טעגליכע לוח היום - זונטאג פר' חקת תשפ"ה לפ"ק

28 views
Skip to first unread message

Luach Hayom

unread,
Jun 28, 2025, 6:04:26 PM6/28/25
to לוח היום אימעיל

פּענטאגאן באשטעטיגט טאטאלע פארניכטונג פון איראנ'ס נוקלעארע איינריכטונגען
    
פּענטאגאן באשטעטיגט טאטאלע פארניכטונג פון איראנ'ס נוקלעארע איינריכטונגען
וואשינגטאן – פארטיידיקונגס סעקרעטאר פּיטער העגסעט און אנדערע מיליטערישע באאמטע האבן נעכטן ביי א ספּעציעלע פּרעסע קאנפערענץ אינעם פּענטאגאן באשטעטיגט קלאר און דייטליך, אז די אמעריקאנער באמבארדירונג אפּעראציע אויף איראנ'ס נוקלעארע איינריכטונגען, האט זיי טאטאל און פולקאם פארניכטעט.

גענעראל קעין, דער טשערמאן פון די מיליטערישע דזשוינט טשיעפס אוו סטעף, האט צום ערשטן מאל פּובליצירט א רעקארדירונג פון א טעסט אויף א "בונקער באסטער" באמבע, צייגנדיג וויאזוי די באמבע ארבעט ביים אריינגראבן אונטערערדיש און פארניכטן אלעס ארום זיך, זאגנדיג אז גארנישט לעבט נישט איבער אזא באמבע.

באזונדער האבן די באאמטע קלארגעשטעלט אז עס זענען נישטא קיין שום באווייזן אז איראן האט אוועקגעפירט די הונדערטער קילאגראם הויך-בארייכערטע אוראניום פונעם פארדאו איינריכטונג בעפאר דער באמבארדירונג, און דערמיט איז קלאר אז ס'וועט דויערן יארן פאר איראן צוריקצושטעלן איר נוקלעארן פּראגראם.

קארעא-רוסלאנד באציאונגען פארשטארקט
מאסקווע – צוויי באזונדערע באריכטן אין די לעצטע צוויי טעג צייגן די פארשטערקערטע באציאונגען צווישן רוסלאנד און דעם קאמוניסטישן קים רעזשים אין צפון קארעא. איין באריכט ערווענט אז רוסלאנד העלפט צפון קארעא בויען מלחמה שיפן, מיט סאטעליט בילדער וואס צייגן קלאר אז די נייע שיפן פון דעם קים רעזשים איז געבויט אויף רוסישע דעזיינס. די צווייטע באריכט לויטעט אז צפון קארעא גייט אין אוגוסט שיקן נאך טויזנטער טרופּן קיין רוסלאנד זיי צו העלפן מיט די מלחמה אין אוקראינע.

איראן לייקנט זיצונג
מיט אמעריקע פּלאן
טעהראן – דער איראנער אויסערן מיניסטער אבאס אראכטשי האט נעכטן געזאגט אז איראן האט דערווייל נישט קיין שום פּלאן זיך צו טרעפן מיט אמעריקאנער רעגירונג באאמטע, לייקענענדיג א סטעיטמענט פון פּרעזידענט טראמפּ מיטוואך אז א זיצונג איז געסקעדזשולט פאר קומענדיגע וואך. אראכטשי'ס קאמענטארן זענען געקומען אינאיינעם מיט דעם וואס דער איראנער גייסטליכער פירער איאטאלא כאמעני איז ארויסגעקומען פון באהעלטעניש צו פארדאמען און סטראשען אמעריקע נעכטן.

ארסאן אויף שוהל אין טשעכיי פארמיטן
טשעכיי – צוויי פּארשוינען האבן פּרובירט אונטערצוצינדן א שוהל אין דער שטאט ברין אין טשעכיי, נוצנדיג א היימיש-צוזאמגעשטעלטע אויפרייס באמבע, און זייער פּלאן איז צעשטערט געווארן. דער אינצידענט האט שוין פּאסירט מיט זעקס חדשים צוריק, אבער טשעכישע לאו ענפארסמענט אויטאריטעטן האבן ערשט יעצט דאס אויפגעדעקט פאר'ן פּובליק און געמאלדן קלאגעס קעגן די פּארשוינען. די צוויי האבן באלאנגט צו אן אנליין גרופּע וואו יוגענטליכע זענען ראדיקאליזירט געווארן פאר טעראר.

אונגארישע מיניסטאר און ספעציעלע שליח צו באקעמפן אנטיסעמיטיזם האט באזוכט דער ארטאדאקסישע קהילה אין בודאפעסט
 
אונגארן - אין די לעצטע טעג איז אנגעקומען אויף א באזוך צו דער ארטאדאקסישע קהילה אין בודאפעסט דער מיניסטאר פון די אונגארישע רעגירונג צו די אייראפעישע פאראיין יאנאש באוקא, וואס איז מיט עטליכע וואכן צוריק אויפגענומען געווארן דורך די רעגירונג צו דינען אלס דער ספעציעלער שליח צו באקעמפן אנטיסעמיטיזם אין לאנד. ביי זיין באזוך האט ער זיך געטראפן מיט די ראשי הקהילה אין שפיץ פון ר׳ שמואל אוירכמאן, ער האט באזוכט אין די גרויסע ארטאדאקסישע שוהל געביידע און ביי די ארכיוון פון די קהילה וואס געפונט זיך אין דעם געביידע וואס גייט אצינד אצינד אריבער ברייטע רענאוואציעס, אזוי אויך האט ער זיך געזעצט אויף א מאלצייט אין די באקאנטע לאקאלע כשר’ע ׳חנה׳ רעסטאוראנט. די ראשי הקהילה האבן פארגעלייגט פארן מיניסטאר די פלענער פון די נייע מאזעאום וואס וועט ווערן אויפגעבויעט אין די נאנטע צייט צו פאראייביגן די רייכע אידישע היסטאריע פון אונגארן, דורכאויס זיין באזוך האט דער מיניסטאר ערקלערט די שטרענגע שריט וואס די אונגארישע רעגירונג האט אונטערגענומען צו אויסראטן אנטיסעמיטיזם אין לאנד.
 
אויטאמאטישע קאר'ס דיסקרימינירן אנטקעגן כינעזע

כינע  - א כינעזער בירגער האט ארויסגעלייגט א ווידעא ווי ער קלאגט זיך אז זיין נייע עלעקטרישע לוקסריעזע־אויטא גיבט אים שטענדיג דערמאנונגען ער זאל זיין וואך און קאנסענטרירט, כאטש ער איז קלאר נישט איינגעשלאפן.


האט איר בילדער פון מעמדים וואס זענען פארגעקומען ביי אונז אין ענגלאנד?
  שיקט אונז אריין און מיר וועלן עס מפרסם זיין דא פאר בחינם  

off...@luachhayom.com
 
T&C Apply 

!פאר בלויז £15 וועט אייער קלאספייד ערשיינען דא פאר א גאנצע וואך

 
                                 FOR SALE                               
 
האט איר אלטע/נייע ספרים אין א גיטע  צושטאנד, וואס איר זיכט אוועק צו געבן
                                                        מיר קומען עס אופנעמען אין די זעלבע טאג!
                                                       ריפט שוין 0735/1997/067 און לאזט א קלארע 
                                               מעסעדש/טעקסט,און מיר וועלן צירוקרופן ווי אומשנעלסטן.

For sale: 1 mountain bike and & triple suspension bike – call 078-75907213.

מיר קויפן צעבראכנע Canon דיגיטל קאמעראס, צאלן גוט קעש
רופט/טעקסט 07365657329 yh76...@gmail.com
                                    TO LET                                  

א נייע דירה אין אנטווערפן פאר געסט שמחות שבת יו״ט 32472283335+

Last few remaining flats in Saas Fee, Switzerland
3x 2 bedroom (sleeps 4-6) 1x 3 bedroom (sleeps 6) 1 x 4 bedroom (sleeps 8)
Available from after Tisha B'av
Call/Text 07941 722 777
Desk available in a comfortable office in Heathland area, Fully serviced, Air conditioned, Easy parking 07984673724

          JOB WANTED - JOB OPPORTUNITY          
 
Job vacancy: organization looking for a male secretary full/part time.
Yiddish Hebrew and English required
Good computer knowledge
Good speaking manners
hcc.jo...@gmail.com
א היימישע מוסד זיכט א פאנדרעיזער, א גוטע פרנסה פאר די ריכטיגע קאנדידאט. ביטע טעקסט 07833433507
Job Vacancy - Watch company looking for a worker to repair small issues, process returns & help out customers.
Must be handy, detail oriented & have basic computer knowledge. Training provided.
Part time with full time potential.
Please call/text 07300991219 If no answer leave a message.
א תלמוד תורה זוכט א יונגערמאן מיט עקספיריענס אין עברי צו צולערנען מיט קינדער פאר שיין באצאלט! ביטע רופט 07708906985
Looking to change 2 followup appointments with Dr Alexander from 30 July for earlier
call 07471352354

                                 LOOKING                                  
 
 געזינט זוכט וואלונטירן אויפפילן אונדזער שבת צימערן און שפיטאל 03336139625

געזוכט צו דינגען א אפיס ביטע רופט 07942677286
TT D'Gur is looking for English Teachers - afternoon hours - please call: 07493664833 and leave a message.

                                     MISC                                    

מיר נעמאן צאם אלע סארט'ן חובות פון פריוואטע, מוסדות אדער ביזנעס חובות רופט 
85% access rate 07818107406
We set up your S&P 500 Chasuna plan for only £150 a child or £300 for your entire family - 020 3488 8052
                                השבת אבידה                               

Found a BA AMEX card at Filey Corner, Osbaldeston. The name on the card is Z. Kohn. Call 07563061673

                             TO GIVE AWAY                             


שיקט אריין ביי אימעיל אייער השבת אבידה אדער To give away,
און מיר וועלן עס אי"ה מפרסם זיין דא פאר בחינם.
 
Receive our daily luach via WhatsApp
by joining the link below 
Sent by: The Luach Hayom London
To subscribe: ne...@luachhayom.com
To advertise here with us: in...@luachhayom.com
020-3657-2230           |           www.luachhayom.com

א חקת 290625_compressed.pdf
Reply all
Reply to author
Forward
0 new messages