טעגליכע לוח היום לונדון - דאנערשטאג ח' ניסן תשפ"ו

17 views
Skip to first unread message

Luach Hayom

unread,
Mar 26, 2026, 4:47:27 AM (11 days ago) Mar 26
to לוח היום אימעיל, לוח היום אימעיל 2

קעניג טשארלס אנגענומען ראלע אלס ׳פאטראן׳ פון די אידישע ׳געמיינדע זיכערהייטס טראסט׳

לאנדאן - שטייענדיג אין שאטן פון די ארסאן אטאקע אויף די הצלה אמבולאנסן אין גאלדערס גרין איז מאנטאג נאכט פארגעקומען א רייכע דינער פון די אידישע ׳געמיינדע זיכערהייטס טראסט׳ וואס פארפיגט אויף צושטעלן זיכערהייט פאר די ענגלישע אידן און קעמפט קעגן די אנטיסעמיטיזם אין לאנד, ביים דינער האבן אויפגעטרויטן צווישן אנדערע דער הויפט רב הרב אפרים מירוויס, דער געזונטהייט סעקרעטאר וועסט סטריטינג און די היים סעקרעטאר פרוי מאכמוד. 

ביי דעם דינער איז געמאלדן געווארן אז דער קעניג פון בריטאניע טשארלס דער דריטער האט אנגענומען צו דינען אלס ׳פאטראן׳ פון די ארגאניזאציע, די אויפנאמע איז בלויז פארמאל און עס נעמט נישט קיין אקטיווע ראלע אין די ארגאניזאציע אבער עס ווייזט די שטיצע וואס דער קעניג געבט פאר די אידישע געמיינדע און אירע באדערפענישן.
 


בריטישע רעפארם פארטיי סוספענדירט מעיאר קאנדידאט נאך העסליכע קאמענטארן קעגן שומרים

לאנדאן די 'רעפארם יו-קעי' פארטיי האט געמאלדן דער סוספענדירונג פון דער מעיאר קאנדידאט פאר די שטאט העמפשייער, קריס פערי, נאך העסליכע קאמענטארן צוגלייכנדיג וואלונטירן פון די שומרים ארגאניזאציע צו ׳איסלאמיסטן אויף פערדן׳ און אלס ׳פארשטעלטע פאליציי׳. זיין קאמפיין איז סוספענדירט געווארן און א אויספארשונג איבער זיינע קאמענטארן איז געווארן אונטערגענומען. 

פערי האט געמאכט זיינע קאמענטארן אויף די ׳עקס׳ פלאטפארמע ווי ער האט זיך באצויגן צו א פאוסט פון די געוועזענע פירער פון די ברעקזיט פארטיי פרוי בלעיקלאק וועלכע האט מיט שפאס רעאגירט צו די ארסאן אטאקע אויף הצלה אמבולאנסן אין גאלדערס גרין, און ארויסגעשטעלט א בילד פון שומרים וואלונטירן אנפרעגנדיג אויב קריסטן זענען אויך ערלויבט צו פארמאגן אייגענע ׳פאליציי׳ צו פאטראלירן אין זייערע געגנטער. פערי האט דאס נאכאמאל איבערגעשיקט און אראפגעריסן שומרים אז זיי זענען אן אומלעגאלע אטנאמיע, פארשטעלטע פאליציי, און אזויווי איסלאמיסטן אויף פערדן.


גניבה פון 2 ספרי תורה אין מאנטשעסטער

ענגלאנד – גנבים האבן זיך איינגעבראכן אינעם ביהמ"ד תורה עץ חיים אין מאנטשעסטער, ענגלאנד פארגאנגענע וואך פרייטאג אינדערפרי און האבן גע'גנב'עט צוויי ספרי תורה אין א רויבעריי, וואס האט געפירט צו ברייטע זארג ביי די לאקאלע אידישע געמיינדע. אויטאריטעטן און געמיינדע פירער האבן געווארנט אז די ספרי תורה זענען שוין מעגליך ארויסגעפירט געווארן פון לאנד און מעגליך פארקויפט געווארן, און בעטן מענטשן צו האלטן אן אויג אויב עמיצער פארקויפט א ספר תורה גאר ביליג.

דריקט דא פארן לינק צו קויפן דעם ראפעל

פארוואונדעטע פון איראן מיסיל אין בני ברק;
קרבן הי"ד פון כיזבאללא ראקעט אין צפון

בני ברק – באליסטישע מיסילס פון איראן האבן באטראפן צענטראל ארץ ישראל נעכטן נאכט, שאפנדיג שווערע שאדנס אין עטליכע שטעט, אריינגערעכנט בני ברק, פּתח תקוה און גבעת שמואל. אין בני ברק האט א קלאסטער-שטיק באטראפן א פיר-שטאקיגע באוואוינטע געביידע, פירנדיג צו מאסיווע דעסטרוקציע און פילע פארוואונדעטע.

לויט די הצלה פּאראמעדיקס און אנדערע עמורדזשענסי באאמטע, זענען ניינצן פארוואונדעט געווארן פון די רונדע מיסילס, אריינגערעכנט עטליכע קינדער און א בעיבי. צוועלעף דערפון זענען געווען אין בני ברק, אריינגערעכנט זעקס קינדער. רוב האבן געליטן ב"ה בלויז מילדע וואונדן, אבער איינער איז יא מער געשעדיגט און אין א מעסיגן צושטאנד.

אין די זעלבע צייט האט די כיזבאללא טעראר גרופּע אין לבנון דורכגעפירט א באראדזש אטאקע פון ראקעטן, פירנדיג צו איין קרבן, א 27 יעריגע פרוי הי"ד וועלכע איז אומגעקומען, און צוויי אנדערע זענען לייכט פארוואונדעט געווארן פון שראפּנעל. איראן האט אויך געשאסן א באליסטישע מיסיל וואס האט באטראפן צפת, שאפנדיג לייכטע פארוואונדעטע.
 


קעגנזייטיגע סיגנאלן איבער איראנער מלחמה

טעהראן – נעכטן האט מען געזען קעגנזייטיגע אנטוויקלונגען און סיגנאלן איבער די אנגייענדיגע מלחמה צווישן אמעריקע און איראן. אמעריקע אליינס האט געשיקט געמישטע מעסעדזשעס, ווען פון איין זייט האט פּרעזידענט טראמפּ ווידערהאלט אז זיינע געשפּרעכן מיט איראן גייען פאראויס און ס'איז דא א 15-פּונקטן פּלאן, אבער גלייכצייטיג האט אמעריקע געשיקט פרישע טרופּן צום מיטל-מזרח. איראן פון זייער זייט האט אוועקגעמאכט און אפּגעלאכט טראמפּ'ס באהויפּטונגען איבער געשפּרעכן.
 


דענמארק פּרעמיער אין געפאר נאך עלעקשאנס

אייראפּע – דענמארק'ס פּרעמיער מיניסטער מעטע פרעדעריקסאן שטייט אויס שוועריגקייטן פארצוזעצן אין אמט נאכדעם וואס איר "סאציאלע דעמאקראטן" פּארטיי האט געליטן די שווערסטע עלעקשאן רעזולטאטן אין מער ווי הונדערט יאר, געווינענדיג בלויז 22 פּראצענט פון די שטימען און אריינקומענדיג מיט ווייניגער זיצן ווי עס פעלט זיך אויס פאר מאיאריטעט קאנטראל. די פּארטיי איז נאכאלץ די גרעסטע, אבער פרעדעריקסאן מוז יעצט פירן געשפּרעכן צו שאפן א קאאליציע מיט אנדערע פּארטייען.
 


אוקראינע קינדער שיקן מצות פאר זעלנער

קיעוו – אידישע קינדערלעך אין אוקראינע האבן אפּגעשיקט פּסח מצה פּעקלעך דעקארירט מיט אייגענע מאלערייען און מעסעדזשעס פון שטיצע פאר אידישע זעלנער וואס דינען אין די אוקראינישע מיליטער אויף די פראנט ליניעס. דער איניציאטיוו ווערט אנגעפירט דורך די "פעדעראציע פון אידישע געמיינדעס אוו אוקראינע", אלס טייל פון א פּראיעקט אריינצוברענגען דעם יום טוב פּסח אין צענדליגער טויזנטער אידישע הערצער לענגאויס אוקראינע.
 

Allow UC claimants with start-up-businesses to receive payments for 3 years
UC - petition
Click here to fill in you deatils
דריקט דא צו זעהן לייוו די לוח הזמנים והמנינים בביהמ"ד ביאלא

מער קיין פרישע שילדן!
 
טעקסאס – אויטאריטעטן אין האוערד קאונטי, טעקסאס האבן געלאזט וויסן פאר די לאקאלע מוניציפּאליטעט אינעם שטעטל "באג טאסעל" אז זיי וועלן מער נישט באקומען פון די קאונטי צוגעשטעלט פרישע שאסיי שילדן. "באג טאסעל" איז א מאדנע נאמען וואס באדייט "שרצים קריגעריי" און איז באזירט אויף א לעגנדע אז א גרויסע לאקאלע פארזאמלונג איז אמאל געשטערט געווארן צוליב אן אנלויף פון שרצים. צוליב די מאדנע נאמען, טוען גנבים אפט גנב'נען די שאסיי שילדן וואס פארמאגט דעם נאמען דערויף. די קאונטי איז מיד פון דארפן נאכאנאנד ערזעצן די גערויבטע שילדן.
 
שרולי קלצקין - מחרוזת מיכאל שניצלער
לכל הטעימות משיעורי הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א

האט איר בילדער פון מעמדים וואס זענען פארגעקומען ביי אונז אין ענגלאנד?
  שיקט אונז אריין און מיר וועלן עס מפרסם זיין דא פאר בחינם  

off...@luachhayom.com
 
T&C Apply 
Midweek 1 - Download here
Midweek 2 - Download here
The weekly view 1 - Download here
The weekly view 2 - Download here
The simchah view - Download here
Linkit - Download here
שבת בשבתו - דריקט דא
News Update - Download here
News Update 2 - Download here
Gateshead Kehilla Advertiser - Download here
The NW London Local news 1 - Download here
The NW London Local news 2 - Download here
Koopjes plus Antwerp - Download here
North Manchester Circular - Download here

!פאר בלויז £15 וועט אייער קלאספייד ערשיינען דא פאר א גאנצע וואך

 
                                 FOR SALE                               

KEDEM ESTATES: Regal Red - Cab Soft - Riesling Rose - 1.5L - Box of 6 £101 - 07814375591


צו פארקויפן שיינע מזוזות פון א סופר מיט א תעודה בתוקף רופט :07974915472


מקומות הקדושים סעיל! צאנז כ"ה ניסן מיט ליזענסק £250 אויך דינוב לאנצוט רימנוב קערסטיר  £300 רופו דרכי צדיקים 

KEDEM: Concord Grape Natural Sweet - Cream Malaga - Cream Rose - 1.5L - Box of 6 £89 - 07814375591
טיש בעקשטיע מ Golbers  38M חדש לא משמוש  רופט 07352536812
                                   TO LET                                  

1-2 bedroom flat available now  in  Filey Ave: Call 07977428767
1 bedroom flat for sleeping on Castlewood Rd.
Available from 31.03 to 30.04. Call : 0735 253 6791.
2 New Offices to let on Grosvener Way. All bills included. 07737824208
Ground floor office to rent – two rooms, located on Filey Avenue.
For further details please call 07976 037 619.
4 bedroom small ex council house to let in Theydon area for £3800 ono, call/text 07507966754
To let: a flat of 3.5 big rooms for office use, in heart of Clapton Common area. 07887327123
Two Bedrooms 1st floor flat, £1,900. Two Bedrooms Garden flat, £2,100. In Eiruv. No DSS. 07492718972

          JOB WANTED - JOB OPPORTUNITY          
Job Opportunity: Are you a people person with an understanding of software, have a few hours a day, and want to earn well? We want to hear from you. Please email a CV to in...@arbyte.co.uk - Ref: RSP
האט איר לייסענס? א side job מיט גוטע פארדינסטן-עס לוינט זיך!!
דרייוו א חדר ווען אפי' נאר איינצעלנע שעות און פארדינט שיין. 07308-273-289

                                 LOOKING                                  
 
בית מדרש בשכונת סטמפורד היל מחפש מקום לתפילות בימות החול ובשבתות, המתאים ל־60–70 מתפללים.
מוכן לשלם טוב. רופט 07464490080
Looking to exchange a 7/8 seater car in London with 7/8 car in Israel for pessach  pls call 07700164250
Urgently looking for a 2 bedroom flat, £400 finder’s fee. Call 07934819529.

                                     MISC                                    

פרייליכע נייעס!
פרישע רייכע Music streaming collections פאר אפיסעס \ געשעפטן
אלע סעזאנען - גרינג צו ניצן - געשמאק צו הערן
stream.oitzerhanigunim.org
וַאֲנִי, קִרְבַת אֱלֹקִים לִי-טוֹב
ווילט איר זוכה זיין צי שטארקע אמונה אין ביטחון.
לערנט 'א שיעור א וואך' מיט די שיעורים אויף חובת הלבבות פון המג"ש הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א.
צו באקימע בחינם א USB מיט שיעורים (1-200), שיקט א טקסט מיט אייער אדרעס צו 07967740567.
וְהַבּוֹטֵחַ בַּה' חֶסֶד, יְסוֹבְבֶנּוּ

                                השבת אבידה                               


                             TO GIVE AWAY                             


שיקט אריין ביי אימעיל אייער השבת אבידה אדער To give away,
און מיר וועלן עס אי"ה מפרסם זיין דא פאר בחינם.
 
Receive our daily luach via WhatsApp
by joining the link below 
Luach Hayom via WhatsApp
דריקט דא צו זעהן אלע גליונות פון דער לוח היום
דריקט דא צו אריילייגן א שמחה אין דער לוח היום
דריקט דא צו צולייגן א מנין צום רשימה
Sent by: The Luach Hayom London
To subscribe: ne...@luachhayom.com
To advertise here with us: in...@luachhayom.com
020-3657-2230           |           www.luachhayom.com

ה צו 260326 1_compressed.pdf
Reply all
Reply to author
Forward
0 new messages