אמעריקע ווארנט מדינת ישראל און כאמאס קעגן פארלעצן פייער אפשטעל
מיטל מזרח – די טראמפ אדמיניסטראציע האט געלאזט הערן א ווארענונג אין געשפרעכן מיט די מדינת ישראל פירערשאפט, זיי זאלן זיך היטן פון צעברעכן דעם אנגייענדיגן פייער אפשטעל מיט כאמאס, און אויב כאמאס פארלעצט עס, זאל די רעאקציע צו דער פארלעצונג זיין פראפארציאנעל.
די ווארענונג, איבערגעגעבן דורך דזשעראד קושנער און סטיוו וויטקאף פערזענליך, קומט אין א צייט וואס די טראמפ אדמיניסטראציע וויל זיך רוקן צו דער קומענדיגער פאזע פון טראמפ'ס פלאן, איינצופעדימען א נייע אינטערנאציאנאלע קראפט פאר עזה און עווענטועל איבערבויען די גאנצע טעריטאריע.