טעגליכע לוח היום לונדון - דינסטאג כ"א אדר תשפ"ו

28 views
Skip to first unread message

Luach Hayom

unread,
Mar 10, 2026, 6:06:03 AM (6 days ago) Mar 10
to לוח היום אימעיל, לוח היום אימעיל 2

טראמפ דערקלערט אז מלחמה קעגן איראן
וועט זיין אט פאריבער

וואשינגטאן – ביי א פרעסע קאנפערענץ נעכטן נאכמיטאג האט פרעזידענט טראמפ דערקלערט אז די מלחמה קעגן איראן וועט זיין פאריבער "זייער שנעל", זאגנדיג אז מען האט באוויזן צו פארניכטן דעם איראנער רעזשים'ס מיסיל איינריכטונגען און אנדערע אינפראסטרוקטור פון דעם איסלאמישן רעפובליק.

אינעם זעלבן פרעסע קאנפערענץ האט דער פרעזידענט געשיקט געמישטע מעסעדזשעס, לאזנדיג הערן צושטימונג פאר קאמענטארן פון פארטיידיגונג סעקרעטאר פיטער העגסעט וועלכער האט געהאט געזאגט באזונדער אז די באמבארדירונגען קעגן דעם איראנער רעזשים האבן זיך קוים אנגעהויבן און וועלן ווערן שטארקער.

די מארקעטס האבן זיך ארויפגעכאפט אויף טראמפ'ס קאמענטארן אז די מלחמה וועט זיין פאריבער זייער שנעל, און מען האט געזען ווי די מארקעטס האבן זיך געשלאסן מיט מעסיגע פארדינסטן. אויך אין רעאקציע צו טראמפ'ס ווערטער זענען אויל פרייזן געפאלן גאר דראסטיש, פאלנדיג פון 102 דאלער א פעסל צו 82 דאלער.

די אויל מארקעטס האבן אויך רעאגירט צו באריכטן אז טראמפ באטראכט א מיליטערישע אפעראציע צו פארכאפן פולקאמע קאנטראל פונעם "הארמוז וואסער וועג" פון איראן, וואס רוב אויל ליפערונגען פונעם מיטל מזרח פארן דארטן אריבער. אויך וועט פראנקרייך צושטעלן מיליטערישע באגלייטונג פאר האנדלס שיפן אריבער הארמוז.
 


מער איראנער מיסיל אטאקעס אויף ארה"ק

ירושלים – נעכטן האט דאס איראנער מיליטער פארשטארקערט אירע מיסיל אטאקעס אויף ארץ ישראל, ה"י, קאסטנדיג פילע פארוואונדעטע און איין פאטאליטעט. שרייבנדיג די שורות אום 5:00 נאכמיטאג אמעריקאנער זייגער, האט איראן נארוואס דורכגעפירט איר עלפטן מיסיל באראדזש אויף ארץ ישראל זינט מאנטאג פארטאגס. איינער איז אומגעקומען פון אן איראנער מיסיל ביים יהוד קאנסטרוקציע צענטער און א צאל זענען פארוואונדעט געווארן, ב"ה אלע לייכט.


לבנון וויל זאפארט פייער אפּשטעל געשפּרעך

ביירוט — לבנון האט געבעטן דירעקטע געשפּרעכן מיט מדינת ישראל, אנגעפירט דורך דער טראמפּ אדמיניסטראציע אלס פארמיטלער, זוכנדיג צו ענדיגן די שלאכטן און צו ברענגען א פולע שלום אפּמאך, אבער דערווייל האבן אמעריקע און מדינת ישראל רעאגירט סקעפּטיש. די צוויי אליאירטע לענדער האבן אין פּריוואטע קאמיוניקאציעס מיט לבנון באאמטע קלארגעשטעלט אז בעפאר סיי וועלכע געשפּרעכן מוז לבנון זיכער מאכן אז כיזבאללא איז פולקאם אנטוואפנט.


אמעריקע און קארעא מיליטער מושטירונגען

אזיע — די מיליטערן פון אמעריקע און דרום קארעא האבן נעכטן אנגעהויבן זייער יערליכע "פרייהייט פּאנצער" מושטירונגען, ארייננעמענדיג טויזנטער טרופּן און דעפענסיווע דרילס, אינמיטן אנגייענדיגע אנגסט מיט צפון קארעא און שפּעקולאציעס אז טייל אמעריקאנער קרעפטן סטאנציאנירט אויפ'ן קארעא האלב-אינזל ווערן ארויסגענומען פון דארט און געשיקט צום מיטל-מזרח. צפון קארעא האט ווידער פארדאמט די מושטירונגען אלס א דירעקטע געפאר פאר זיי.


אויפרייס געצילט שוהל אין ליעזש, בעלגיע
 
בעלגיע – א שוהל אין ליעזש, בעלגיע איז געשעדיגט געווארן דורך אן אויפרייס וואס האט פּאסירט מאנטאג פארטאגס, וואס ב"ה קיינער איז נישט געשעדיגט געווארן. דער בעלגישער פּרעמיער מיניסטער און לאקאלע ערוויילטע באאמטע און פּאליצייאישע פיגורן האבן פארדאמט דעם אויפרייס אלס א דירעקטע אנטיסעמיטישע טעראר אטאקע און האבן געעפנט א ברייטע אויספארשונג, פארשפּרעכנדיג אז די שולדיגע וועלן שארף געהאלטן ווערן פאראנטווארטליך.
 

פארדאמונג איבער שווייץ עירוב קאמענטארן
 
אייראפּע — דער שווייצער פּארלאמענט מיטגליד מאורא פּאזשיא האט געברענגט א כוואליע פון אויפברויז נאכדעם וואס ער האט פארגליכן דאס וואס מען האט לעצטנס אינסטאלירט אן עירוב אין דער שטאט ציריך צו א אידישע געטא. פּאזשיא האט געזאגט אז דער עירוב איז "זעלבסט-געברענגטע סעגרעגאציע" וואס די אידישע געמיינדע שטעלט אויף זיך, אבער אידן אין דער שווייץ האבן דאס אראפּגעריסן און געזאגט אז דער עירוב איז א הייליגע זאך וואס טיילט קיינעם נישט אפּ און שעדיגט נישט קיינעם.
 

אל על עירליין האט ארויסגעגעבן ספעציעלע ביליגע פרייזן פאר מענטשן וואס ווילן אהיימקומען קיין ארץ ישראל פון איבער 20 שטעט איבער די וועלט, אויף צו העלפן רייזענדע זיך אומקערן אהיים צווישן די אנגעצויגענע זיכערהייט סיטואציע.
 

די גלאבאלע מארקעטס האבן זיך געעפנט מיט שארפע באוועגונגען צוליב די מלחמה:
נאפט: געשפרינגען העכער $100 א בארעל.
גאלד: שטארק געשטיגן אלס זיכערע אינוועסטמענט.
סטאק מארקעט: די פיוטשורס זענען געפאלן מיט איבער 1.5%.
דאלאר: געווארן שטערקער קעגן אנדערע וואלוטעס.
 
Click here to fill in you deatils
דריקט דא צו זעהן לייוו די לוח הזמנים והמנינים בביהמ"ד ביאלא

וואס גייט פאר מיט די טויטע קאטשקעס?
 
ניו דזשערסי – די סטעיט ניו דזשערסי פּלאגט זיך מיט אן ערנסטע אנשיקעניש אין וועלכע ווילדע קאטשקעס שטארבן אפּ. העכער פיר טויזנט קאטשקעס, בעיקר די קאנאדישע, זענען באריכטעט געווארן טויט לענגאויס דער סטעיט, ווארשיינליך צוליב וואס זיי זענען אנגעשטעקט מיט א שווערע פייגל פלו. באאמטע האבן אפּגעשפּארט עטליכע פּארקס און געווארנט איינוואוינער נישט צו קומען אין באריר מיט אינפעקטירטע פייגלען און קאטשקעס.
 
אהרלה סמט & דודי פולק - א פוילישע טענצל
לכל הטעימות משיעורי הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א
סעודת הילולא של בעל הישועות משה מויזניץ זצ"ל
עסקני קרן הבנין בוועסטקליף ביחד עם האדריכל ר' אלי ציינווירטה

האט איר בילדער פון מעמדים וואס זענען פארגעקומען ביי אונז אין ענגלאנד?
  שיקט אונז אריין און מיר וועלן עס מפרסם זיין דא פאר בחינם  

off...@luachhayom.com
 
T&C Apply 
Midweek A - Download here
Midweek B - Download here
The weekly view - Download here
The simchah view - Download here
Linkit - Download here
Linkit 2 - Download here
שבת בשבתו - דריקט דא
News Update - Download here
Gateshead Kehilla Advertiser - Download here
The NW London Localnews - Download here
Koopjes plus Antwerp - Download here
North Manchester Circular - Download here

!פאר בלויז £15 וועט אייער קלאספייד ערשיינען דא פאר א גאנצע וואך

 
                                 FOR SALE                               

KEDEM ESTATES: Blush Chablis / Cabernet Soft / Red Chablis / £101 BOX of 6 07814375591


Brand new still boxed Canon G7X Mark II with –for £1000 instead of £1200 .
Call 07576 332904


FOR SALE – ROSLYN ROAD, N15
3-Bedroom House – £560,000
Requires light refurbishment.
Excellent potential for side & loft extension 
Prime location in a vibrant Jewish community.
Ideal for first-time buyers, young families or investors.
📱 Serious enquiries: Text 07999 032561
ש''ס עוז והדר רעג פרייז £350 צים פארקויפן נאך אין באקס פאר £250
07989-233394

                                   TO LET                                  

Cheap 9-seater van rentals in Eretz Yisroel Airport collection available. Call/WhatsApp +972 547448847
2 Beds Garden Flat, C/Heating £2,500 // 2 Beds, AirCon, C/Heating, DSS Welcome £2,300 07492718972
2 New Offices to let on Grosvener Way. All bills included. 07737824208
Ground floor office to rent – two rooms, located on Filey Avenue.
For further details please call 07976 037 619.
 2 bed flat on Vartry road. no garden. Please email flatto...@gmail.com
To let: a flat of 3.5 big rooms for office use, in heart of Clapton Common area. 07887327123

          JOB WANTED - JOB OPPORTUNITY          
Job Opportunity: Are you a people person with an understanding of software, have a few hours a day, and want to earn well? We want to hear from you. Please email a CV to in...@arbyte.co.uk - Ref: RSP
האט איר לייסענס? א side job מיט גוטע פארדינסטן-עס לוינט זיך!!
דרייוו א חדר ווען אפי' נאר איינצעלנע שעות און פארדינט שיין. 07308-273-289

                                 LOOKING                                  
 
בית מדרש בשכונת סטמפורד היל מחפש מקום לתפילות בימות החול ובשבתות, המתאים ל־60–70 מתפללים.
מוכן לשלם טוב. רופט 07464490080
Looking to exchange a 7/8 seater car in London with 7/8 car in Israel for pessach  pls call 07700164250
Urgently looking for a 2 Bedroom flat. £1500 Finders Fee. Please call/text 07413118013
Looking to rent a nice size 4 bedroom house in Clapton Common area. Please text 07308154791
עס ווערט געזוכט אינגערלייט אדער ערוואקסענע בחורים צו פארקויפן א גוט גייענדיגע ראפעל צווישן פורים און פסח פאר גאר גוט באצאלט
רופט - טעקסט: 07884801180

                                     MISC                                    

פרייליכע נייעס!
פרישע רייכע Music streaming collections פאר אפיסעס \ געשעפטן
אלע סעזאנען - גרינג צו ניצן - געשמאק צו הערן
stream.oitzerhanigunim.org
Bookkeeper with experience available to work remotely, approx 8-10 hrs per week. References available upon request. Mrs L 07393082327
וַאֲנִי, קִרְבַת אֱלֹקִים לִי-טוֹב
ווילט איר זוכה זיין צי שטארקע אמונה אין ביטחון.
לערנט 'א שיעור א וואך' מיט די שיעורים אויף חובת הלבבות פון המג"ש הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א.
צו באקימע בחינם א USB מיט שיעורים (1-200), שיקט א טקסט מיט אייער אדרעס צו 07967740567.
וְהַבּוֹטֵחַ בַּה' חֶסֶד, יְסוֹבְבֶנּוּ
Children with ADHD struggle with emotional regulation amongst many other difficulties. Martial arts has been proven to improve their ability to self regulate and enhance focus. New group of self defence for boys starting next week. Small group. Heimishe instructor. Boys age 10-12. This group will take place during cheder hours. For more information and to book your son in please call/text Mrs Linshe 07956039537

                                השבת אבידה                               

Found a tallis bag with name שמואל דוד דיטס if you have any info email 401...@gmail.com

                             TO GIVE AWAY                             


שיקט אריין ביי אימעיל אייער השבת אבידה אדער To give away,
און מיר וועלן עס אי"ה מפרסם זיין דא פאר בחינם.
 
Receive our daily luach via WhatsApp
by joining the link below 
Luach Hayom via WhatsApp
דריקט דא צו זעהן אלע גליונות פון דער לוח היום
דריקט דא צו אריילייגן א שמחה אין דער לוח היום
דריקט דא צו צולייגן א מנין צום רשימה
Sent by: The Luach Hayom London
To subscribe: ne...@luachhayom.com
To advertise here with us: in...@luachhayom.com
020-3657-2230           |           www.luachhayom.com
ג ויקהל 100326 2_compressed.pdf
Reply all
Reply to author
Forward
0 new messages