טעגליכע לוח היום לונדון - מיטוואך כ"ט סיון תשפ"ה

33 views
Skip to first unread message

Luach Hayom

unread,
Jun 25, 2025, 3:17:22 AM6/25/25
to לוח היום אימעיל

טראָמפּ מעלדט פייער אָפּשטעל צווישן מדינת
ישראל און איראַן

 
וואַשינגטאָן – טראָמפּ האָט געמאָלדן נעכטן נאַכט אַז מדינת ישראל און איראַן זענען איינגעגאַנגען אויף א פייער אָפּשטעל וואָס וועט קענען פירן צום ענדע פון דער מלחמה. ביידע זייטן האָבן באַשטעטיגט דעם אָפּמאַך, אָבער געגעבן איינגעהאַלטענע סטעיטמענטס אַרום דעם.

סיי מדינת ישראל און סיי איראַן האָבן פּרובירט אויסצונוצן די לעצטע שטונדן בעפאָר'ן פייער אָפּשטעל צו באָמבאַרדירן איינער דעם אַנדערן, און דער פייער אָפּשטעל איז אַריין אין אַפעקט אום פיר אַזייגער פאַרטאָגס לאָקאַלע צייט, וואָס איז אויסגעקומען אַרום 8:30 אויפ'ן ניו יאָרקער זייגער.

איראַנער באַאַמטע האָבן געזאָגט אַז קאַטאַר האָט געהאָלפן אָנפירן די פאַרהאַנדלונגען, און טראָמפּ האָט אין א סטעיטמענט געזאָגט אַז ביידע זייטן זענען געקומען צו אים און געבעטן אַז זיי ווילן שלום מאַכן. ער האָט אויסגעפירט אַז דער צוקונפט פון ביידע לענדער איז אומגעצוימט און גאָר גוט.

דער פייער אָפּשטעל איז געקומען עטליכע שעה נאָך וואָס איראן האט דורכגעפירט א מיסיל אטאקע אויף אמעריקאנער באזעס אין קאטאר און איראק, פירנדיג צו זארג איבער א ברייטערע מלחמה אינעם מיטל-מזרח, אבער די אטאקע האט זיך שנעל ארויסגעשטעלט צו זיין בלויז סימבאליש.

לויט די באריכטן האט דער איראנער רעזשים געלאזט וויסן פון פאראויס פאר קאטאר אז זיי גייען אטאקירן אמעריקאנער באזעס, און דאס האט געברענגט די אמעריקאנער מיליטער ארויסצופירן זעלנער און טייערע געצייג פון די באזעס, וואס אזוי ארום זענען געווען קיין שאדנס אדער געשעדיגטע.

די איראנער מיסיל אטאקע האט געפירט דערצו אז די יונייטעד אראב עמירעיטס, באכרעין און קאוועיט האבן פארשלאסן זייערע הימלען, און דאס אמעריקאנער מיליטער אינאיינעם מיט בריטישע און פראנצויזישע קרעפטן האבן אראפּגעשאסן די איראנער מיסילס מיט פליגערס און שוץ סיסטעמען.

 

איראן קריג אפעקטירט הארמוז שטראז
 
טעהראן – טראץ וואס דערווייל האט דער איראנער רעזשים נאכנישט גענומען די דראסטישע שריט פון אפּשפּארן דעם "הארמוז וואסער וועג", האט די אנגייענדיגע מלחמה נעכטן אפעקטירט א צאל האנדלס שיפן אינעם ראיאן. איראן סטראשעט אפּצושפּארן דעם וויכטיגן שטראז וואס א גרויסע פּראצענט גלאבאלע האנדל איז אנגעוויזן דערויף, און נעכטן זענען ארום 6 האנדלס שיפן פארפארן פון זייער וועג נאך וואס זייערע דזשי-פּי-עס סיסטעמען זענען געווארן אפעקטירט פון מיליטערישע "דזשעמערס".
 

טראגיש: פינף אומגעקומען הי"ד פון איראנער מיסיל אטאקע אין באר שבע - קורצליך בעפאר פייער אפשטעל אריין אין קראפט
 
באר שבע - נעכטן אום 5:45 פארטאגס ארטיגע זייגער שטייענדיג מיט אביסל מער ווי א שעה בעפאר 7:00 אינדערפרי ווען די פייער אפשטעל אויסגעארבעט דורך דער אמעריקאנער פרעזידענט טראמפ איז אריין אין קראפט האט איראן געשאסן א באראדזש פון באליסטישע מיסילס אויף דרום ארץ ישראל און איינס פון די מיסילס האבן געלאנדעט דירעקט אויף א זיבן שטאקיגע געביידע אין שטאט באר שבע פון וואס די געביידע איז שווער געשעדיגט געווארן. ווען רעטונגס אגענטורן זענען אנגעקומען צום סצענע האט זיך אנדעקט א שוידערליכע בילד מיט פינף וואס זענען ליידער אומגעקומען ה"י און אכט שווער פארוואונדעטע אריינגערעכנט קליינע קינדער וואס זענען נאך געווען אין בעט, השם ינקום דמם. 

נאך די פייער אפשטעל וואס איז געווארן אנגענומען דורך מדינת ישראל און איראן טוען אידן אין ארץ ישראל און איבער די וועלט אויפנעמען דעם אנטוויקלונג מיט דערלייכטערונג אז די בלוט פארגיסונג אין ארץ הקודש וועט קומען צו אן ענדע דערנאך וואס שטייענדיג נאך די צוועלף טעג מלחמה מיט נאנט צו 500 באליסטישע מיסילס פון איראן האט עס ליידער געקאסט פילע אידישע קרבנות רח"ל און איבער צוויי טויזנט פארוואונדעטע.
 

זעלנער רייניגן ביה"ח אין מערעטש, ליטע
 
אייראפּע – א גרופּע פון ארום 150 זעלנער פון דייטשלאנד'ס "פּאנצער בריגאדע" האבן זיך אנגעשלאסן מיט אידישע אקטיוויסטן פארגאנגענע וואך, צו העלפן רייניגן דעם אלטן בית החיים און האלאקאוסט געדענקמאל אין דער שטאט מערעטש אין דרום-מזרח ליטע. דאס איז צושטאנד געקומען נאך פארהאנדלונגען צווישן די אקטיוויסטן פון דער "מציבה" ארגאניזאציע אין ליטע און דער דייטשער אמבאסאדאר אין ווילנע, קארנעליוס זימערמאן, וועלכער האט געזאגט אז ס'איז א פּאסיגע זאך.
 

אייראפּע קענסלט מאראקא אידן געלטער
 
מאראקא – די אייראפּעאישע יוניאן האט צוריקגעצויגן פון א דריי מיליאן יורא גרענט וואס איז געווען געצילט צו העלפן פינאנצירן דאס פּרעזערווירן מאראקאנער אידישע היסטארישע ערטער. שוין צוויי יאר וואס מען ארבעט צו באקומען די גרענטס, און די אפּליקאציע פּראצעדורן האבן זיך פאראויסגערוקט און באשטעטיגט געווארן, אבער אצינד איז עס מיטאמאל צוריקגעצויגן געווארן. די מאראקאנער אידן זאגן אז ס'איז צוליב פּאליטישע באשולדיגונגען אז די געלטער האט עפּעס שייכות מיט מדינת ישראל.
 

מאדנע השבת אבידה אויפ'ן באס

לאנדאן – א בריטישע באס קאמפּאני האט ארויסגעשטעלט א ליסטע פון די מערסט-מאדנע זאכן וואס מענטשן האבן אין די לעצטע שטיק צייט פארגעסן און איבערגעלאזט אויף זייערע באסעס. "מעגאבאס" זאגט אז צווישן די מערסט-מערקווירדיגע זאכן איז געווען עטליכע בינטלעך היי, א פארפרוירענע אינדיק, א גרויסע טאפּ, און פאלשע ציינער. אנדערע זאכן אויף דער ליסטע זענען: א פלעשל האניג, א גיטאר, אן איינצלנע לינקע שיך, און א זאמלונג פון היסטארישע מטבעות און פּאסט-מארקעס.
 


האט איר בילדער פון מעמדים וואס זענען פארגעקומען ביי אונז אין ענגלאנד?
  שיקט אונז אריין און מיר וועלן עס מפרסם זיין דא פאר בחינם  

off...@luachhayom.com
 
T&C Apply 

!פאר בלויז £10 וועט אייער קלאספייד ערשיינען דא פאר א גאנצע וואך

 
                                 FOR SALE                               
 
For Sale: Toyota Previa, 7 seats, 132k miles, excellent condition inside and out. £3,000 ONO. Call 07981 749 433
MadeSafer Hotplates, Hot Water Urns, Slow Cookers, Shabbos Lamps on sale in local shops. Call 02088029243 or 07989628478

מיר קויפן צעבראכנע Canon דיגיטל קאמעראס, צאלן גוט קעש
רופט/טעקסט 07365657329 yh76...@gmail.com
                                    TO LET                                  

א נייע דירה אין אנטווערפן פאר געסט שמחות שבת יו״ט 32472283335+

Are you Seeking HOUSES locally or further afield, as home owner, as investments or for dealing with etc. Spring onto our receiving list free of charge: regist...@property-detects.co.uk
Desk available in a comfortable office in Heathland area, Fully serviced, Air conditioned, Easy parking 07984673724

          JOB WANTED - JOB OPPORTUNITY          
 
Job vacancy: organization looking for a male secretary full/part time.
Yiddish Hebrew and English required
Good computer knowledge
Good speaking manners
hcc.jo...@gmail.com
א היימישע מוסד זיכט א פאנדרעיזער, א גוטע פרנסה פאר די ריכטיגע קאנדידאט. ביטע טעקסט 07833433507
Job Vacancy - Watch company looking for a worker to repair small issues, process returns & help out customers.
Must be handy, detail oriented & have basic computer knowledge. Training provided.
Part time with full time potential.
Please call/text 07300991219 If no answer leave a message.
א תלמוד תורה זוכט א יונגערמאן מיט עקספיריענס אין עברי צו צולערנען מיט קינדער פאר שיין באצאלט! ביטע רופט 07708906985
Looking to change 2 followup appointments with Dr Alexander from 30 July for earlier
call 07471352354

                                 LOOKING                                  
 
 געזינט זוכט וואלונטירן אויפפילן אונדזער שבת צימערן און שפיטאל 03336139625

געזוכט צו דינגען א אפיס ביטע רופט 07942677286
TT D'Gur is looking for English Teachers - afternoon hours - please call: 07493664833 and leave a message.

                                     MISC                                    

מיר נעמאן צאם אלע סארט'ן חובות פון פריוואטע, מוסדות אדער ביזנעס חובות רופט 
85% access rate 07818107406
We set up your S&P 500 Chasuna plan for only £150 a child or £300 for your entire family - 020 3488 8052
Unique Opportunity for Boys Ages 9–13 🌟
For boys with ADHD/ADD who find it hard to thrive in a cheder setting.

Now forming a small, guided group (up to 3 boys) in a Heimishe atmosphere, led by a qualified, experienced therapist.
✔️ Fun, structured activities
✔️ Build skills through guided play
✔️ Strengthen confidence and social connection
✔️ Support your son’s growth into an ehrlicher Yid—with warmth, joy, and care
📞 For more info, call or text: 07708-904227
References available upon request

                                השבת אבידה                               

Found a BA AMEX card at Filey Corner, Osbaldeston. The name on the card is Z. Kohn. Call 07563061673

                             TO GIVE AWAY                             

Cupboards to give away
White small cupboards suitable for books or storage. 60 width x 60cm height x 30cm depth with one shelf in each. 10 with doors and 6 without doors. Pick up from Knightland Road. Call 07538 794 886.



שיקט אריין ביי אימעיל אייער השבת אבידה אדער To give away,
און מיר וועלן עס אי"ה מפרסם זיין דא פאר בחינם.
 
Receive our daily luach via WhatsApp
by joining the link below 
Sent by: The Luach Hayom London
To subscribe: ne...@luachhayom.com
To advertise here with us: in...@luachhayom.com
020-3657-2230           |           www.luachhayom.com
ד קרח 250625 2_compressed.pdf
Reply all
Reply to author
Forward
0 new messages