טעגליכע לוח היום לונדון - דאנערשטאג ו' אב תשפ"ה

24 views
Skip to first unread message

Luach Hayom

unread,
Jul 30, 2025, 10:59:00 PMJul 30
to לוח היום אימעיל

ענגלאנד געבט אולטימאטום פאר מדינת ישראל איידער אנערקענען פּאלעסטינע לאנד
 
לאנדאן – דער פּרעמיער מיניסטער קיער סטארמער האט געזאגט נעכטן אז ענגלאנד וועט אנערקענען פּאלעסטינע אלס א לאנד אין סעפּטעמבער, אויסער אויב מדינת ישראל נעמט ערנסטע שריט צו ברענגען די מלחמה אין עזה צו אן ענדע, און פארפליכטעט זיך צו לאנג-טערמיניגע שלום אינעם מיטל-מזרח. סטארמער, וועלכער איז אונטער פּרעשור פון זיין לינקע לעיבאר פּארטיי, האט אויך געזאגט אז מען מוז לאזן די יו-ען פולקאם פריי אנגיין מיט הילפס אפּעראציעס אין עזה.
 

מדינת ישראל באטראכט פּלאן צו אנעקסירן טיילן
אדער גאנץ עזה
 
תל אביב – אין א דראמאטישער אנטוויקלונג, האט די מדינת ישראל רעגירונג קאבינעט אנגעהויבן נעמען ערנסט אין באטראכט א פּלאן צו אנעקסירן טיילן פון דער פּאלעסטינער עזה טעריטאריע אדער גענצליך אקופּירן די טעריטאריע.

לויט קוועלער, וועט מדינת ישראל קודם אנעקסירן א באפער-זאנע ביי דער גרעניץ, און דערנאך טעריטאריע אין צפון עזה וואס זענען נאנט צו שדרות און אשקלון, און צוביסלעך וועט דער פראצעדור פארזעצן ביז די גאנצע טעריטאריע איז אנעקסירט.

די זעלבע קוועלער האבן אויך געזאגט אז מדינת ישראל פּרעמיער מיניסטער ביבי נתניהו האט דיסקוסירט דעם פּלאן מיט'ן אמעריקאנער פּרעזידענט דאנאלד טראמפּ, וועלכער האט געגעבן די גרינע ליכט דערפאר. עס איז נישט קלאר ווען ס'וועט אריין אין אפעקט.
 

צונאמי שרעק נאך רוסלאנד ציטערניש
 
מאסקווע – עטליכע לענדער איבער דער גארער וועלט זענען נעכטן נאכט געווען אונטער אן ערנסטע צונאמי אלערט, איבער מעגליכע שווערע און טויטליכע כוואליעס ביי בארטן ראיאנען, נאך וואס א גאר מאכטפולע 8.7 ערדציטערניש האט געטרייסלט די וואסערן נעבן קאמטשאטקא, רוסלאנד. אלע סטעיטס לענגאויס דעם מערב ברעג ראיאן פון אמעריקע זענען געווען אונטער א צונאמי ווארענונג, און אויך אלאסקע און האוואאי. אלערטס זענען אויך געווען אין יאפּאן און נאך א צאל לענדער.
 

אוקראינע כאפּט צוריק שווארצע ים אינזל
 
קיעוו – אוקראינישע ספּעשל פארסעס זעלנער האבן פארניכטעט רוסישע וואפנס און אומגעברענגט רוסישע זעלנער ביי א געוואגטע אפּעראציע אויף "טענדרא ספּיט", א קליינע אינזל וואס געפינט זיך אין די וואסערן נעבן אן אקופּירטן טייל פונעם כערסאן ראיאן. די רוסן קאנטראלירן שוין דעם אינזל לאנגע מאנאטן, און די אוקראינער האבן עס אצינד צוריקגעכאפּט אין א געוואגטע לאנדונג אפּעראציע מיט שיפן, אנע ליידן קיין שום פארלוסטן. די רוסן זענען ערווארטעט צו פארלאזן דעם אינזל.
 

דורכברוך: ארעסט אין עדת ישראל ארסאן
 
מעלבוירן — א שטארקע דורכברוך איז געמאלדן געווארן נעכטן דורך פּאליציי אין וויקטאריע, אויסטראליע, ווען אן 21 יעריגער פּארשוין איז ארעסטירט געווארן און ווערט באשולדיגט דירעקט אין דער ארסאן פייער אטאקע אויפן שוהל פון ק"ק עדת ישראל אין מעלבוירן. ביז יעצט זענען נאר געווען ארעסטן אין פארבינדונג מיט'ן קאר וואס די ארסאניסטן האבן גענוצט, און די יעצטיגע ארעסט איז אויף איינעם פון די דריי וועלכע זענען ווירקליך אריינגעקומען אינעם שוהל, געגאסן ברענשטאף און עס אונטערגעצונדן.
 

צוויי אידישע פרויען קרבנות אין מאנהעטן שיסעריי
 
מאנהעטן – די שרעקליכע שיסעריי וואס האט פּאסירט אינעם מאנהעטן אפיס וואלקנקראצער מאנטאג, האט געקאסט צוויי אידישע קרבנות, צווישן די פיר אומגעקומענע. איין אידישע פרוי איז אידענטיפיצירט געווארן אלס מרת וו. לעפּאטנער ע"ה, 43 יאר, א הויכראנגיקע עקזעקוטיוו אין דער "בלעקסטאון" מענעדזשמענט פירמע און אן אקטיוויסטקע אינעם שוהל וואו זי האט געדאוונט. די צווייטע אידישע פרוי איז מרת דזש. היימאן ע"ה, 27 יאר, וועלכע האט געארבעט אין "רודין מענעדזשמענט".
 
דריקט דא צו זעהן לייוו די לוח הזמנים והמנינים בביהמ"ד ביאלא

דרייט זיך אן "עליען"
צווישן די הייזער?!...

 
קאליפארניע – א טיר קאמערע האט רעקארדירט א מאדנע פיגור שפּאצירן אריבער דער זייט פון א הויז אין קאמפּטאן, קאליפארניע, שאפנדיג א סענזאציע אז עס איז מעגליך געווען אן "עליען" באשעפעניש פון אן אנדערע פּלאנעט... דער פיגור ווערט נאר געזען אויף דער קאמערע פאר געציילטע סעקונדעס שפּעט אינמיטן דער נאכט, און דער פארעם פונעם פיגור זעט אויס צו זיין מאדנע און אומגעווענליך. די פאמיליע האט פארשפּרייט די קאמערע רעקארדירונג און פארשידענע קאנספּיראציע טעאריעס בליען.
 
לכל הטעימות משיעורי הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א

האט איר בילדער פון מעמדים וואס זענען פארגעקומען ביי אונז אין ענגלאנד?
  שיקט אונז אריין און מיר וועלן עס מפרסם זיין דא פאר בחינם  

off...@luachhayom.com
 
T&C Apply 
שבת בשבתו - דריקט דא
Midweek - Download here
Linkit A - Download here
Linkit B - Download here
The weekly view - Download here
The Simchah view - Download here
News Update - Download here
North manchester circular- Download here
The NW London Localnews
Koopjes plus Antwerp - Download here

!פאר בלויז £15 וועט אייער קלאספייד ערשיינען דא פאר א גאנצע וואך

 
                                 FOR SALE                               

HOLIDAY essentials MADESAFER Hotplates, Slow cookers, Urns, Shabbos Lamps available in local shops. Or call 07989628478~02088029243

Toyota 8 seater Previa 54 reg in good condition for sale - pls call/text £2500 OBO 07723706269
מיר קויפן צעבראכנע Canon דיגיטל קאמעראס, צאלן גוט קעש
רופט/טעקסט 07365657329 yh76...@gmail.com
UNDER £2000! Affordable & reliable cars for sale (with mechanic guarantee) 07774090462
                                   TO LET                                  
 
6 bedroom flat in Manchester Qing Square large living room kitchen + garden & trampoline. Aug 6–19. Call 07807017383.
Holiday in Manchester – large new apartment near MH, Aug 11–22 – 07553255662

NEW 2-bedroom flat in Manchester with large kitchen – available 31/07 to 18/08
Previa 8 seats to rent for the holidays please call 07535481082
Summer holiday : 4-bedroom flat in Manchester, central location, garden, near park. 07932177414 07916150975
To rent: Toyota Prius £50 per day, (including 50 milles) £7.50 per hour (min 4 hours) call: 07868 379712
אחוזת קרעסטיר 
א הערליכע נייע וילה מיט 9 הויעכקלאסיגע בעטן אין קרעסטיר צו פארדינגען.
נאך פריי אויף די צווייטע און דריטע וואך פון וואקאנס (10.08).
גרויסע חצר מיט פריוואטע פארקינג, 10 מינוט צו גיין פון ר' ישעילע'ס הויז.
צו רעזערווירן רופט: 32489935202+
 

          JOB WANTED - JOB OPPORTUNITY          
 
Job Vacancy - Watch company looking for a worker to repair small issues, process returns & help out customers.
Must be handy, detail oriented & have basic computer knowledge. Training provided.
Part time with full time potential.
Please call/text 07300991219 If no answer leave a message.

                                 LOOKING                                  
 
Looking for a Yingerman or a bucher to serve in a shop in the afternoon/night hours, well-paid job please email  jobof...@gmail.com

TT D'Gur is looking for English Teachers - afternoon hours - please call: 07493664833 and leave a message.
א היימישע חסידישע יונגערמאן זוכט אן ארבעט. רופט 07462254940

                                     MISC                                    

Full personal service: UC Applications £85, 100% Satisfaction benefits...@gmail.com 07706607929
We set up your S&P 500 Chasuna plan for only £150 a child or £300 for your entire family - 020 3488 8052
                                השבת אבידה                               


                             TO GIVE AWAY                             


שיקט אריין ביי אימעיל אייער השבת אבידה אדער To give away,
און מיר וועלן עס אי"ה מפרסם זיין דא פאר בחינם.
 
Receive our daily luach via WhatsApp
by joining the link below 
Luach Hayom via WhatsApp
דריקט דא צו זעהן אלע גליונות פון דער לוח היום
Sent by: The Luach Hayom London
To subscribe: ne...@luachhayom.com
To advertise here with us: in...@luachhayom.com
020-3657-2230           |           www.luachhayom.com
3140725 ה דברים_compressed.pdf
Reply all
Reply to author
Forward
0 new messages