טעגליכע לוח היום - זונטאג י"ד אלול תשפ"ה

10 views
Skip to first unread message

Luach Hayom

unread,
Sep 6, 2025, 7:03:45 PM (11 days ago) Sep 6
to לוח היום אימעיל

צענדליגער לענדער וועלן באשיצן אוקראינע
 
פּאריז – דער פראנצויזישער פּרעזידענט עמאניועל מאקרון האט געזאגט אז 26 וועלט'ס לענדער זענען גרייט ארויסצוהעלפן א שלום-היטער טרופּן מיסיע פאר אוקראינע אויב ווערט דערגרייכט א שלום אפּמאך וואס וועט ברענגען די מלחמה צו אן ענדע. מאקרון האט אויפגעטרעטן ביי דער ענדע פון א סאמיט מיט אייראפּעאישע פירער און ווייסער הויז דיפּלאמאט סטיוו וויטקאף, און ער האט צוגעלייגט אז אויב פּוטין קומט נישט צום פארהאנדלונגס טיש וועלן די לענדער ארבעטן אינאיינעם אויף נייע סאנקציעס.
 

אמעריקע שניידט אייראפּע הילפס געלטער
 
בריסל – די אמעריקאנער רעגירונג וועט שניידן עטליכע זיכערהייט הילפס פּראגראמען פאר אייראפּע וואס גייען שוין אן היפּשע יארן, אריינגערעכנט אן איניציאטיוו וואס העלפט פארזיכערן אייראפּע'ס מזרח ראיאן פון פּאטענציעלע אטאקעס דורך רוסלאנד. דאס ווייסע הויז האט געזאגט אז די שניטן, באזירט אויף א טראמפּ עקזעקוטיוו ארדער, זענען געווארן קאארדינירט מיט די אייראפּעאישע באאמטע, וועלכע האבן געוויזן וויליגקייט און געהעכערט אייגענע שפּענדונג פאר זייער פארטיידיקונג.
 

מעקסיקא באטראכט טאריפס קעגן כינע
 
מעקסיקא סיטי — דער מעקסיקאנער פּרעזידענט פרוי שיינבאום האט נעכטן געזאגט אז איר רעגירונג באטראכט טאריפס אויף אימפּארטירונגען פון לענדער וואס האבן נישט קיין האנדלס אפּמאכן מיט מעקסיקא, אריינגערעכנט כינע, אלס טייל פון "פּלאן מעקסיקא" צו פארשטארקערן דאמעסטישע אינדוסטריעס אין רעאקציע צו אמעריקאנער טאריפס אויף מעקסיקאנער פּראדוקטן. זי האט קלארגעשטעלט אז די טאריפס וועלן אויסשליסן די וואס זענען אנגעשלאסן אינעם אפּמאך צווישן אמעריקע, מעקסיקא און קאנאדע.
 

טראגעדיע: הבחור יוסף יהושע פרידמאן ע"ה
פון מאנסי

 
מיט הארצרייסנדע בכיות האט מען נעכטן באגלייט למנוחות עולמים דעם חשוב'ן בחור המופלג בתוי"ש כמר יוסף יהושע פרידמאן ע"ה, בן להבחל"ח הר"ר אליעזר הי"ו פון מאנסי, וועלכער האט אויסגעהויכט די נשמה עטליכע וואכן נאכ'ן אוועקפאלן אין אן עלעקטעריק-אינצידענט. די טראגעדיע האט איינגעהילט גאנץ כלל ישראל איינצורייסן מיט תפילות און נעמען אויף זיך אומצאליגע קבלות טובות לרפואתו, אבער ליידער איז די גזירה געווען פארזיגלט פון הימל און ער איז אוועק פון דער וועלט צום שרעקליכן צער פון זיינע בני משפחה, חברים, באקאנטע און גאנץ כלל ישראל. ויה"ר שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולנו ונשמע ונתבשר בשורות טובות.
 

ניו יורק געריכט אורטיילט לטובת מוסדות התורה
 
ניו יארק – חסדי השם: די אלבאני סופרים קאורט ריכטערין מעקנאלי האט נעכטן געאורטיילט אז דריי מוסדות התורה, וועלכע זענען באצייכנט געווארן אלס נישט עקוויוואלענט און די סטעיט האט געוואלט אפהאקן די הילף און סערוויסעס אבער די מוסדות האבן געוואלט אויסקלויבן א פעטוועי אונטער'ן נייעם געזעץ, האבן ווירקליך געקענט נעמען די פעטוועי און זענען דעריבער בארעכטיגט פאר די סערוויסעס. דאס געריכט האט אנערקענט די טענות פון "פּערלס" אז א נישט-עקוויוואלענט מוסד בלייבט א סקול.
 

The “V’hasirosi Machala Mikirbecha” Fund- To merit the best protection and the most appropriate defense during these days

The “V’hasirosi Machala Mikirbecha” Fund

Established under the guidance of Maran HGR' Chaim Kanievsky zt"l, the fund supports sick Jews and their families in their time of need.

Alongside this great mitzvah, the fund carries the explicit promise of the Gadol Hador:

“Whoever donates to the fund – measure for measure, there will be no illness in his home.”

Monthly Special Prayer
A special certificate
Blessings for the Entire Home

Join Now! This is your opportunity to take part in the great mitzvah of helping the sick, while at the same time meriting the promise of the tzaddik:

"Whoever donates – there will be no illness in his home.”
 
To join the "The “V’hasirosi Machala Mikirbecha” Fund
דריקט דא צו זעהן לייוו די לוח הזמנים והמנינים בביהמ"ד ביאלא

מאסעטשוסעטס' נייע פאן פארמעסט
 
באסטאן – מאסעטשוסעטס האט אונטערגענומען א קאמפּיין איבערצומאכן זייער סטעיט פאן און געבעטן איינוואוינער אריינצושיקן פארשלאגן פון נייע דעזיינס. צווישן די הונדערטער דעזיינס וואס זענען אריינגעקומען זענען געווען פילע נארמאלע און פילע מאדנע, אריינגערעכנט עמיצער וואס האט אריינגעשיקט א דעזיין פון א נייע סטעיט פאן מיט'ן סימבאל פון א פאנקעב געשעפט, אן אנדערער וואס האט פארגעשלאגן א בילד פון א מיטאלאגישע באשעפעניש וועלכע האלט א גלאז קאווע, און אזוי ווייטער.
 
יוסי גרין - פתחי לי
לכל הטעימות משיעורי הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א

האט איר בילדער פון מעמדים וואס זענען פארגעקומען ביי אונז אין ענגלאנד?
  שיקט אונז אריין און מיר וועלן עס מפרסם זיין דא פאר בחינם  

off...@luachhayom.com
 
T&C Apply 
Midweek - Download here
The weekly view - Download here
The Simchah view - Download here
Linkit A - Download here
Linkit B - Download here
שבת בשבתו - דריקט דא
News Update - Download here
North manchester circular- Download here
The NW London Localnews
Koopjes plus Antwerp - Download here

!פאר בלויז £15 וועט אייער קלאספייד ערשיינען דא פאר א גאנצע וואך

 
                                 FOR SALE                               

KEDEM - Cab. Soft - Classic Red - Riesling Rose Box Of 6 £101 - 07814375591 - FREE DELIVERY
For sale: 8-seater toyota previa £790. call/text  07471952035
מקומות הקדושים סעיל! אר"י ר"ה £575 אומאן ר"ה £450 פרעשבורג ליל שישי כ"ה תשרי פון £185 מיט קערעסטיר £249 זעליחוב ביוד"ה ליזענסק ליל שישי ד' תשרי £99 8051-2424\
2 bed house in hull for sale 72k let for £450 pcm please text 07957654017 or a7957...@gmail.com
For sale
Toyota prius T-spirit
2007
102k miles
Some scratches and dents
£10 road tax per year
Just passed MOT
Selling for £2,300 +44 7759 242361

                                   TO LET                                  

אחוזת קרעסטיר 
א הערליכע נייע וילה מיט 9 הויעכקלאסיגע בעטן אין קרעסטיר צו פארדינגען.
נאך פריי אויף די צווייטע און דריטע וואך פון וואקאנס (10.08).
גרויסע חצר מיט פריוואטע פארקינג, 10 מינוט צו גיין פון ר' ישעילע'ס הויז.
צו רעזערווירן רופט: 32489935202+
4 Bedroom house to let for חודש תשרי with סוכה in Cazenove area Please call 07397-965-680

Luxury apartment for a couple – Belza Square Jerusalem. $75 weekday, $100 Shabbat, Possibility to order  meals. call: 075-345-65923
בית מדרש סענטער פון סטעמפארד הייל געייגנט פאר א כולל יעדער סדר £150 רופט 07877014032
סאיז געבלינגען נאך 20 טעלעפאנס SHOW MOBILE כל הקודם זוכה רופט 07979-039-054
צו פארדינגען א גרויסע דירה 2 בעדרומס אין מאנטשעסטער פאר חודש תשרי רופט 07769457166

          JOB WANTED - JOB OPPORTUNITY          

אינגערמאן איז פריי געווארן אין די פארמיטאג שעות צו לערנען מיט בחורים אדער קינדער ביטע רופט 07756289283
א היימישע ת"ת זוכט א מלמד לפנה"צ פאר כיתה ג' אנצייבען חשון"
אינטערעסירטע ביטע רופט:
07388997032
אויב קיין ענטשפער ביטע לאזט א הודעה מיט אייער נאמען און נומער

                                 LOOKING                                  
זוכט צו קויפן א גרייטע סוכה  סייז 10*12  רופט 07543511207
                                     MISC                                    

Full personal service: UC Applications £85, 100% Satisfaction benefits...@gmail.com 07706607929
We set up your S&P 500 Chasuna plan for only £150 a child or £300 for your entire family - 020 3488 8052
מיר בויען אויף אַלע אייערע סארטן Furniture – פון גרויס ביז קליין. רופט שמחי: 07972590136

                                השבת אבידה                               


                             TO GIVE AWAY                             

Blech (Pesachdik) call 020 8806 7417 or 07890 364 939

שיקט אריין ביי אימעיל אייער השבת אבידה אדער To give away,
און מיר וועלן עס אי"ה מפרסם זיין דא פאר בחינם.
 
Receive our daily luach via WhatsApp
by joining the link below 
Luach Hayom via WhatsApp
דריקט דא צו זעהן אלע גליונות פון דער לוח היום
Sent by: The Luach Hayom London
To subscribe: ne...@luachhayom.com
To advertise here with us: in...@luachhayom.com
020-3657-2230           |           www.luachhayom.com
070925 א כי תבוא_compressed.pdf
Reply all
Reply to author
Forward
0 new messages