טעגליכע לוח היום זונטאג פר' שלח תשפ"ה לפ"ק + מאגזיניס !!!

22 views
Skip to first unread message

Luach Hayom

unread,
Jun 14, 2025, 6:33:56 PM6/14/25
to לוח היום אימעיל

ענגלאנד-אויסטראליע זארג וועגן "אוקוס"
לאנדאן – רעגירונג אויטאריטעטן אין ענגלאנד און אין אויסטראליע זענען באזארגט איבער דעם וואס דער אמעריקאנער פּענטאגאן האט אונטערגענומען אן איבערזיכט אויף א ספּעציעלע פארטיידיקונגס אפּמאך מיט די צוויי לענדער. דער אפּמאך צילט צוצושטעלן פאר אויסטראליע נוקלעארע-געטריבענע סובמארינען צו קעגנקומען כינעזער אגרעסיע אינעם אינדא-פּאסיפיק ראיאן, און די לענדער זענען באזארגט אז דער פּענטאגאן איבערזיכט וועט פירן צו אן ענדע צום אפּמאך באקאנט אלס "אוקוס".
ישראל אין א פרישע קאמף־פאזע קעגן איראן:
א נאכט פון אויפטוען און אויפרייס

מבצע עם כלביא
 
מדינת ישראל-  פרייטאג ארום צוויי אזייגער פארטאגס א"י זייגער איז די ערשטע אנדייטונג  געקומען אז אן אטאקע איז אויפן וועג ווען דער אמעריקאנער אמבאסאדאר האקעבי האט געטוויט אז א פולע נאכט קומט און ער בלייבט אין אמבאסאדע א גאנצע נאכט און ער האט צוגענדיגט דאוונט פאר די פרידן פון ירושלים,

פון דארט און ווייטער האט די נייעס אנגעפאנגען זיך צו קייקלען ווי א אוואלאנטש, ווען מדינת ישראל האט דורכגעפירט פינף כוואליעס פון געצילטע באמבאדירונגען מיט 200 פליגער ווי זיי האבן באמבאדירט 350 צילן אין פילע שטעט ארום איראן מיליטערישע צענטערן ביז נוקלעארע פלענט'ס,

 ווי אויך האבן טייל באמבעס געצילט הויכראנגיגע איראנע באאמטע און מדינת ישראל האט אומגעברענט פיר הויכראנגיגע איראנע מיליטערישע באאמטע, אריינגערעכנט דער רעוואלונציאנערע גווארדיע פירער חוסיין סאלאמי און דער גענעראל מוחמאד באגרי, ווי אויך זענען זעקס נוקלעארע סייענטיסטן אומגעברעגנט געווארן,

אמעריקע האט אפציעל געמאלדן אז זיי זענען נישט מיליטעריש פארמישט אין די אטאקע, אבער טראָץ וואָס אַמעריקע האָט געזאָגט אַז זיי האָבן נישט געשפּילט קיין שום ראָלע אין די מדינת ישראל באָמבאַרדירונגען אויף איראַן, זאָגן באַאַמטע אַז די אַטאַקעס זענען געווען מיט אַמעריקע'ס באַשטעטיגונג. די באַאַמטע האָבן אָנגעצייגט אַז אום אַפּריל 4 האָט פּרעזידענט טראָמפּ געוואָרנט אַז ער געבט פאַר איראַן זעכציג טעג צו דערגרייכן א נוקלעאַרע אָפּמאַך, און היינט איז 61 טעג זייט טראָמפּ'ס וואָרענונג.

איראן וועלכע איז געכאפט געווארן אין די אטאקע אין טאטאלע סורפרייז סטראשעט מיט נקמה און טאקע איראן ארויסגעשאסן העכער הונדערט דראונס אין ריכטונג פון מדינת ישראל, וועלכע ארבעט זיי באצייטנס אראפצושיסן‎

אמעריקע און ענגלאנד האבן געמאלדן אז זיי ארבייטן מיט מדינת ישראל אראפצושיסן די דראונס ארויסגעשאסן דורך איראן


די שולעס איבער גאנץ אר"י זענען אפגעשלאסן היינט פרייטאג צוליב די אנגעצויגענע מצב, און ביי אסאך שוהלן זענען ארויסגעלייגט געווארן מודעות אז די גרעסערע מנינים וועלן נישט פארקומען און מען זאל דאווענען אין די לאקאלע שוהלן, אין ליכט פון די אנגעצויגענע צושטאנד אין ארה"ק. עטליכע פליגער פול מיט אידן אויפן וועג קיין אר"י האבן זיך געדארפט צוריקדרייען, אדער לאנדן אין אנדערע מדינות ווי די פאסאדזשירן וועלן זיך אויפהאלטן אויף שבת.

הונדערטער פאטאליטעטן
נאך קראך פון "עיר-אינדיע" פליגער
אינדיע – כמעט 300 מענטשן זענען אומגעקומען נאכדעם וואס א פליגער פון "עיר אינדיע" האט אראפּגעקראכט און עקספּלאדירט קורצליך נאך וואס עס האט זיך געהויבן פון א לאקאלע לופטפעלד אין דער שטאט אכמעדאבאד.

דער פליגער איז געווען אויפ'ן וועג קיין לאנדאן מיט 242 מענטשן דערויף, אריינגערעכנט 169 פּאסאזשירן אינדיער בירגער, 53 בריטישע בירגער, 7 פּארטוגעזישע בירגער און איין קאנאדישער בירגער, אויסער די פּילאטן און פלי מאנשאפט.

ווייניגער ווי א מינוט נאכ'ן זיך הייבן האט דער פליגער אראפּגעקראכט אויף א געביידע אינדרויסן פונעם לופטפעלד קאמפּלעקס. 269 פאטאליטעטן זענען שוין באשטעטיגט, אריינגערעכנט מענטשן וואס האבן זיך געפונען אין דער געביידע.

עס איז באוואונדערט געווארן אז אן איינציגער פּאסאזשיר האט איבערגעלעבט דעם קראך, און איז אין א גוטן צושטאנד ממש אן קיין שום קריץ. לויט באריכטן איז דער פּאסאזשיר ארויסגעשפּרונגען פון אן עמורדזשענסי עקזיט גלייך נאכ'ן קראך.

דער פאטאלער פליגער קראך איז איינס פון די ערגסטע אין די לעצטערע יארן, און די סאמע טויטליכסטע פון די לעצטע צען יאר. עס איז אויך דאס ערשטע מאל וואס א "באואינג 787 דרימליינער" פליגער איז פארמישט אין א קראך.

באלסאנארא לייקנט פּוטש קלאגע
 
בראזיל – דער געוועזענער בראזיליאנער פּרעזידענט זשאאיר באלסאנארא האט געלייקנט אז ער האט אנגעפירט א פּרואוו איינצואווארפן די רעגירונג נאכ'ן פארלירן די יאר 22' עלעקשאן. באלסאנארא האט אויפגעטרעטן ביי זיין פּראצעס נעכטן אין בראזיל'ס סופּרים קאורט, און ער האט מודה געווען אז ער האט אנטיילגענומען אין זיצונגען וואו ער און זיינע שטיצער האבן דיסקוסירט פארשידענע וועגן וויאזוי מען קען איבערדרייען די וואל רעזולטאטן.
 

איינס פון תימנ'ס לעצטע אידן פארלאזן
צאנא – די פרוי פון יחיא בן יוסף, איינער פון די סאמע לעצטע פארבליבענע אידן אין תימן וועלכער איז אוועק פון דער וועלט מיט א יאר צוריק, האט פארלאזט דאס לאנד. א תימנ'ער זשורנאליסט באריכטעט אז פרוי באדרא האט באשלאסן צו פארלאזן תימן, און דער זשורנאליסט זאגט אז די אידישע פּארפאלק האבן געהאט נאכאנאנד אנטזאגט שאנסן צו אנטלויפן פון תימן, נאר יעצט אז זי איז אן אלמנה און איר געזונט צושטאנד פארערגערט זיך, האט זי באשלאסן ארויסצוגיין.

העסליכע אוקלאנד רעסטוראנט געקלאגט
 
קאליפארניע – די פעדעראלע רעגירונג האט אריינגעגעבן א זעלטענע סיוויל רייטס קלאגע קעגן א רעסטוראנט אין אוקלאנד, קאליפארניע איבער דעם וואס זיי טוען סיסטעמאטיש דיסקרימינירן קעגן אידישע קאסטומערס. די קלאגע באשולדיגט דעם אייגענטומער פונעם רעסטוראנט אין זיך אנטזאגן צו סערווירן אידישע קאסטומערס. אויך האט דער רעסטוראנט ארויסגעשטעלט פארשידענע העסליכע נעמען פאר עסנווארג אויף זייער מעניו.
 
הערש באזוכט א פארעדיגע באס
 

ווירדזשיניע - א סקול באס איז זיך געפארן רואיג מיט קינדער אין ווירדזשיניע , ווען פלוצלינג איז א הערש  אריין געשפרינגען דורך דעם פאדערשטן פענסטער, פאלנדיג הארט נעבן א סטודענט וועלכער האט געהאלטן אינמיטן שלאפן אויף דער ערשטער זיץ.

דער באס־דרייווער האט גלייך צוגעצויגן צום זייט און אויפגעעפנט די טיר, און דער הערש איז ארויסגעשפרינגען, און פארשוואונדן געווארן אינעם נאנטן וואַלד.


האט איר בילדער פון מעמדים וואס זענען פארגעקומען ביי אונז אין ענגלאנד?
  שיקט אונז אריין און מיר וועלן עס מפרסם זיין דא פאר בחינם  

off...@luachhayom.com
 
T&C Apply 

!פאר בלויז £10 וועט אייער קלאספייד ערשיינען דא פאר א גאנצע וואך

 
                                 FOR SALE                               
 
For Sale: Toyota Previa, 7 seats, 132k miles, excellent condition inside and out. £3,000 ONO. Call 07981 749 433
MadeSafer Hotplates, Hot Water Urns, Slow Cookers, Shabbos Lamps on sale in local shops. Call 02088029243 or 07989628478

מיר קויפן צעבראכנע Canon דיגיטל קאמעראס, צאלן גוט קעש
רופט/טעקסט 07365657329 yh76...@gmail.com
                                    TO LET                                  

א נייע דירה אין אנטווערפן פאר געסט שמחות שבת יו״ט 32472283335+

Are you Seeking HOUSES locally or further afield, as home owner, as investments or for dealing with etc. Spring onto our receiving list free of charge: regist...@property-detects.co.uk
Desk available in a comfortable office in Heathland area, Fully serviced, Air conditioned, Easy parking 07984673724

          JOB WANTED - JOB OPPORTUNITY          
 
Job vacancy: organization looking for a male secretary full/part time.
Yiddish Hebrew and English required
Good computer knowledge
Good speaking manners
hcc.jo...@gmail.com
א היימישע מוסד זיכט א פאנדרעיזער, א גוטע פרנסה פאר די ריכטיגע קאנדידאט. ביטע טעקסט 07833433507
Job Vacancy - Watch company looking for a worker to repair small issues, process returns & help out customers.
Must be handy, detail oriented & have basic computer knowledge. Training provided.
Part time with full time potential.
Please call/text 07300991219 If no answer leave a message.
א תלמוד תורה זוכט א יונגערמאן מיט עקספיריענס אין עברי צו צולערנען מיט קינדער פאר שיין באצאלט! ביטע רופט 07708906985
Looking to change 2 followup appointments with Dr Alexander from 30 July for earlier
call 07471352354

                                 LOOKING                                  
 געזינט זוכט וואלונטירן"  אויפפילן אונדזער שבת צימערן און שפיטאל 03336139625

געזוכט צו דינגען א אפיס ביטע רופט 07942677286

                                     MISC                                    

מיר נעמאן צאם אלע סארט'ן חובות פון פריוואטע, מוסדות אדער ביזנעס חובות רופט 
85% access rate 07818107406
We set up your S&P 500 Chasuna plan for only £150 a child or £300 for your entire family - 020 3488 8052
Unique Opportunity for Boys Ages 9–13 🌟
For boys with ADHD/ADD who find it hard to thrive in a cheder setting.

Now forming a small, guided group (up to 3 boys) in a Heimishe atmosphere, led by a qualified, experienced therapist.
✔️ Fun, structured activities
✔️ Build skills through guided play
✔️ Strengthen confidence and social connection
✔️ Support your son’s growth into an ehrlicher Yid—with warmth, joy, and care
📞 For more info, call or text: 07708-904227
References available upon request

                                השבת אבידה                               

Found a BA AMEX card at Filey Corner, Osbaldeston. The name on the card is Z. Kohn. Call 07563061673

                             TO GIVE AWAY                             

Cupboards to give away
White small cupboards suitable for books or storage. 60 width x 60cm height x 30cm depth with one shelf in each. 10 with doors and 6 without doors. Pick up from Knightland Road. Call 07538 794 886.



שיקט אריין ביי אימעיל אייער השבת אבידה אדער To give away,
און מיר וועלן עס אי"ה מפרסם זיין דא פאר בחינם.
 
Receive our daily luach via WhatsApp
by joining the link below 
Sent by: The Luach Hayom London
To subscribe: ne...@luachhayom.com
To advertise here with us: in...@luachhayom.com
020-3657-2230           |           www.luachhayom.com

א שלח 150625.pdf.1_compressed (1).pdf
Reply all
Reply to author
Forward
0 new messages