טעגליכע לוח היום לונדון - מאנטאג כ"ג סיון תשפ"ו

15 views
Skip to first unread message

Luach Hayom

unread,
Jun 8, 2026, 12:37:22 AMJun 8
to לוח היום אימעיל, לוח היום אימעיל 2


'תלמוד תורה דלאנדאן' אפגעשיקט בריוו צו העקני מעיאר נאך פארצויגענע רדיפות צו ערהאלטן פערמיטן

לאנדאן - די הנהלה פון די ׳תלמוד תורה לאנדאן׳ האט אפגעשיקט א בריוו צום ניי ערוועלטע מעיאר פון די העקני קאונסיל פרוי גארבעט, מיט די פארלאנג אז די קאונסיל זאל שענקן איינע פון די אכט ליידיגע שולע געביידעס וואס די קאונסיל פארמאגט פאר די געברויך פונעם חדר. 

די אנטוויקלונג קומט דערנאך וואס די מוסד וועלכע פארמאגט 180 קינדער וועלכע לערנען אין צוויי קלענערע געביידעס, האט צוריק אין יאר 2020 באנייט איינע פון די געביידעס פאר די עלטערע קינדער, זינט דאן האבן זיי אריינגעגעבן פילע פארלאנגען צו ערהאלטן נויטיגע פערמיטן צו אפערירן אלס א שולע אבער צוליב רדיפות פון שכנים און די פלענינג קאונסיל האבן זיי עס נאכנישט ערהאלטן. אצינד געפונט זיך עס אין די אפעלאט געריכט וואס וועט דארפן ארויסגעבן זייער אורטייל דערוועגן וואס וועט מעגליך פירן אז די חדר וועט זיך דארפן עמיטליך פארשליסן. 

די הנהלה פארלאנגט פון די קאונסיל מעיאר און קאונסיל מיטגלידער צו פאררופן אן עמערזשענסי זיצונג צו אפראטעווען די חדר פון פארשליסונג, דורכן שענקן א פערמיט פאר די עקזיסטירענדע געביידע, אדער שענקן איינע פון די נישט באנוצטע שולע געביידעס אין די געגנט פאר זיי.
 


אמעריקאנער שולדיג אין כינע שפיאנאזש

בעיזשינג – דער אמעריקאנער בירגער טאמאס פּאוקען האט זיך דערקלערט שולדיג אין ארבעטן אלס אן אומרעגיסטרירטער אגענט פאר די כינעזער רעגירונג אין אמעריקע. פעדעראלע פּראקורארן האבן געזאגט אז פאוקען האט געארבעט מיט אגענטן וואס זענען געווען פארבינדן מיט כינע'ס סטעיט סעקיוריטי מיניסטעריום זינט יאר 19', רעקרוטירנדיג קאנטאקטן, זאמלענדיג אינפארמאציע און סערווירנדיג אלס א שליח.
 


רוסישע פרעזידענט פוטין באשולדיגט אידישע אוקריינע פרעזידענט זעלענסקי מיט נאציזם 

מאסקווע - דער רוסישער פרעזידענט ווילאדימיר פוטין האט ביי א קאנפערענץ פון פירער פון אינטערנאציאנאלע נייעס אגענטורן געלאזט פאלן שארפע ווערטער קעגן דער אידישער פרעזידענט פון אוקריינע ווילאדימיר זעלענסקי, זאגנדיג אז זיין זיידע דרייט זיך אין קבר צוליב זעלענסקי׳ס שטיצע היינט צוטאגס פאר נאציזם אין אוקריינע. 

פוטין האט זיך דערביי באצויגן צו שמעון איוואנוויטש זעלענסקי, דער זיידע פון פרעזידענט זעלענסקי, וועלכער האט ביים צווייטן וועלט קריג געקעמפט אין די רוסישע רויטע ארמיי קעגן די נאציס ימ"ש, און זעלענסקי זעלבסט האט אים שוין מערערע מאל דערמאנט דורכאויס רעדעס און באזוכט ביי זיין קבר אין שטאט קריווי ריא, אין די פארלאפענע יארן.
 

אינעם דער זומער שפאציר וועט בעז"ה ערשיינען א א מניינים ליסט פאר די ימי האלידעיס אין די פארשידענע וואקאציע ערטער.

זוכט איר א מנין אויף אייער וואקאציע ארט?
ווייסט איר שוין איבער א מניין וואס גייט זיך שטעלן?

טוט א חסד און זייט מזכה די רבים!
שיקט אריין די פרטים שנעל און גרינג דורך דעם לינק.

ביטע שיקט ווייטער דעם לינק פאר אייערע חברים און באקאנטע, כדי יעדער זאל קענען הנאה האבן און דאווענען בציבור.
שיקט אריין די פרטים שנעל און גרינג דורך דעם לינק

אוקראינע נוצט פארגעשריטענע סאטעליטן

קיעוו – די אוקראינישע מיליטער נוצט כמעט-לעבעדיגע סאטעליט בילדער צו פארבעסערן די שנעלקייט און פּונקטליכקייט פון זייערע דראון אטאקעס אויף רוסישע צילן. די טעכנאלאגיע, אנטוויקלט דורך א צאל קאמפּאניס אריינגערעכנט "וואנטאר", שיקט סאטעליט בילדער דירעקט צו די טעלעפאנען, טאבלעטס און לעפּטאפּס פון זעלנער, וואס רעדוצירט די צייט וואס עס פעלט זיך אויס צו טרעפן און אטאקירן צילן, מאכנדיג די גאנצע פּראצעדור מיט 90 פּראצענט שנעלער.
 


עמורדזשענסי צושטאנד אויף ספעיס סטאנציע

פלארידע – אסטראנאטן אויף די אינטערנאציאנאלע ספעיס סטאנציע האבן פאר א קורצע וויילע געדארפט אריינגיין אין א ספעציעלע עמורדזשענסי אפטיילונג און עוואקואירן טיילן פון די סטאנציע, נאכדעם וואס א ליעק אין די רוסישע טייל דערפון האט זיך פארערגערט. פינף אסטראנאטן זענען אריינגערוקט געווארן אין די "ספעיס-עקס" קרו-דרעגאן ספעיס שיף וועלכע זיצט געאנקערט און צוגעטשעפעט צום ספעיס סטאנציע און זענען אנגעטאן געווארן אין ספעיס-אנצוגן אין פאל זיי דארפן אינגאנצן עוואקואירן. נאך 2 שעה האט זיך די סיטואציע בארואיגט.
 


השגחה פרטית: העליקאפטער וואס האט 
געפירט בארא פארקער יונגערמאן אין אייראפע געקראכט אויפן וועג אהיים אן יונגערמאן דערויף

פוילן - א יונגערמאן פון בארא פארק וועלכער האט דעם ענדע וואך זיך אויפגעהאלטן אויף קברי צדיקים אין אייראפע איז וואנדערליך געראטעוועט געווארן בהשגחה עליונה פון א זיכערע טויט ווען די העליקאפטער וואס האט אים געפירט פון איין שטאט צום צווייטן האט געקראכט ביי די קומענדיגע רייזע אהיים, ווען ער איז שוין נישט געווען דערויף. 

דער יונגערמאן איז מיטוואך מיטאג געפארן פון שטאט ראדאשיץ אין פוילן קיין קערעסטיר אין אונגארן מיט א קליינע פיר זיץ 'ראבינסאן אר-44' העליקאפטער, נאכן לאנדן אין קערעסטיר האט דער פילאט זיך געהויבן אויפן וועג צוריק קיין פוילן, צום זאטאר לופטפעלד אין שטאט געראלטאוויטשקי. עטליכע שעות דערויף, דאנערשטאג נאך 1:00 אזייגער ביינאכט, איז די העליקאפטער סיגנאל פארלוירן געווארן זייענדיג צווישן די שטעט לימענאוו און אמסענא. פאליציי און אנדערע רעטונגס אגענטורן האבן זיך ארויסגעלאזט אויף א זוכעריי און אפגעפונען דעם געפאלענע העליקאפטער אין א בערגיגע ראיאן, דער 30 יעריגער פילאט איז אומגעקומען אין די העליקאפטער קראך.
 


נאמען צוגעלייגט פאר המקובל הגה"צ 
רבי דב קוק שליט"א לרפו"ש וועלכער 
איז ווייטער זקוק לרחמי שמים מרובים

טבריה - שטייענדיג עטליכע וואכן נאך וואס די געזונט צושטאנד ביי המקובל הגה"צ רבי דב קוק שליט"א לרפו"ש האט זיך שטארק פארערגערט און עס גייט נישט צום בעסערונג, איז על פי הוראתו פון דער משגיח הגאון רבי דן סגל שליט"א געווארן צוגעלייגט די נאמען 'חזקיהו' צו זיין נאמען, מיט דער צושטימונג פון דער שווער הגאון רבי יצחק זילבערשטיין שליט"א. 

אין אנדערע נייעס האבן די תלמידים און קינדער פונעם מקובל צוזאמגעזעצט א מושב בית דין צו אפהאלטן די סגולה וואס ווערט געברענגט אין חיד"א און אין חתם סופר צו פארקויפן א מחלה פון א איד פאר א גוי, מען האט דערביי געברענגט א גוי און געמאכט דעם מכירה מיט קנין כסף און קנין סודר, צו אריבערפירן די מחלה פון דעם מקובל צום גוי. 

כלל ישראל ווערט גערופן צו ווייטער מתפלל זיין פאר מרן רבי חזקיהו דב הכהן בן שושנה לרפואה שלימה, בתוך שאר חולי עמו ישראל.
 

דריקט דא צו זעהן לייוו די לוח הזמנים והמנינים בביהמ"ד ביאלא

דער "דאנאלד טראמפ" באפעלא אין בענגלאדעש
 
בענגלאדעש – א זעלטענע ליכטיג-קאלירטע באפעלא באשעפעניש ביים צונאמען "דאנאלד טראמפ" איז געווארן א גאר שטארקע אטראקציע אין די נאציאנאלע טירגארטן אין די בענגלאדעשער הויפטשטאט דאקא, צוליב איר אייגנארטיגע ליכטיגע האר, וואס פילע זאגן אז עס זעט אויס זייער ענליך צום האר סטיל וואס פרעזידענט טראמפ האט אויפן קאפ. דער באפעלא האט געזאלט ווערן געשאכטן ביי די "עייד על אדהא" מוסולמענער חאגע, אבער אויטאריטעטן האבן אינטערווענירט נאך וואס עס האט געצויגן מאסן צושויער.
 
שלמה טויסיג היטס - שלמה טויסיג, זאנוויל ווינברגר, אהרלע סאמעט, מלכות וצביקי רובין
לכל הטעימות משיעורי הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א

האט איר בילדער פון מעמדים וואס זענען פארגעקומען ביי אונז אין ענגלאנד?
  שיקט אונז אריין און מיר וועלן עס מפרסם זיין דא פאר בחינם  

off...@luachhayom.com
 
T&C Apply 
Midweek - Download here
The weekly view - Download here
The simchah view - Download here
Linkit - Download here
שבת בשבתו - דריקט דא
News Update - Download here
Gateshead Kehilla Advertiser - Download here
Manchester Jewish Advertiser - Download here
The NW London Local news - Download here
Koopjes plus Antwerp - Download here
North Manchester Circular - Download here

!פאר בלויז £15 וועט אייער קלאספייד ערשיינען דא פאר א גאנצע וואך
 
                                 FOR SALE                               

צו פארקויפן 4 Ikea ספרים שאפער'ס אין זייער א גוטע צושטאנד £50 each ביטע רופט:07848036059


Get a stunning website from just £399. Call 020 8036 1111. Yes, really.

טייערע עמעזאן פארקויפער! אויב איר ווילט באקומען פראדוקטן פון אמעריקע פאר גוטע און ביליגע פרייזן, ביטע פילט זיך פריי צו קאנטאקטירן אונז ביי 917-618-3729 אדער שיקט אונז אן אימעיל צו 4709...@gmail.com

for sale: Lexus GS 300H F Sport (2014). Just MOT and service. £8k ONO. Call 07576 346039.

For Sale: Toyota Prius T-Spirit, excellent condition inside and out, under 100k miles, leather seats, reverse camera, and cruise control – £4,500. Call: 07341-185261.

                                   TO LET                                  
Short Let Available
Brand-new 3-bedroom flat in the heart of Stamford Hill.
Includes:
3 bedrooms
2 WCs
Large dining room
Porch
Available for 3 to 9 months.
For more details or to register interest, please email: wbt...@gmail.com or text 07368-671-700.

Basement flat to rent on Darenth Rd. Freshly renovated. Single use.
off...@highclassmanagement.co.uk
07424 201496

Wearhouse space available, out the area, 1,500 square feet. Please call 07817239440
 
הערליכע Holiday cottages אין די בערג פון Northumberland בית המדרש, מקוה, שווימען כשרע ים
play grounds, (sleeps 4/5)
שוקט א אימייל צו manorcountry...@gmail.com אדער צו 07772065053

Large 3.5-bedroom house for rent in N15, featuring a beautiful garden. call 07543 502430.
To rent. 2 bedroom flat, Loft, Cranwich Road, (needs new kitchen) £2300PCM ben...@gmail.com
Office to Let on Firsby Road Nice size office available immediately. All bills included! 07877183992

          JOB WANTED - JOB OPPORTUNITY          
A  Heimishe Talmud Torah is seeking English Teachers. Competitive salary offered.
office...@gmail.com
Looking for a worker afternoon hours to start immediately 
Please email Jobof...@gmail.com 
Or text to 07359586107 
We’re looking for a few reliable Yingerlatt to help with an upcoming very important Kehilla campaign.
Flexible hours and Paid role.
If you’re interested, please text 07566240758
מטעמים 
זאפטיגע אויסצוגן פון מגידים און ליניעס
צו באקומען א פריוויו פון די וועכנטליכע אויסגאבע שיקט א פארלאנג צו
matam...@gmail.com


                                 LOOKING                                  


Looking for a 3+ bedroom flat/house in Stamford Hill, Can pay without DSS, finder’s fee, call 07425511548
Looking for a 1/2/3 bedroom flat available to rent in stamford hill area, close to junction. Long term. No DSS needed. Finders fee £1000 please call: 07931482453

                                     MISC                                    
פרייליכע נייעס!
פרישע רייכע Music streaming collections פאר אפיסעס \ געשעפטן
אלע סעזאנען - גרינג צו ניצן - געשמאק צו הערן
stream.oitzerhanigunim.org
וַאֲנִי, קִרְבַת אֱלֹקִים לִי-טוֹב
ווילט איר זוכה זיין צי שטארקע אמונה אין ביטחון.
לערנט 'א שיעור א וואך' מיט די שיעורים אויף חובת הלבבות פון המג"ש הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א.
צו באקימע בחינם א USB מיט שיעורים (1-200), שיקט א טקסט מיט אייער אדרעס צו 07967740567.
וְהַבּוֹטֵחַ בַּה' חֶסֶד, יְסוֹבְבֶנּוּ


                                השבת אבידה                               

געטראפען געלט אין הייפ. ביטע רופט: 8984 8802 020

                             TO GIVE AWAY                             

To give away - Child safety/stair gate, can expand to fit wide doorframe. 10m electric extension cable. 4 parev cupcake baking trays. Call 020 8806 7417 or 07890 364 939.

שיקט אריין ביי אימעיל אייער השבת אבידה אדער To give away,
און מיר וועלן עס אי"ה מפרסם זיין דא פאר בחינם.
 
Receive our daily luach via WhatsApp
by joining the link below 
Luach Hayom via WhatsApp
דריקט דא צו צולייגן א מנין צו די מנחה ליסט
דריקט דא צו זעהן אלע גליונות פון דער לוח היום
דריקט דא צו אריילייגן א שמחה אין דער לוח היום
Sent by: The Luach Hayom London
To subscribe: ne...@luachhayom.com
To advertise here with us: in...@luachhayom.com
020-3657-2230           |           www.luachhayom.com
ב שלח 080626 2_compressed.pdf
Reply all
Reply to author
Forward
0 new messages