טעגליכע לוח היום לונדון זונטאג פר' ויקרא ר"ח ניסן תשפ"ה לפ"ק

42 views
Skip to first unread message

Luach Hayom

unread,
Mar 29, 2025, 6:23:18 PM3/29/25
to לוח היום אימעיל


--

פאליציי אין ענגלאנד וועלן באקומען מער מאכט
צו אפהאלטן אנטיסעמיטישע פראטעסטירער
לאנדאן - ביי א רעדע מיטוואך נאכט דורכאויס א דינער פאר די אידישע ׳קאמיוניטי סעקיוריטי טראסט׳ פאר הונדערטער פארזאמלטע האט די בריטישע היים סעקרעטאר פרוי קופפער געמאלדן נייע געזעצן וואס וועלן געבן מער מאכט פאר די פאליציי צו אפשטעלן און באשטראפן אנטיסעמיטשע פראטעסטירער, די געזעצן וועלן ווערן אריינגעשטעלט אין די קריים און פאליציי ביל וואס וועט פארגעלייגט ווערן אין פארלאמענט. די נייע געזעצן קומען דערנאך וואס פרא פאלעסטינער גרופעס אין לאנדאן האבן זינט אקטאבאר זיבן דורכגעפירט מאסן פראטעסטן אויף די גאסן און גאר אסאך מאל דאס געטוהן פארנט פון שוהלן און אידישע צענטערן מיטן ציל צו מאכן די אידן פילן אומבאקוועם, מיט די נייע געזעצן וועט די פאליציי אויך באקומען די מאכט צו אויסשטעלן די צייטן און רוטס וואו פראטעסטן וועלן קענען דורכגיין צו אפהאלטן די סארט אויפפירונג פון זיך איבערשפילן אין די צוקונפט. 

די אנוועזנדע האבן איר באדאנקט פארן פארשטעלן די געזעצן און שטיין צו זייט מיטן באשיצן די אידישע געמיינדע, און אויך זיך באדאנקט פאר איר פריערדיגע מעלדונג אז די נייע האלאקאוסט מאזעאום וואס וועט געבויט נעבן די פארלאמענט וועט דעזיגנירט ווערן אלס פארזיכערטע פלאץ אונטערן געזעץ וואס וועט פארמיידן פון פראטעסטירער צו קענען דארט פראטעסטירן.

­
­   
מדינת ישראל גרייט צו פרישע פאזע אין עזה

 
וואשינגטאן - דער איזראעלישער זיכערהייטס מיניסטער ישראל כץ האט באשטעטיגט נייע פלענער אין עזה, און געווארנט אז אויב די משכונות ווערן נישט באפרייט וועט עזה אויסשטיין נייע קאנסעקווענצן, מער אנעקסירטע טעריטאריע מער מיטגלידער עלימינירט און גענצליכע פארניכטונג פון אירע אינפעסטראקטור..

אוקראינע מינעראלן דיעל אויסגעברייטערט
קיעוו – די טראמפּ אדמיניסטראציע האט פארמערט אירע פאדערונגען פון אוקראינע אין דעם נייעסטן פארשלאג פונעם מינעראלן אפּמאך, זוכנדיג צו באקומען קאנטראל אויף אוקראינע'ס אלע קריטישע ענערגיע און מינעראלן קוועלער. דער נייער איבערגעמאכטער פארשלאג איז איבערגעגעבן געווארן פאר די אוקראינער זונטאג און עס גייט פיל טיפער ווי דער אפּמאך וואס טראמפּ און זעלענסקי האבן געזאלט אונטערשרייבן אין ווייסן הויז 4 וואכן צוריק. מען ווארט אויף אוקראינע'ס רעאקציע.

ארגענטינער פרעזידענט מילעי דיקלאסיפיצירט דאקומענטן איבער נאצי קרימינאלן
וואס האבן זיך באהאלטן אין לאנד
קיעלץ – א פּוילישע קאמפּאני האט לעצטנס אנגעהויבן קאנסטרוקציע ארבעט ביים ארט פון א געוועזענע בית החיים אין נאווא סלופּיא אינעם קיעלץ געגנט אין פּוילן, ארבעטנדיג שטיל אנדעם וואס עמיצער זאל וויסן דערפון, טראץ וואס דאס פּלאץ איז אין דער פארגאנגענהייט געווארן אנערקענט אלס א באשיצט ארט. די לאקאלע מוניציפּאליטעט האט אין געריכט אפּיעלט די אנערקענונג און דאס געריכט האט ווירקליך געאורטיילט אז דאס פּלאץ איז נישט געווען קיין אידישע בית החיים – טראץ באווייזן אז יא.
 

איטאליע מעלדט סעריע
שוהל רענאוואציעס

רוים – די "פאונדעישאן פאר איטאליענער אידישע קולטורעלע העריטעדזש" האט געמאלדן פּלענער פאר רענאוואציע און רעסטאוורירונג ארבעט ביי שוהלן אין דריי שטעט אין איטאליע'ס מארשעי ראיאן. די רענאוואציעס וועלן ארייננעמען די שטאט אנקאנא, וואו עס זענען דא ערנסטע פּראבלעמען מיט אן אלטע געביידע וואס אנטהאלט צוויי שוהלן. אויך וועט מען רענאווירן א 400 יעריגע שוהל אין דער שטאט סעניגאליא, און אן אלטע שוהל אין דער שטאט אורבינא.

פחד פון א פאפירענער סטאטוע...
 

מינעסאטע – פאליציי אפיצירן האבן די וואך רעאגירט צו עטליכע טעלעפאן קאללס פון דערשראקענע איינוואוינער, וועלכע האבן איבערגעגעבן איבער א פארשוין וועלכער שטייט אן קיין מאנטל אין די ביטערע פרעסטן, און האלדזט ארום א קישן, מיט א ברייטן שמייכל אויסגעצויגן אויפ'ן פנים. די רופער האבן געזאגט אז זיי האבן מורא, צי איז יענער א גייסטיש קראנקער, וועלכער קען זיין שעדליך, און דעריבער זענען זיי אלע אנטלאפן פונעם ארט. ווען די פאליציי זענען אנגעקומען אונטערצוזוכן די סצענע, און זיי זענען געקומען נאענט צום פארשוין, האבן זיי געזען אז ס'איז נישט מער ווי א פאפירענע סטאטוע, אלס א רעקלאמע פאר דער פאפולערער "מיי פּילאו" קישן פירמע... 


האט איר בילדער פון מעמדים וואס זענען פארגעקומען ביי אונז אין ענגלאנד?
  שיקט אונז אריין און מיר וועלן עס מפרסם זיין דא פאר בחינם  

off...@luachhayom.com
 
T&C Apply 

!פאר בלויז £10 וועט אייער קלאספייד ערשיינען דא פאר א גאנצע וואך

 
                                 FOR SALE                               
 
מצות פרייזן - רש"מ £27 - רחיים של יד £33 - ספעלט מצות £33 רא"ש מצות £34
רופט אריין צו באשטעלן 020-8129-6462
בדיקת מזוזות בו ביום" ע"י מגיהה עם הרבה נסיון,
אויך קענען מיר קומען אראפנעמען און צוריקלייגן די מזוזות,
יצחק גראהמאן - כתב קבלה בתוקף מהרה"ג ר' אריה ווייס שליט"א  07432662294
"For sale: Two flight tickets from London (LTN) to Israel (TLV) on April 10th (חמישי ערב בדיקות חמץ) and returning from TLV to LTN on April 22nd (יום אחרי אסרו חג).
Price: £450 per person (ONO), including 2 suitcases of 32kg each way.
Please contact me via text at 07553571788.
5 טיקעטס קיין אר"י אויף פסח צוריק אסרו חג WIZZ £500pp no luggage 07506860978

For sale Ford Focus car , 5 seats, 95,000 miles, £1,700. Call now: 07943 522914.
Looking to rent a 20 sq ft storage space for £250/month, ground floor, ideally in Stamford Hill. Call 07793 511225.

                                   TO LET                                  

To rent over 2 weeks of pesach 8 seater totya estima ( + waze) for £999 o.n.o call /text 07825-874-837
A one bedroom available for long term from the 23th call / text 07553809003
3 נייע אפיס'עס צו פארדינגען אין fairholt געגנט, רופט 07435-440-123

2 bedroom flat to rent over pesach in Tottenham area within Eiruv. Available 9-22 April
Please call/text 07435959456
צו פארדינגען אויף פסח א גרויסע  3 צימערדיגע דירה אין  Cazenove Rd, 07592364924 געגענט

חבורה מצות - מען קען אפדינגען די בעקעריי פאר בלויז £265 א  שעה
רופט אריין צו באשטעלן 020-8129-6462
Newly renovated, short-term apartments in Antwerp available for simchos / holiday stays.
0032-485325661
To Let:
Office / Commercial Space
Norman Rd, N15 (Next to Screwfix Tottenham)
 1000sq. ft. up to 5,000 sq. ft. of flexible space, ideal for a range of commercial uses.
10 minutes' walk to Stamford Hill 
Parking: On-site car park available.
For more information or to arrange a viewing,
Plasse call 07866462742
VIP Car to rent over Pesach 7 seater Skoda qodiaq 24 reg insurance inc 07364-108-186
א נייע דירה אין אנטווערפן פאר געסט שמחות שבת יו״ט 32472283335+

          JOB WANTED - JOB OPPORTUNITY          
 
Local establishment is looking to hire a project manager, flexible hours. Fast, efficient, proactive, problem-solver, team player, and gets things done. Experience and good energy a must. If interested please email your details/cv to newjo...@gmail.com
א טויגלעך יונגרמאן איז גרייט צו שלאפן מיט א עלטרע יוד פאר באצאלט רופט/טעקסט 07989412111
יוננגרמאן עם ניסיון יכול ללומד בחור במשך בין הזמנים התקשר 07964005392
ס'ווערט געזוכט א טויגליכע אינגערמאן צו פארקויפן ראפעל טיקעטס פון היינט ביז פסח: 07857020156

                                 LOOKING                                  
 
 געזינט זוכט וואלונטירן"  אויפפילן אונדזער שבת צימערן און שפיטאל 03336139625

א היימישע מוסד זיכט א פאנדרעיזער, א גוטע פרנסה פאר די ריכטיגע קאנדידאט. ביטע טעקסט 07833433507

עס ווערט געזוכט  צו דינגען א פלאץ פאר א ביהמ"ד פאר שבתים/יומי דחול רופט 07467-390-651
לעני מרוד שאין לו מקום ללון דרוש פינה להחזקת חפציו או תרומה 400 פאונד לרכישת מחסן קטן 07387101111
געזוכט צו דינגען א גרויסע דירה אויף פסח  רופט 07873-529-072

                                     MISC                                    

מיר נעמאן צאם אלע סארט'ן חובות פון פריוואטע, מוסדות אדער ביזנעס חובות רופט 
85% access rate 07818107406
We set up your S&P 500 Chasuna plan for only £150 a child or £300 for your entire family - 020 3488 8052

                                השבת אבידה                               


                             TO GIVE AWAY                             

Free CDs! Stories of Tzaddikim, Torah from Rebbe Yankele of Pshevorsk zt”l & more. Call 07505505972.


שיקט אריין ביי אימעיל אייער השבת אבידה אדער To give away,
און מיר וועלן עס אי"ה מפרסם זיין דא פאר בחינם.
 
Receive our daily luach via WhatsApp
by joining the link below 
Sent by: The Luach Hayom London
To subscribe: ne...@luachhayom.com
To advertise here with us: in...@luachhayom.com
020-3657-2230           |           www.luachhayom.com
א ויקרא 300325_compressed.pdf
Reply all
Reply to author
Forward
0 new messages