טעגליכע לוח היום לונדון - דינסטאג כ"ו כסלו ב' דחנוכה תשפ"ו

9 views
Skip to first unread message

Luach Hayom

unread,
Dec 16, 2025, 9:43:47 AM (6 days ago) Dec 16
to לוח היום אימעיל

16 אומגעקומען הי"ד אין שרעקליכע אויסטראליע אנטיסעמיטישע טעראר אטאקע
 
סידני – יעדעס אידיש הארץ איז דערציטערט און פארטרויערט, נאך די שרעקליכע אנטיסעמיטישע שיסעריי טעראר אטאקע וואס האט פּאסירט אין סידני, אויסטראליע הארט בעפאר די ערשטע נאכט יו"ט חנוכה, ווען ברוטאלע טעראריסטן האבן געשאסן און אומגעברענגט 16, צווישן זיי א רב און אנדערע אידן, ה' ינקום דמם.

די טעראריסטן האבן געצילט א גרויסע חנוכה פארזאמלונג אין דער באנדיי ביעטש געגנט פון שטאט סידני, וואו לויט די באריכטן זענען געווען נאנט צו טויזנט פארזאמלט פאר א גרויסע חנוכה פייערונג וואס איז אראנדזשירט געווארן דורך די לאקאלע חב"ד אקטיוויסטן, און מען האט זיך געגרייט פאר א גרויסע פארברענג און מנורה צינדן.

די בלוט-דארשטיגע רוצחים, וועלכע האבן לויט באריכטן געהאט פאראויס-פּלאנירט די אטאקע מיט יעדן דעטאל, זענען אנגעקומען צו באנדיי ביעטש און האבן זיך פּלאצירט אויף א בריקל פון וואו זיי האבן געקענט גוט זען אלע פארזאמלטע, און האבן געעפנט הייס פייער מיט לאנגע ביקסן אויף די אומשולדיגע אידישע פארזאמלטע.

די שרעקליכע שיסעריי האט אנגעהאלטן פאר צווישן צען ביז צוואנציג מינוט, וואס די גאנצע צייט האבן דערשראקענע אנוועזנדע, אריינגערעכנט פאמיליעס מיט קליינע קינדער, זיך פּרובירט צו באשיצן דורכ'ן אראפּפאלן אויף דער ערד אין ביטערע פּאניק און אנגסט, ביז די פּאליציי זענען ענדליך אנגעקומען און אנגעהויבן רעאגירן.

א ציווילער איינוואוינער ווערט קרעדיטירט און אויסגעלויבט אלס א העלד פאר'ן אנטוואפענען איינעם פון די צוויי טעראריסטן. דאס איז דער לאקאלער געשעפטסמאן אכמעד על אכמעד, וועלכער האט זיך ארויפגעווארפן אויפן טעראריסט, טראץ'ן געפאר פאר זיין אייגענעם לעבן, און ארויסגעכאפּט דעם לאנגען ביקס פון זיינע הענט.

נאך די פּיינפולע צענדליגער מינוטן, וואס האבן זיך געשפּירט ווי אן אייביגקייט פאר די איבערלעבער און פארוואונדעטע, האט זיך ארויסגעשטעלט דאס ביטערע, אז עס זענען ליידער דא אסאך קרבנות. אין אנהייב זענען געווארן באשטעטיגט 11 אומגעקומענע, אבער ליידער אין לויף פונעם טאג איז עס געוואקסן צו זעכצן, ה' ינקום דמם.

צווישן די באשטעטיגטע אומגעקומענע איז הרב אלי' שלאנגער הי"ד דער חב"ד רב אין סידני, דער אוקראינישער געבוירענער האלאקאוסט איבערלעבער אלעקס קלייטמאן הי"ד, דער 27 יעריגער פראנצויזישער איד סדן אלקיים הי"ד, ראובן מאריסאן הי"ד, און ר' יעקב לעוויטאן הי"ד אן אנדערע חב"ד שליח אין סידני.

אויך זענען דא צענדליגער פארוואונדעטע ליידער, יעקב דוב בן פּנינה א סידני הצלה מעמבער, יהודה לייב בן מאניא, יעקב בן מרים, יעקב בן עטל, חיה מושקא בת שטערנא שרה, יוסף בן שטערנא שרה, יהודה לייב בן מאניא, דובער בן טליה, משה בן בנימין, משה יונתן בן ציפורה, טויבע בן פייגא, לוי זאב בן אלישבע רחל, און נאך.

אידן אומעטום וועלן אויסנוצן דעם יום טוב חנוכה איינצורייסן ביי די לעכטעלעך: חֲשׂוֹף זְרוֹע קדְשֶׁך וְקרֵב קֵץ היְשׁוּעה. נְקֹם נִקְמת עֲבדֶיך מֵאֻמה הרְשעה. כִּי ארְכה לנוּ השעה. וְאֵין קֵץ לִימֵי הרעה. דְּחֵה אדְמוֹן בְּצֵל צלְמוֹן הקֵם לנוּ רוֹעֶה שִׁבְעה, אז דער באשעפער זאל שוין ברענגען אויף די וועלט דעם אור נצחי, אורו של משיח, במהרה אמן.
 

אויסטראליע רעגירונג רעאגירט צו טעראר
 
קענבערא – די רעגירונג אין אויסטראליע האט רעאגירט צו די שרעקליכע אנטיסעמיטישע אטאקע אין סידני, ווען פּרעמיער מיניסטער אנטאני אלבאניז האט דאס שארף פארדאמט און געזאגט אז די רעגירונג וועט נעמען שטערקערע מאסנאמען צו באשיצן אידן. באאמטע האבן באשטעטיגט אז ביידע טעראריסטן זענען מוסולמענער אפּשטאמיגע פון אראבישע לענדער, און מען האלט אינמיטן צוזאמשטעלן א קלאר בילד איבער וואס ס'האט פּאסירט, מיט די מעגליכקייט אז איראן האט געשפּילט א ראלע.
 

שיסער פון אמעריקאנער זעלנער
אין סיריע געווען סאלדאט

דמשק – אמעריקאנער באאמטע האבן נעכטן באשטעטיגט די באריכטן אז דער שיסער וואס האט אומגעברענגט דריי אמעריקאנער, אריינגערעכנט צוויי נעשאנעל גארד זעלנער פון אייאווע, אין אן אטאקע נעבן פּאלמיירא, סיריע פארלאפענעם שבת, איז געווען א מיטגליד אין די סירישע מיליטער, וועלכער האט געהאלטן ביים אויפגעזאגט ווערן צוליב עקסטרעמיזם. דאס טוט אונטערשטרייכן די ריזיקעס פון אמעריקע'ס אקצעפּטירונג און צוזאמארבעט אזוי נאנט מיט די רעגירונג פון פּרעזידענט אכמעד על שארא.
 


טיילאנד צילט קאמבאדיע "סקעם" צענטערן

אזיע – אינמיטן די אנגייענדיגע אויפגעפלאקערטע מלחמה צווישן טיילאנד און קאמבאדיע ביי זייער מיטגעטיילטע גרעניץ, האט די טיילאנדער מיליטער באמבארדירט עטליכע קאמבאדיער קאסינא און האטעל קאמפּלעקסן וואס ווערן באשולדיגט צו דינען אלס אינטערנאציאנאלע "סקעם" צענטערן. די פרישע באמבארדירונגען, אין וועלכע א צאל ציווילע זענען אומגעקומען, קומט אינמיטן פּרואוון פונעם אמעריקאנער פּרעזידענט דאנאלד טראמפּ צוריקצושטעלן א פייער אפּשטעל אפּמאך צווישן די 2 לענדער.
 


חנוכה אין שאטן פון אויסטראליער טעראר

אלוועלטליך – ביי אידישע געמיינדעס איבער דער גארער וועלט, האבן די פּאליציי אגענטורן באריכטעט אז זיי פארשטארקערן זיכערהייט מאסנאמען ביי פּובליק חנוכה צערעמאניעס אין שאטן פון די טעראר אטאקע אין אויסטראליע. אין ק"ק עדת ישראל אין מעלבוירן, ביי די חנוכה לעכט צינדן פון הגה"צ גאב"ד מעלבוירן שליט"א, האט מען די ערשטע נאכט חנוכה אויסגענוצט די צייט צו זאגן קאפּיטלעך תהלים און אנדערע תפילות פאר די פארוואונדענע און באטראפענע פון די אטאקע אין שטאט סידני.
 


חנוכה צערעמאניע אין מאסקווע אפּגערופן
 
רוסלאנד – די צענטראלע פּובליק מנורה צינדן אין די רויטע סקווער פון די רוסישע הויפּטשטאט מאסקווע איז אפּגערופן געווארן אין שאטן פון די טעראר אטאקע אין סידני, אויסטראליע. רוסלאנד'ס הויפּט רב הגאון ר' בערל לאזאר שליט"א האט באצייכנט די אטאקע אלס א "גלאבאלע קאמף פון די כוחות פון פינסטערניש קעגן די ליכטיגקייט פונעם יום טוב", און ער האט געזאגט אז אויף די ראט פון די פּאליצייאישע באאמטע און צוליב די אקטיווע געפאר וועט נישט זיין די צערעמאניע.
 
דריקט דא צו זעהן לייוו די לוח הזמנים והמנינים בביהמ"ד ביאלא

זעלטענע טייטלביימער פראדוצירן בלומעלעך
 
בראזיל – א סעריע אלטע געפלאנטע טייטלביימער אין דער פלעמענגא פארק אין ריא דע זשאנירא, בראזיל האבן מיטאמאל זיך גענומען וואקסן בלומען צום ערשטן מאל, צענדליגער יארן נאך וואס עס איז געפלאנצט געווארן דארטן אינעם גארטן. די ביימער האבן פראדוצירט פלוצלינג מיליאנען קליינע ווייסע בלומעלעך הויעך העכער די באקאנטע געבויגענע טייטלבוים בלעטער. פארשער זאגן אז די ספעציפישע סארט טייטלבוים פראדוצירט נאר בלומעלעך איינמאל אין זייער גאנצע עקזיסטענץ.
 
דודי קאליש - פארגעניגן
לכל הטעימות משיעורי הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א
עצרת מחאה ברחובה של עיר

האט איר בילדער פון מעמדים וואס זענען פארגעקומען ביי אונז אין ענגלאנד?
  שיקט אונז אריין און מיר וועלן עס מפרסם זיין דא פאר בחינם  

off...@luachhayom.com
 
T&C Apply 
Midweek A - Download here
Midweek B - Download here
The weekly view - Download here
The simchah view - Download here
Linkit A - Download here
Linkit B - Download here
שבת בשבתו - דריקט דא
News Update - Download here
The NW London Localnews
Koopjes plus Antwerp - Download here
North Manchester Circular - Download here

!פאר בלויז £15 וועט אייער קלאספייד ערשיינען דא פאר א גאנצע וואך

 
                                 FOR SALE                               

Exclusive Hatzorfim silver trays, 2 styles, large size with beautiful 3D details. £600 Call 07434569479
למכירה עסק לרפואת העור אלטרנטיבית, כולל קליניקות פעילות, פורמולות מוכחות. מעל 10 שנות מוניטין £175k התקשר 07799557403
For Sale: Toyota Estima, 85K miles, excellent condition inside & out, £4500 — call 07368 585 976
For sale: 2009 grey Toyota Prius hybrid, 87,800 miles, excellent, second owner, full service , MOT - June 26
,Tax 1 July 26, new tyres, smooth drive, reversing camera. £6,500. 07877000338.
!שענסטע און גרעסטע מנורה אויסוואל
איבער 250 מנורות אין געשעפט – ביליגסטע פרייזן- קען ווערן באצאלט צוביסלעך
מחותנים exclusive  10%אראפ פון מנורה פרייזן + א מתנה א זילבערנע דריידל


BLACK DECEMBER ONLY AT KEZKIOSK: GET MEMBERSHIP FREE + 30% OFF ALL PACKAGES!


                                   TO LET                                  

A 100-square-meter space available to rent for office use in the Oldhill Street area, 3rd floor.
For more details, please contact office...@gmail.com
Beautifully furnished one bedroom flat in upper clapton area available immediately for short term until mid January. Call/text 07369244010
SHORT TERM LET
2 Bedroom Flat - Leabourne Road
First Floor Perfect for Mechutanim or guests
Fully furnished & well-equipped
Within the Eiruv 1 minute from Biala Please call or Text 07423 962 010
serviced office desk 130 clapton £50 pw 07904 796029
3 bed maisonette for rent, 2 nd floor, Upper Clapton, £3100/ month. Please call or text  07770705415
A nice studio flat to rent in cazenove area for £1250 per month all bills included. email in...@capitallettingsgroup.co.uk
‘’Offices to let – Bruce Grove. Easy access, plenty Parking. Please call 020 8802 1800.’’
Self contained office with space for 1-2 desks available Ferndale / High Road 07989996235

          JOB WANTED - JOB OPPORTUNITY          

עס ווערט געזוכט א גבאי/גבאים ארום צו גיין אין די בתי מדרשים מידי יום ביומו מיט די צדקה זעקליך
פאר זייער גוט באצאלט
פאר מער פרטים םביטע רופט 07891-243-759
JOB OPPORTUNITY - ארבעטס געלעגנהייט 
געזוכט א פלייסיגע ארבייטער מיט UK לייסענס (Automatic איז גוט), שווערע פיזישע ארבעט (שלעפן שווערע חפצים) געשמאקע ענווייערמענט, גאר שיין באצאלט, מיט א פאטענציאל צו פארדינען פראצענטן פון די רווחים.
פאר מער פרטים רופט 
07383886057 אדער 07356229904
א מוסד זוכט א ווען דריווער אונצהייבן גלייך גוט באצהעלט זייער פאסיק פאר יונגלייט וואס זוכן א חלק טאג ארבעט ( מען קען בלייבן אין כולל ) רופט/טעקסט 07775-925-060
געזוכט: ביסטו א ירא שמים מיט גוטע הענט און אפאר שעה א טאג און ווילסט שיין
פארדינען? ביטע רוף: 07795389158

                                 LOOKING                                  

געזיכט א שליח פון לאנדאן קיין ניו יארק א פקעל פאר באצולעט 07776412374
מחפשים גרפיקאי שיעבוד מהבית לפרטים יש לשלוח אימייל sabbat...@gmail.com
Looking to change a large 6 bed house with basement in clapton area ,
to a smaller house near vartry road etc , , 
please reply to email 
extrain...@gmail.com
will be kept confidential

                                     MISC                                    

Bookkeeper with experience available to work remotely, approx 8-10 hrs per week. References available upon request. Mrs L 07393082327
We set up your S&P 500 Chasuna plan for only £150 a child or £300 for your entire family - 020 3488 8052
מיר בויען אויף אַלע אייערע סארטן Furniture – פון גרויס ביז קליין. רופט שמחי: 07972590136
האט איר קרעדיט קארד חובות? מיר נעמען אראפ די אינטרעסט ביז 0%
Rate Fix 02030921193
 שעות פתיחה 1-6



                                השבת אבידה                               
השבת אבידה, געטראפען א זילבערנעם שמש פון א מנורה, אויף קעיזנאוו פאר 4 יאר.  020-88062493 07769066922

                             TO GIVE AWAY                             


שיקט אריין ביי אימעיל אייער השבת אבידה אדער To give away,
און מיר וועלן עס אי"ה מפרסם זיין דא פאר בחינם.
 
Receive our daily luach via WhatsApp
by joining the link below 
Luach Hayom via WhatsApp
דריקט דא צו זעהן אלע גליונות פון דער לוח היום
דריקט דא צו אריילייגן א שמחה אין דער לוח היום
דריקט דא צו צולייגן א מנין צום רשימה
Sent by: The Luach Hayom London
To subscribe: ne...@luachhayom.com
To advertise here with us: in...@luachhayom.com
020-3657-2230           |           www.luachhayom.com
ג מקץ 161225_compressed.pdf
Reply all
Reply to author
Forward
0 new messages