמעד בין סאלמאן זאגט פּריוואט אז ער וואלט זיך זאפארט אנגעשלאסן אין די "עברעהעם עקארדס" און אנערקענט מדינת ישראל'ס עקזיסטענץ, אבער זיין פאטער, דער קעניג סאלמאן, איז דער הויפּט שטער.


קאנאדע פּרעמיער ווארנט אלבערטא וואלן

אטאווא — דער קאנאדישער פּרעמיער מיניסטער מארק קארני האט געווארנט קעגן דעם וואס די אלבערטא פּראווינץ פּלאנירט אן אפּשטימונג איבער דער מעגליכקייט פון זיך אפּטיילן פון קאנאדע און ווערן זעלבסטשטענדיג, זאגנדיג אז דאס קען פירן צו געפארפולע קאנסעקווענצן. דער רעפערענדום איז געסקעדזשולט פארצוקומען אין אקטאבער און ס'וועט פרעגן איינוואוינער אין אלבערטא צי דער פּראווינץ זאל בלייבן אין קאנאדע אדער ווערן אן אייגן לאנד.
 


שפּאניער בירגער פּאזיטיוו פאר "האנטא-ווירוס"

אייראפּע – א שפּאניער בירגער וועלכער איז געווען א פּאסאזשיר אויף דער "עם-ווי האנדיוס" קרוז שיף און איז דערפון עוואקואירט געווארן, האט געטעסט פּאזיטיוו פאר "האנטא-וורוס", בשעת'ן זיך געפונען אין קוואראנטין אין א מיליטערישן שפּיטאל אין מאדריד. דער פּאציענט איז אריינגעשטעלט געווארן אין איזאלירונג נאכדעם וואס ער האט געטעסט פּאזיטיוו, און עס איז שוין די צווייטע באשטעטיגטע האנטא-ווירוס קעיס צווישן די 14 שפּאניער בירגער וואס זענען געווען אויף דער שיף.
 


באליוויער פּרעזידענט פּרובירט שטילן אומרוען

לא פּאז – דער באליוויער פּרעזידענט ראדריגא פּאז האט געמאלדן נעכטן אז ער וועט שניידן די געהעלטער פון זיך און פון זיינע קאבינעט מיניסטארן אויף העלפט, אינמיטן בוזשעווענדיגע פּראטעסטן און אומרוען איבער'ן לאנד. פּרעזידענט פּאז זאגט אז דער שריט איז געצילט צו צייגן אז די רעגירונג איז פארפליכטעט פאר דער באליוויער באפעלקערונג, זיי צו העלפן לינדערן דעם אנגייענדיגן עקאנאמישן קריזיס. דערווייל זעט נישט אויס ווי ס'וועט העלפן, און די פּראטעסטירער פאדערן זיין אפּטריט.
 


ווילנע מוזעאום צייגט גרויסע שוהל אויסגראבונגען

ליטא – א גרויסער נייער אויסשטעל אין דער שטאט ווילנע טוט ארויסהייבן די אויפדעקונגען וואס זענען געמאכט געווארן ביי די גראבונגען אויפ'ן ארט וואו עס געפינט זיך די חרוב'ע "גרויסע שוהל" אין שטאט. דער אויסלייג, וועלכע וועט זיין אפן פאר'ן פּובליק פאר די קומענדיגע 7 מאנאטן, אנטהאלט טויזנטער היסטארישע שטיקער וואס מ'האט אנטדעקט אין די לעצטע פופצן יאר, אריינגערעכנט שטיקער פונעם באלעמער, פון דער מקוה, מטבעות, לשה"ק פּלאקאטן און נאך.
 


אויסטראלישע שפיאנאזש הויפט זאגט אז פארנאכלעסיגטע אויפפירונג פון אויטאריטעטן האט געפירט צום באנדי ביטש טעראר אטאקע

סידני - אלס טייל פון די אויפטריטן פאר די קעניגליכע קאמיסיע וואס פארשט די שוידערליכע באנדי ביטש טעראר אטאקע, האט אויפגעטרויטן דער טשיף פון די אויסטראלישע זיכערהייט שפיאנאזש אגענטור מייק בורגעס. ער האט קלאר געשטעלט די באקאנטע שפעקולאציעס אז אויסטראלישע אויטעריטען האבן פארנאכלעסיגט מיט אונטערנעמען שריט איבער די שטייגענדע אנטיסעמיטיזם אין לאנד. 

בורגעס האט געזאגט פאר די ריכטער אז זינט די אויסברוך פון די מדינת ישראל קריג אין עזה איז אנטיסעמיטיזם אין לאנד שרעקליך געשטיגן, דאס האט אריינגענומען ארסאן און פיזישע אטאקעס, און לויט די מיינונג פון שפיאנאזש באאמטע איז דאס געווארן גענצליך איגנארירט דורך אויטעריטען, און געפירט צו די שוידערליכע טעראר אטאקע ווי 15 זענען אומגעקומען הי"ד. 

אויך האט אויפגעטרויטן דער דעפיוטי קאמישינאר פון די פאליציי וואס האט באשטעטיגט די באריכטן אז די אידישע ׳געמיינדע זיכערהייט גרופע׳ האט געווארנט איבער א מעגליכע באלדיגע אטאקע און דאך האט די פאליציי נישט געברענגט מער אפיצירן צו באוואכן דעם חנוכה פארזאמלונג נאר זיך פארלאזט אויף די רוטינע פאטראל אין די געגנט.

Contact us now
דריקט דא צו זעהן לייוו די לוח הזמנים והמנינים בביהמ"ד ביאלא

דער 'נשמות-זעער' ארעסטירט...
 
וועסט ווירדזשיניע — אויטאריטעטן אין וועסט ווירדזשיניע האבן ארעסטירט קלינטאן וועין נעלאן, נאכדעם וואס ער האט נאכאנאנד גענודזשט "911" און גערופן פאר עמורדזשענסיס, אריינגערעכנט אז ער זעט טויטע מענטשן גיין אויף די פיס, אז ער זעט נשמות שפּאצירן, און אז ער זעט מיסטעריעזע פליענדיגע אביעקטן פון אנדערע פּלאנעטן שוועבן ארום זיין הויז. באאמטע זאגן אז נעלאן האט זיך אויך פאלש אנגעגעבן אלס א פּאליציי אפיציר, ווען זיי זענען אים געקומען ארעסטירן, האפנדיג זיך ארויסצודרייען.
 
יוסי גרין & אידיש נחת - אתה בחרתנו
לכל הטעימות משיעורי הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א

האט איר בילדער פון מעמדים וואס זענען פארגעקומען ביי אונז אין ענגלאנד?
  שיקט אונז אריין און מיר וועלן עס מפרסם זיין דא פאר בחינם  

off...@luachhayom.com
 
T&C Apply 
Midweek - Download here
The weekly view - Download here
The simchah view - Download here
Linkit 1 - Download here
שבת בשבתו - דריקט דא
News Update - Download here
Gateshead Kehilla Advertiser - Download here
Manchester Jewish Advertiser - Download here
The NW London Local news - Download here
Koopjes plus Antwerp - Download here
North Manchester Circular - Download here

!פאר בלויז £15 וועט אייער קלאספייד ערשיינען דא פאר א גאנצע וואך
 
                                 FOR SALE                               

“For Sale: 2016 Skoda Superb SEL Executive, 2.0L Diesel, 93,000 miles, ULEZ compliant, £35 annual road tax, MOT valid until April 2027. Price: £8,650. call/text: 07954 811066.”


SALE! Wizzair tickets to TLV  - Travel Till 20 June - £450 TODAY only 07506860978

די ביליגסטע "SIM ONLY" פלענס וואס מיר האבן נאר אמאל געהאט!
די פלענס הייבן זיך אן ביי בלויז £4.99 א חודש.
קומט שוין אריבער צו אונזער געשעפט אדער רופט: 0330-043-8613

Car for Sale
SEAT ALHAMBRA, 66 Plate, 83k Miles, good condition, minor body damage, £8,000
Call / text: 07907799197
For Sale: Toyota Prius T-Spirit, excellent condition inside and out, under 100k miles, leather seats, reverse camera, and cruise control – £4,500. Call: 07341-185261.

                                   TO LET                                  

For Rent: Brand New one bedroom apartment with small kitchen For short let's UC welcome.This space can also be used for offices.
07974-811-402

Large house to rent in Broughton green.manchester  Sleeps ten + cot.
Available 27 July -10 August, £850 per week. Call 07415883905

Wearhouse space available, out the area, 1,500 square feet. Please call 07817239440
 
הערליכע Holiday cottages אין די בערג פון Northumberland בית המדרש, מקוה, שווימען כשרע ים
play grounds, (sleeps 4/5)
שוקט א אימייל צו manorcountry...@gmail.com אדער צו 07772065053

To let - New studio flat on Craven Park Rd, private street entrance, use as an office/flat, no DSS, 02033557994
To rent. 2 bedroom flat, Loft, Cranwich Road, (needs new kitchen) £2300PCM ben...@gmail.com

          JOB WANTED - JOB OPPORTUNITY          
A  Heimishe Talmud Torah is seeking English Teachers. Competitive salary offered.
office...@gmail.com
Looking for a worker afternoon hours to start immediately 
Please email Jobof...@gmail.com 
Or text to 07359586107 
We’re looking for a few reliable Yingerlatt to help with an upcoming very important Kehilla campaign.
Flexible hours and Paid role.
If you’re interested, please text 07566240758
מטעמים 
זאפטיגע אויסצוגן פון מגידים און ליניעס
צו באקומען א פריוויו פון די וועכנטליכע אויסגאבע שיקט א פארלאנג צו
matam...@gmail.com


                                 LOOKING                                  


Looking for a 3+ bedroom flat/house in Stamford Hill, Can pay without DSS, finder’s fee, call 07425511548
Looking for a 1/2/3 bedroom flat available to rent in stamford hill area, close to junction. Long term. No DSS needed. Finders fee £1000 please call: 07931482453

                                     MISC                                    
פרייליכע נייעס!
פרישע רייכע Music streaming collections פאר אפיסעס \ געשעפטן
אלע סעזאנען - גרינג צו ניצן - געשמאק צו הערן
stream.oitzerhanigunim.org
וַאֲנִי, קִרְבַת אֱלֹקִים לִי-טוֹב
ווילט איר זוכה זיין צי שטארקע אמונה אין ביטחון.
לערנט 'א שיעור א וואך' מיט די שיעורים אויף חובת הלבבות פון המג"ש הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א.
צו באקימע בחינם א USB מיט שיעורים (1-200), שיקט א טקסט מיט אייער אדרעס צו 07967740567.
וְהַבּוֹטֵחַ בַּה' חֶסֶד, יְסוֹבְבֶנּוּ


                                השבת אבידה                               


                             TO GIVE AWAY                             


שיקט אריין ביי אימעיל אייער השבת אבידה אדער To give away,
און מיר וועלן עס אי"ה מפרסם זיין דא פאר בחינם.
 
Receive our daily luach via WhatsApp
by joining the link below 
Luach Hayom via WhatsApp
דריקט דא צו צולייגן א מנין צו די מנחה ליסט
דריקט דא צו זעהן אלע גליונות פון דער לוח היום
דריקט דא צו אריילייגן א שמחה אין דער לוח היום
Sent by: The Luach Hayom London
To subscribe: ne...@luachhayom.com
To advertise here with us: in...@luachhayom.com
020-3657-2230           |           www.luachhayom.com
ד נשא 270526.pdf
Reply all
Reply to author
Forward
0 new messages