טעגליכע לוח היום לונדון - דינסטאג ל"ג בעומר תשפ"ו

24 views
Skip to first unread message

Luach Hayom

unread,
May 4, 2026, 10:25:59 PMMay 4
to לוח היום אימעיל, לוח היום אימעיל 2
 
געוועזענע סאלדאטן אויפגענומען צו העלפן באשיצן אידישע ערטער אין ענגלאנד

לאנדאן - א צאל געוועזענע בריטישע סאלדאטן זענען געווארן אויפגענומען צו העלפן באשיצן אידישע ערטער אינ'ם לאנד. זיי זענען רעקרוטירט געווארן דורך עטליכע אידישע גרופעס, איבערהויפט די 'קאמיוניטי סעקיוריטי טראסט', וואס געט זיך אפ מיט ארויס העלפן ציצוושטעלן זיכערהייט פאר אידן אין ענגלאנד. די 'סי-עס-טי' נעמט אויף די געוועזענע סאלדאטן דורך א פריוואטע קאנטראקטער, וועלכע טוט צווישן אנדרע אריין ברענגן מענטשען וועלכע האבן אמאל סערווירט אין עליטע איינהייטן פון די ראיאל נעווי און די ארמיי.
 


טראמפּ ווארפט אפּ נייע איראנער פארשלאג

וואשינגטאן – פּרעזידענט דאנאלד טראמפּ האט נעכטן געזאגט אז ער אקצעפּטירט נישט איראן'ס נייעסטע פארשלאג פאר א דיעל מיט אמעריקע. דער פארשלאג אנטהאלט א פּלאן פון עטליכע שטאפּלען פון פארהאנדלונגען, מיט'ן ציל צו האבן א פולע שלום דיעל אין 30 טעג. טראמפּ זאגט אז ער האט שטודירט איראן'ס פארשלאג, ער האט דאס גוט באטראכט, און עס איז נישט אקצעפּטירבאר פאר אים. ס'איז נישט קלאר וואס די נעקסטע שריט וועט זיין.
 


אמעריקאנער זעלנער פארלוירן אין מאראקא

קאסאבלאנקא – אמעריקאנער און אליאירטע קרעפטן זוכן צוויי אמעריקאנער זעלנער וועלכע זענען פארשוואונדן געווארן שבת נעבן די בארטן פעלזנבערג ביי די "קעיפּ דארא טרענירונג געגנט" אינדרויסן פון דער שטאט טאן-טאן, מאראקא. די צוויי זעלנער זענען אנטרינען געווארן אינמיטן די אנגייענדיגע "אפריקאנער לייב מושטירונגען", אבער באאמטע פון אמעריקע'ס מיליטערישע "אפריקע קאמאנד" שליסן אויס טעראר, זאגנדיג אז די 2 האבן זיך ווארשיינליך דערטראנקען אדער ענליכס ביי א שפּאציר.
 


דראמא מיט קרימיע און רוסישער ארכעאלאג

אייראפּע – דער רוסישער ארכעאלאג אלעקסאנדער בוטיאזשין, באקאנט פאר'ן אויסגראבן אלטע פּלעצער אינעם האלב-אינזל קרימיע, איז ארעסטירט געווארן אין פּוילן אין ענדע 25' אויף אוקראינע'ס פאדערונג, אבער איז אצינד באפרייט געווארן אלס טייל פון אן ארעסטאנטן-אויסטויש וואס האט אריינגענומען אמעריקע, רוסלאנד און בעלארוס. בוטיאזשין ווערט באשולדיגט דורך אוקראינע אין דורכפירן אומלעגאלע גראבערייען אין קרימיע געצילט צו פּרובירן איבערצייגן רוסלאנד'ס לעגיטימע קאנטראל אויפן האלב-אינזל.


מדינת ישראל פאליציי גרייט זיך צו שטרענג אינפארסירן מירון בלאקאדע צוליב מעגליכע כיזבאללא אטאקע ה"י

מירון - טראץ וואס רבבות אידן געפונען זיך מאמענטאל אויפן הר הקודש מירון צו זיך מיטפרייען מיט די גרויסארטיגע הילולא פון התנא אלוקי רשב"י, זעט זיך אויס אז די מדינת ישראל פאליציי און מיליטער וועלן נישט ערלויבן צו אפרעכטן די הילולא און זוכן דאס צו אפשטעלן פאר יעדן פרייז. 

זיכערהייט אויטעריטען האבן זונטאג געלאזט וויסן אז דאס אפהאלטן די הילולא איז געזעצליך פארבאטן און קיינער זאל נישט פראבירן צו קומען, אנצייגנדיג אויף שפיאנאזש באריכטן אז כיזבאללא וועט רח"ל זוכן צו צילן די טויזנטער פארזאמלטע ביים הילולא. באזונדער האבן זיי אנגעגעבן דריי באשטעטיגטע איינגעצוימטע הדלקות, פון כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א פאר די חסידישע קרייזן, פון הרב שלמה משה עמאר פאר די ספרדישע קרייזן, און פאר די מזרחיסטישע קרייזן. 

טראץ די אלע סטראשונקעס צו פארמיידן דאס אפרעכטן די הילולא, האבן דורכאויס די לעצטע 24 שעה טויזנטער באוויזן צו אנקומען קיין מירון דורך די וועלדער און פעלדער נאך וואס די אריינגאנג פאר פיסגייער איז טיילווייז אפן, און די פלייץ זעצט ווייטער פאר. אידן איבער די וועלט האפן און זענען מתפלל אז טראץ אלע שוועריגקייטן זאל מען קענען פראווען די הילולא כבימי קדם און עס זאל ח"ו גארנישט פאסירן פאר קיינעם.
 


געזעץ קעגן האנדל מיט האלאקאוסט חפצים

דייטשלאנד – די אויטאריטעטן אין דער צפון רהיין-וועסטפאליע ראיאן אין דייטשלאנד האבן פאראויסגערוקט א נייע געזעץ וועלכע וועט פארבאטן סיי וועלכע קאמערציאלע האנדל אין האלאקאוסט-פארבינדעטע פּערזענליכע חפצים, א שטייגער ווי בריוון פון קאנצענטראציע לאגערן, געלע לאטעס, געסטאפּא דאקומענטן און טאגביכער פון אומגעקומענע און געליטענע. דער געזעץ רוקט זיך פאראויס נאך א שטורעם איבער א ליציטאציע וואס האט געזאלט פארקומען אין דער ראיאן פאראיאר.


איז אייער לענדליין כשר?
אייער פשוט'ער היים טעלעפאן וועט (פון יאר 2027) דארפן האבן צוטריט צום אינטערנעט.

RCUK ברענגט א ספעציעלן דורכברוך,
כשר-קאנעקט, וואס וועט אייך ערלויבן צו
האבן א לענדליין אן קיין שום פארבינדונג
מיט'ן אינטערנעט.

 
דריקט דא צו צולייגן א מנין
דריקט דא צו זעהן לייוו די לוח הזמנים והמנינים בביהמ"ד ביאלא

ווער איז קעניג פון שווייץ?
 
שווייץ – די אייראפעאישע מידיא איז אויף מיט א סענזאציע איבער יאנאס לאווינער, א שווייצער מאן וועלכער רופט זיך דער "קעניג פון שווייץ", אבער איז פאקטיש נישט קיין קעניג, נאר ס'איז פשוט א סימבאלישע טיטל וואס ער האט זיך אליינס געגעבן. אין רעאליטעט האט שווייץ נישט א קעניגרייך און לאווינער האט נישט קיין שום פאליטישע מאכט, נאר ער האט אויסגענוצט א לעגאלע לאך וואס ערלויבט מענטשן צו פארכאפן אייגענטימערלאזע לאנד. ער האט אין לויף פון די יארן לעגאל באקומען העכער 40 קליינע פראפערטיס אויסגעשפרייט לענגאויס שווייץ, און ער באצייכנט דאס אלס די טעריטאריע פון זיין "קעניגרייך".
 
סט ל"ג בעומר תשפ"ו - נחמן פילמר
לכל הטעימות משיעורי הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א

האט איר בילדער פון מעמדים וואס זענען פארגעקומען ביי אונז אין ענגלאנד?
  שיקט אונז אריין און מיר וועלן עס מפרסם זיין דא פאר בחינם  

off...@luachhayom.com
 
T&C Apply 
Midweek - Download here
The weekly view - Download here
The simchah view - Download here
Linkit 1 - Download here
Linkit 2 - Download here
שבת בשבתו - דריקט דא
News Update - Download here
Gateshead Kehilla Advertiser - Download here
Manchester Jewish Advertiser - Download here
The NW London Local news - Download here
Koopjes plus Antwerp - Download here
North Manchester Circular - Download here

!פאר בלויז £15 וועט אייער קלאספייד ערשיינען דא פאר א גאנצע וואך
 
                                 FOR SALE                               

“For Sale: 2016 Skoda Superb SEL Executive, 2.0L Diesel, 93,000 miles, ULEZ compliant, £35 annual road tax, MOT valid until April 2027. Price: £8,650. call/text: 07954 811066.”


עס ווערט געזוכט צו קויפן א charity ביטע רופט 07361627142 אויב נישט קיין ענטפער ביטע לאזט א מעסעדש.

Looking to buy or remortgage a property in Israel?
We specialize in negotiating up to 80% mortgage, also for international citizens.
Contact us on 07828189627


                                   TO LET                                  
 
Brand new office space to let: Desks to let in a fully serviced female office. Tottenham area. £65-£85 per week. Contact 07503129217

2 Bedroom flat to rent in Lewis Graden, Ground Floor £2400 Pcm
email flatto...@gmail.com

Wearhouse space available, out the area, 1,500 square feet. Please call 07817239440
געזוכט צו דינגען א אופיס בעסטר אין טוטנהיים געגענט רופט / טעקסט 07467-393-890

Looking to rent a garage to park a car in Stratford hill 
tsv...@gmail.com

          JOB WANTED - JOB OPPORTUNITY          
A  Heimishe Talmud Torah is seeking English Teachers. Competitive salary offered.
office...@gmail.com
Looking for a worker afternoon hours to start immediately 
Please email Jobof...@gmail.com 
Or text to 07359586107 
We’re looking for a few reliable Yingerlatt to help with an upcoming very important Kehilla campaign.
Flexible hours and Paid role.
If you’re interested, please text 07566240758
א יונגרמאן איז גרייט צו לערנען מיט אייערע בחור בין הסדרים רופט 07387-102-994 / 020-8800-0193 ( לעזט א הודעה)
אברך מוכן ללומד עם הבחור שלך בארץ ישראל רופט 07413169803
מטעמים 
זאפטיגע אויסצוגן פון מגידים און ליניעס
צו באקומען א פריוויו פון די וועכנטליכע אויסגאבע שיקט א פארלאנג צו
matam...@gmail.com


                                 LOOKING                                  

Looking for an urgent appointment with Alexander Kobrin 
If you have an appointment call now 07368364349
Urgently looking for a 2 bedroom flat, £400 finder’s fee. Call 07934819529.
Looking for a 3+ bedroom flat/house in Stamford Hill, Can pay without DSS, finder’s fee, call 07425511548

                                     MISC                                    
פרייליכע נייעס!
פרישע רייכע Music streaming collections פאר אפיסעס \ געשעפטן
אלע סעזאנען - גרינג צו ניצן - געשמאק צו הערן
stream.oitzerhanigunim.org
וַאֲנִי, קִרְבַת אֱלֹקִים לִי-טוֹב
ווילט איר זוכה זיין צי שטארקע אמונה אין ביטחון.
לערנט 'א שיעור א וואך' מיט די שיעורים אויף חובת הלבבות פון המג"ש הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א.
צו באקימע בחינם א USB מיט שיעורים (1-200), שיקט א טקסט מיט אייער אדרעס צו 07967740567.
וְהַבּוֹטֵחַ בַּה' חֶסֶד, יְסוֹבְבֶנּוּ
Have your say on parking in permit-only bays 
From 2 March 2026, Blue Badge holders can park in on-street 'permit holders only' bays in Hackney as part of a new trial. This does not include resident or business bays.
The trial will run for at least 6 months and can last up to 18 months.
This change is being introduced as an Experimental Traffic Order (TT1888). This means it’s temporary, so we can see how the new parking arrangement works and hear your feedback.
After the first 6 months, we’ll review the trial and decide whether to continue it, make changes or end it.
We want to hear your views during the trial.
Email parking...@hackney.gov.uk with your comments.


                                השבת אבידה                               

השבת אבידה: איך האב פארקויפט אן איבעריגע טיקעט ביים אריינגאנג צום לאמיר זינגען אווענט, פאר א בחור מיט א ליטווישן לבוש פאר דער פרייז פון £30.00 דער בחור האט מיר דערלאנגט £40.00 און איז פארשווינדען געווארען איידער איך האב אים געגעבן טשעינדש. 
איך טוה מיין השתדלות אים צו טרעפן דאס אים קענען אפגעיבן.
א דאנק און תזכו למצוות, 07449706982

                             TO GIVE AWAY                             


שיקט אריין ביי אימעיל אייער השבת אבידה אדער To give away,
און מיר וועלן עס אי"ה מפרסם זיין דא פאר בחינם.
 
Receive our daily luach via WhatsApp
by joining the link below 
Luach Hayom via WhatsApp
דריקט דא צו צולייגן א מנין צו די מנחה ליסט
דריקט דא צו זעהן אלע גליונות פון דער לוח היום
דריקט דא צו אריילייגן א שמחה אין דער לוח היום
Sent by: The Luach Hayom London
To subscribe: ne...@luachhayom.com
To advertise here with us: in...@luachhayom.com
020-3657-2230           |           www.luachhayom.com
ג בהו''ב 050526_compressed.pdf
Reply all
Reply to author
Forward
0 new messages