טעגליכע לוח היום לונדון - מאנטאג י' אייר תשפ"ו

14 views
Skip to first unread message

Luach Hayom

unread,
Apr 26, 2026, 11:26:02 PM (2 days ago) Apr 26
to לוח היום אימעיל, לוח היום אימעיל 2

שיסעריי ביי וואשינגטאן פרעסע פארזאמלונג געצילט קעגן טראמפ

וואשינגטאן – אמעריקע איז ווידעראמאל שאקירט געווארן מיט א פרישע שיסעריי געצילט קעגן פרעזידענט טראמפ, ווען א באוואפנטער פארשוין האט געעפנט פייער ביי א פארזאמלונג אין וואשינגטאן די-סי. עס האט פאסירט מוצאי שבת, ווען עס איז פארגעקומען די יערליכע "ווייסע הויז קארעספאנדענטס דינער" פארזאמלונג אינעם הילטאן האטעל אין וואשינגטאן, מיט דער באטייליגונג פונעם פרעזידענט, וויצע פרעזידענט און פילע קאבינעט מיטגלידער.

לויט ווי די סיקרעט סערוויס און וואשינגטאן פאליציי באאמטע האבן שפעטער געשילדערט, האט א שיסער געשטורעמט א זיכערהייט טשעקפוינט אינעם קארידאר פונעם האטעל, נישט ווייט פונעם באלרום וואו טראמפ און אלע פארזאמלטע זענען געווען. סיקרעט סערוויס אגענטן זענען נאכגעלאפן דעם שיסער און האבן אים פרובירט אומשעדליך צו מאכן. אין א שיסעריי אויסטויש איז איין סיקרעט סערוויס אגענט לייכט פארוואונדעט געווארן און דער שיסער איז גענומען געווארן אונטער ארעסט דערנאך. בשעת דאס האט זיך אפגעשפילט, זענען סיקרעט סערוויס אגענטן ארויפגעשפרונגען אויף דער פלאטפארמע און האבן אין איילעניש עוואקואירט פרעזידענט טראמפ, וויצע פרעזידענט ווענס און די אנדערע, און געהייסן יעדן זיך אראפבייגן.

נאך א קורצע וויילע האט זיך ארויסגעשטעלט אז די סיטואציע איז פארזיכערט און עס זענען נישטא קיין שום אנדערע באוואפנטע פארשוינען. מען האט אבער אפגעשטעלט די פארזאמלונג אינדערמיט און יעדן עוואקואירט און אהיימגעשיקט. טראמפ האט מינוטן שפעטער געשריבן אויף סאציאלע מידיא אז ער, זיין פרוי, וויצע פרעזידענט ווענס און אלע אנדערע זענען אין א גוטן צושטאנד. ער האט געזאגט אז די פארזאמלונג וועט פריש פארקומען א מאנאט ארום. דער פרעזידענט איז ערשינען אינעם ווייסן הויז פרעסע צימער א וויילע שפעטער און האט גערעדט פאר פארזאמלטע רעפארטערס. ער האט געזאגט אז ער ווערט געצילט ווייל ער ארבעט צו מאכן אן אימפאקט און צו מאכן דאס לאנד פיל בעסער.

די סיקרעט סערוויס און פעדעראלע פראקורארן האבן אידענטיפיצירט דעם שיסער אלס דער 31 יעריגער קאול אלען פון טארענס, קאליפארניע, א טיטשער און לויט באריכטן האט ער בייגעשטייערט פאר'ן קאמפיין פון פרוי העריס אין יאר 24'.
 


אמעריקע וויל סוספּענדירן שפּאניע פון נאטא

אייראפּע – אן אינערליכע אימעיל פונעם אמעריקאנער פארטיידיקונגס דעפּארטמענט האט דיסקוסירט וועגן וויאזוי צו באשטראפן נאטא אליאירטע לענדער וועלכע האבן נישט פולקאם געשטיצט די אמעריקאנער אפּעראציעס ביי דער מלחמה מיט איראן. צווישן די פּלענער וואס ווערט באטראכט איז צו סוספּענדירן שפּאניע פון וויכטיגע נאטא ראלעס, און אז אמעריקע זאל אנערקענען זעלבסטשטענדיגקייט פון די פאלקלאנד אינזלען, צו טשעפּען ענגלאנד.


דייטשלאנד וויל פארגרינגערן איראן סאנקציעס

בערלין – דער דייטשער קאנצלער פרידריך מערץ האט געזאגט אז די אייראפּעאישע יוניאן דארף באטראכטן א פּלאן וואס וועט צוביסלעך פארגרינגערן די סאנקציעס קעגן איראן, אויב עס ווערט געשלאסן א ברייטע שלום אפּמאך צו ברענגען אן ענדע צו דער איראן מלחמה, און אז דער דיעל וועט דעקן נוקלעארע און מיסיל אישוס און צוריקעפענען דעם "הארמוז וואסער וועג". אבער דער אייראפּעאישער קאמיסיע פּרעזידענט וואן דער לעיען האט אויסגעדרוקט מער פארזיכטיגקייט איבער אזא פּלאן.
 


40 יאר פון טשערנאביל נוקלעארע דיזעסטער

אוקראינע – אין אוקראינע און אין גאנץ אייראפּע ווערט היינט זונטאג אפּגעצייכנט פערציג יאר פון דער טשערנאביל נוקלעארע דיזעסטער, ווען א רוסישע געפירטע נוקלעארע רעאקטאר אין דער אוקראינישער שטאט טשערנאביל האט אויפגעריסן, און שעדליכע ראדיאציע האט ארויסגעליעקט, מאכנדיג דאס גאנצע ארום אומוואוינבאר פאר לאנגע יארן ביז היינט. טראץ די לעקציעס פון טשערנאביל, זענען היינט צוטאגס דא מער און מער לענדער וואס ברייטערן אויס נוקלעארע פּלענטס פאר ענערגיע געברויך.
 


צוויי שוהלן אין טשעכיי וועלן ווערן פארקויפט

אייראפע – צוויי געוועזענע שוהלן אין דער טשעכישער רעפובליק וואס זענען ליידער אמאל גענוצט געווארן פאר קירכעס, וועלן מעגליך ארויסגעשטעלט ווערן צום פארקויפן. די ערשטע איז א שוהל וואס מען האט געבויט אין יאר 938' הארט בעפאר דער האלאקאוסט אין קאמעניצע נאד ליפאו, וואס שטייט אויף א טשעכישע ריעל עסטעיט ליסטע פאר 110,000 דאלער אלס א היים, און די אנדערע איז א געוועזענע שוהל אין שטאט טרעסט (טרייזש), געבויט מיט 400 יאר צוריק.
 


בד"ה - טראגעדיע: 11 יעריגער מיידל
פון בני ברק נפטר געווארן נאכן ווערן קריטיש פארוואונדעט פארלאפענע ער"פ פון איראן מיסיל


בני ברק - מיט שווערע הערצער מעלדן מיר די ביטערע נייעס איבער די פטירה פון הילדה נסיה כראדי הי"ד, א קליין מיידל אין בליענדע עלטער פון 11 יאר אלט, וועלכע איז ליידער פרייטאג נפטר געווארן אין די ׳שיבא׳ שפיטאל אין רמת גן. 

פארלאפענע ערב פסח אינדערצייט וואס זי איז געשלאפן צו זיין אויסגערוט פאר דער סדר נאכט, איז א טייל פון א איראנער קלאסטער מיסיל געפאלן אויף זייער היים, אין רעזולטאט איז זי קריטיש פארוואונדעט געווארן. די לעצטע דריי וואכן איז זי געווען אין שפיטאל זייענדיג אין א קריטישע צושטאנד ווען כלל ישראל האט מתפלל געווען לרפואתה, דעם ערב שבת הארט בעפאר דער זמן כניסת השבת האט זי ליידער אויסגעהויכט איר נשמה פון די ביטערע וואונדן. יה"ר שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולנו ושנשמע ונשבשר בשורות טובות.
 

דריקט דא צו צולייגן א מנין
דריקט דא צו זעהן לייוו די לוח הזמנים והמנינים בביהמ"ד ביאלא

מ'קען אפשר לאנדן דא?...
 
קאליפארניע – א הייסע לופט באלון וועלכע האט געטראגן דרייצן מענטשן אויף זיך האט געמאכט אן עמורדזשענסי לאנדונג אין א קליינע הויף אין טעמעקולא, קאליפארניע. דאס האט פאסירט ווען דער באלון האט זיך געטראפן מיט ווייניג ברענשטאף און פראבלעמען מיט די ווינט, און דאס האט געצוואונגען דעם פילאט צו מאכן א שנעלע לאנדונג. די איינוואוינער אינעם הויז זענען געווען שאקירט ווען א שכן האט אנגעקלאפט ביי זיי אין טיר צו דערציילן אז א גרויסע לופט באלון האט געלאנדעט אויף זייער גראז. קיינער איז נישט געשעדיגט געווארן און די פראפערטי האט נישט געליטן קיין שום שאדנס.
 
לכל הטעימות משיעורי הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א

האט איר בילדער פון מעמדים וואס זענען פארגעקומען ביי אונז אין ענגלאנד?
  שיקט אונז אריין און מיר וועלן עס מפרסם זיין דא פאר בחינם  

off...@luachhayom.com
 
T&C Apply 
Midweek - Download here
The weekly view - Download here
The simchah view - Download here
Linkit - Download here
Linkit 2 - Download here
שבת בשבתו - דריקט דא
News Update - Download here
Gateshead Kehilla Advertiser - Download here
The NW London Local news - Download here
Koopjes plus Antwerp - Download here
North Manchester Circular - Download here

!פאר בלויז £15 וועט אייער קלאספייד ערשיינען דא פאר א גאנצע וואך
 
                                 FOR SALE                               

“For Sale: 2016 Skoda Superb SEL Executive, 2.0L Diesel, 93,000 miles, ULEZ compliant, £35 annual road tax, MOT valid until April 2027. Price: £8,650. call/text: 07954 811066.”


עס ווערט געזוכט צו קויפן א charity ביטע רופט 07361627142 אויב נישט קיין ענטפער ביטע לאזט א מעסעדש.

Looking to buy or remortgage a property in Israel?
We specialize in negotiating up to 80% mortgage, also for international citizens.
Contact us on 07828189627

                                   TO LET                                  

Brand new office space to let: Desks to let in a fully serviced female office. Tottenham area. £65-£85 per week. Contact 07503129217

2 Bedroom flat to rent in Lewis Graden, Ground Floor £2400 Pcm
email flatto...@gmail.com

Wearhouse space available, out the area, 1,500 square feet. Please call 07817239440
געזוכט צו דינגען א אופיס בעסטר אין טוטנהיים געגענט רופט / טעקסט 07467-393-890

Looking to rent a garage to park a car in Stratford hill 
tsv...@gmail.com

          JOB WANTED - JOB OPPORTUNITY          
A  Heimishe Talmud Torah is seeking English Teachers. Competitive salary offered.
office...@gmail.com
Looking for a worker afternoon hours to start immediately 
Please email Jobof...@gmail.com 
Or text to 07359586107 
We’re looking for a few reliable Yingerlatt to help with an upcoming very important Kehilla campaign.
Flexible hours and Paid role.
If you’re interested, please text 07566240758
א יונגרמאן איז גרייט צו לערנען מיט אייערע בחור בין הסדרים רופט 07387-102-994 / 020-8800-0193 ( לעזט א הודעה)
אברך מוכן ללומד עם הבחור שלך בארץ ישראל רופט 07413169803
מטעמים 
זאפטיגע אויסצוגן פון מגידים און ליניעס
צו באקומען א פריוויו פון די וועכנטליכע אויסגאבע שיקט א פארלאנג צו
matam...@gmail.com


                                 LOOKING                                  

Looking for an urgent appointment with Alexander Kobrin 
If you have an appointment call now 07368364349
Urgently looking for a 2 bedroom flat, £400 finder’s fee. Call 07934819529.

                                     MISC                                    

פרייליכע נייעס!
פרישע רייכע Music streaming collections פאר אפיסעס \ געשעפטן
אלע סעזאנען - גרינג צו ניצן - געשמאק צו הערן
stream.oitzerhanigunim.org
וַאֲנִי, קִרְבַת אֱלֹקִים לִי-טוֹב
ווילט איר זוכה זיין צי שטארקע אמונה אין ביטחון.
לערנט 'א שיעור א וואך' מיט די שיעורים אויף חובת הלבבות פון המג"ש הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א.
צו באקימע בחינם א USB מיט שיעורים (1-200), שיקט א טקסט מיט אייער אדרעס צו 07967740567.
וְהַבּוֹטֵחַ בַּה' חֶסֶד, יְסוֹבְבֶנּוּ
Have your say on parking in permit-only bays 
From 2 March 2026, Blue Badge holders can park in on-street 'permit holders only' bays in Hackney as part of a new trial. This does not include resident or business bays.
The trial will run for at least 6 months and can last up to 18 months.
This change is being introduced as an Experimental Traffic Order (TT1888). This means it’s temporary, so we can see how the new parking arrangement works and hear your feedback.
After the first 6 months, we’ll review the trial and decide whether to continue it, make changes or end it.
We want to hear your views during the trial.
Email parking...@hackney.gov.uk with your comments.


                                השבת אבידה                               

השבת אבידה: איך האב פארקויפט אן איבעריגע טיקעט ביים אריינגאנג צום לאמיר זינגען אווענט, פאר א בחור מיט א ליטווישן לבוש פאר דער פרייז פון £30.00 דער בחור האט מיר דערלאנגט £40.00 און איז פארשווינדען געווארען איידער איך האב אים געגעבן טשעינדש. 
איך טוה מיין השתדלות אים צו טרעפן דאס אים קענען אפגעיבן.
א דאנק און תזכו למצוות, 07449706982

                             TO GIVE AWAY                             


שיקט אריין ביי אימעיל אייער השבת אבידה אדער To give away,
און מיר וועלן עס אי"ה מפרסם זיין דא פאר בחינם.
 
Receive our daily luach via WhatsApp
by joining the link below 
Luach Hayom via WhatsApp
דריקט דא צו זעהן אלע גליונות פון דער לוח היום
דריקט דא צו אריילייגן א שמחה אין דער לוח היום
Sent by: The Luach Hayom London
To subscribe: ne...@luachhayom.com
To advertise here with us: in...@luachhayom.com
020-3657-2230           |           www.luachhayom.com

ב אמור 270426_compressed.pdf
Reply all
Reply to author
Forward
0 new messages