טעגליכע לוח היום לונדון - דינסטאג ג' טבת תשפ"ו

23 views
Skip to first unread message

Luach Hayom

unread,
Dec 22, 2025, 7:15:25 PM12/22/25
to לוח היום אימעיל

טראמפּ אדמיניסטראציע פּלאנירט ארבעטס-פּלעצער אימיגראציע איבערפאלן
 
וואשינגטאן – ווייסע הויז באאמטע זאגן אז אינעם נייעם יאר וואס גייט זיך אט אנהייבן, וועט די טראמפּ אדמיניסטראציע אונטערנעמען א פרישע כוואליע פון אימיגראציע ארעסטן, געצילט צו הייבן די נומערן פון אומלעגאלע אימיגראנטן וואס ווערן געכאפּט און דעפּארטירט ארויס פון אמעריקע.

די נייע אונטערנעמונג וועט אויסברייטערן איבערפאלן דורך "אייס" אויף ארבעטס פּלעצער לענגאויס אמעריקע, צו ארעסטירן צענדליגער אדער גאר הונדערטער אימיגראנטן אויפאמאל – טראץ וואס פילע עקאנאמיסטן ווארענען אז דאס וועט קלאר האבן א נעגאטיוון אפעקט אויף דער עקאנאמיע.
 

רוסן ווארפן אפּ טוישונגען צו שלום פּלאן

מיאמי – דער קרעמלין האט נעכטן געזאגט אז די אייראפּעאישע און אוקראינישע טוישונגען צום אמעריקאנער שלום פארשלאג צו ברענגען די מלחמה צו אן ענדע האבן נישט פארבעסערט די שאנסן פאר שלום. דער פּוטין געהילף יורי אושאקאוו האט אוועקגעמאכט די טוישונגען אלס עפּעס וואס וועט נישט ארויסהעלפן, אין א צייט וואס אמעריקאנער און רוסישע באאמטע האבן זיך געטראפן אין מיאמי, פלארידע פאר געשפּרעכן. דערווייל איז נישט קלאר וואו מען גייט פאראויס מיט די געשפּרעכן.
 


דריטע ווענעזועלע שיף
ווערט נאכגעיאגט

 
קאריביען – די אמעריקאנער קאוסט גארד טוט נאכיאגן א דריטע אויל טאנקער פארבינדן מיט ווענעזועלע, אין א צייט פון פארשטערקערטע דרוק קעגן דעם ווענעזועלער דיקטאטור ניקאלעס מאדורא. דער געיעג, ווי עס איז באריכטעט געווארן נעכטן, ווערט דורכגעפירט אין די קאריביען וואסערן מיט די קאאפּעראציע פון דער רעגירונג אין פּאנאמא, און עס איז טייל פון דער אויל טאנקער בלאקאדע וואס די טראמפּ אדמיניסטראציע וויל אוועקשטעלן, צו דערשטיקן א הויפּט איינקונפט פאר מאדורא.
 

מאקרון: פראנקרייך בויט נייע מיליטער שיף

פּאריז – דער פראנצויזישער פּרעזידענט עמאניועל מאקרון האט געמאלדן אז פראנקרייך וועט בויען א נייע גרעסערע נוקלעאר-געטריבענע עירקרעפט קעריער שיף וואס וועט ערזעצן די פארעלטערטע "טשארלס דע גאול" שיף. די נייע עירקרעפט קעריער, וואס מאקרון האט געמאלדן ביים באזוכן פראנצויזישע טרופּן אינעם גאלף ראיאן, וועט קאסטן ארום צען ביליאן יורא און וועט זיין פארטיג אין יאר 38', געצילט צו פארשטארקערן פראנקרייך'ס ים קרעפטן.
 


צערעמאניע אפּגעצייכנט סידני אטאקע ה"י

אויסטראליע – טויזנטער אויסטראליער בירגער, אידן און נישט-אידן, האבן זיך פארזאמלט נעכטן נאכמיטאג ביים בּאנדיי ביעטש אין שטאט סידני, אפּצוצייכענען א וואך זינט עס האט פּאסירט די שרעקליכע טעראר אטאקע וואו 15 זענען אומגעקומען, אריינגערעכנט 13 אידן הי"ד. עס איז אויך אפּגעצייכנט געווארן א נאציאנאלע מאמענט פון שטילקייט גענוי אין דער מינוט וואס די טעראר אטאקע האט זיך אנגעהויבן, און נייעס סטאנציעס האבן זיך אנגעשלאסן אין דער שטילקייט.
 


סיריע ערווארט צו באפרייען אידישן סוחר
 
דמשק – א אידישער סוחר אין דמשק איז ערווארטעט באפרייט צו ווערן פון טורמע אין געציילטע טעג, נאך וואס ער איז ארעסטירט געווארן דורך סירישע אויטאריטעטן. סאלים האמדאני איז געווארן ארעסטירט אויף באשולדיגונגען פון אומלעגאלע אנטיקן האנדל, און א רעפּרעזענטאט פון דער סירישער אידישע געמיינדע זאגט אז די פאמיליע האט באקומען גאראנטיעס אז סאלים'ס שוואכע געזונט צושטאנד וועט גענומען ווערן אין באטראכט און אז ער וועט גיין פריי, בעזר ה'.
 

רעדער פירמע געצווינגען צו באצאלן 300 טויזנט דאלאר געלט שטראף, צוליב אפזאגן איד וועלכער האט נישט געוואלט ארבעטן אום שבת
 
ניו יארק - די פעדעראלע 'גלייכע באשעפטיגונג געלעגנהייט' קאמיסיע האט געמאלדן אז זיי האבן געגרייכט א שליכטונג מיט די ׳מאוויס רעדער פירמע׳ אין ווייט פלעינס אין ניו יארק, צוליב א קלאגע אריינגעגעבן קעגן זיי וועלכע האט זיך באצויגן צו א פאל וואו די פירמע האט זיך אנטזאגט צו אננעמען א איד אויף אן אויפזעער פאזיציע, נאך וואס ער האט געבעטן צו נישט דארפן ארבעטן אום שבת. 

אין די קלאגע איז די פירמע געווארן באשולדיגט מיט פארלעצן די 1964 ציווילע רעכטן געזעצן, צוליב אפזאגן דעם איד פון ערהאלטן די פאזיציע צוליב זיין רעליגיע, די סארט קעיסעס ענדיגן זיך מיט מיליאנען אויב גייט עס דורך אין געריכט, און די פירמע האט בעסער גענומען די אפציע עס צו שליכטן צו באצאלן פאר זייער רעליגיעזע דיסקרימינאציע די סומע פון $303,758.
 
דריקט דא צו זעהן לייוו די לוח הזמנים והמנינים בביהמ"ד ביאלא

מאמדאני מאכט לאטקעס
 
דער פריש ערוויילטער מעיאר זאהראן מאמדאני האט פלוצלינג פארטוישט זיין פראגרעסיווע פאן מיט א פאן לאטקעס ווען ער איז געכאפט געווארן אויף קאמערע ביי אן אידישן אקטיאר פראבירנדיג צו באווייזן זיין "ליבשאפט" צום היימישן עולם דורך צינדן א מנורה און העלפן פרעגלען קארטאפל עס זעט אויס אז נאך יארן פון שארפע רעטאריק האט ער ענדליך געפונען דעם סוד צו פאליטישע אחדות אביסל בוימל און א גוטע פארשטעלונג פאר די קאמערעס בלויז כדי אפצומעקן זיין היסטאריע מיט א שמייכל און א זאפטיגע לאטקע.
 
ישראל אדלר ומקהלת שירה - הנרות הללו
לכל הטעימות משיעורי הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א
מעמד ההדלקה בזאת חנוכה ע"י הרה"צ ר' שמעלקא בידערמאן שליט"א
במשך ימי החנוכה זענען די רבנים הגאונים שליט"א געקומען משמיע זיין דברי תורה און סיפורי צדיקים פאר די לעכטיגע קינדער פון יד ועזר, און צינדן די ליכט מיט די טייערע נשמות.
האדמו"ר מביאלא שליט"א, האדמו"ר מטשארטקוב שליט"א, הרה"ג ר' יוסף פדווא שליט"א, הרה"ג ר' משה מנחם ווייס שליט"א, הרה"ג ר' אהרן דוד דונר שליט"א
A Celebration of Light and Joy: The Mega Chanukah Party
A magnificent Mega Chanukah Party was hosted by Yad Voezer & Ability for the entire disability community. The event was filled with spirit and warmth, highlighted by a soulful Leil Shishi Kumzitz with world-renowned singer Shloimy Gertner, who moved the crowd with beautiful Chanukah melodies and Shabbos songs.
The celebration was made even sweeter with a delicious spread of yummy doughnuts and ice cream. This food was generously sponsored by So Real & Grodzinski, with the delightful ice cream provided by K Desserts.

האט איר בילדער פון מעמדים וואס זענען פארגעקומען ביי אונז אין ענגלאנד?
  שיקט אונז אריין און מיר וועלן עס מפרסם זיין דא פאר בחינם  

off...@luachhayom.com
 
T&C Apply 
Midweek - Download here
The weekly view - Download here
The simchah view - Download here
Linkit - Download here
מועד במועדו - דריקט דא
News Update - Download here
Gateshead Kehilla Advertiser - Download here
The NW London Localnews - Download here
Koopjes plus Antwerp - Download here
North Manchester Circular - Download here

!פאר בלויז £15 וועט אייער קלאספייד ערשיינען דא פאר א גאנצע וואך

 
                                 FOR SALE                               

Exclusive Hatzorfim silver trays, 2 styles, large size with beautiful 3D details. £600 Call 07434569479
למכירה עסק לרפואת העור אלטרנטיבית, כולל קליניקות פעילות, פורמולות מוכחות. מעל 10 שנות מוניטין £175k התקשר 07799557403
For Sale: Toyota Estima, 85K miles, excellent condition inside & out, £4500 — call 07368 585 976
For sale: 2009 grey Toyota Prius hybrid, 87,800 miles, excellent, second owner, full service , MOT - June 26
,Tax 1 July 26, new tyres, smooth drive, reversing camera. £6,500. 07877000338.
!שענסטע און גרעסטע מנורה אויסוואל
איבער 250 מנורות אין געשעפט – ביליגסטע פרייזן- קען ווערן באצאלט צוביסלעך
מחותנים exclusive  10%אראפ פון מנורה פרייזן + א מתנה א זילבערנע דריידל


BLACK DECEMBER ONLY AT KEZKIOSK: GET MEMBERSHIP FREE + 30% OFF ALL PACKAGES!


                                   TO LET                                  


A 100-square-meter space available to rent for office use in the Oldhill Street area, 3rd floor.
For more details, please contact office...@gmail.com
Beautifully furnished one bedroom flat in upper clapton area available immediately for short term until mid January. Call/text 07369244010
SHORT TERM LET
2 Bedroom Flat - Leabourne Road
First Floor Perfect for Mechutanim or guests
Fully furnished & well-equipped
Within the Eiruv 1 minute from Biala Please call or Text 07423 962 010
serviced office desk 130 clapton £50 pw 07904 796029
3 bed maisonette for rent, 2 nd floor, Upper Clapton, £3100/ month. Please call or text  07770705415
A nice studio flat to rent in cazenove area for £1250 per month all bills included. email in...@capitallettingsgroup.co.uk
‘’Offices to let – Bruce Grove. Easy access, plenty Parking. Please call 020 8802 1800.’’
Self contained office with space for 1-2 desks available Ferndale / High Road 07989996235

          JOB WANTED - JOB OPPORTUNITY          


עס ווערט געזוכט א גבאי/גבאים ארום צו גיין אין די בתי מדרשים מידי יום ביומו מיט די צדקה זעקליך
פאר זייער גוט באצאלט
פאר מער פרטים םביטע רופט 07891-243-759
JOB OPPORTUNITY - ארבעטס געלעגנהייט 
געזוכט א פלייסיגע ארבייטער מיט UK לייסענס (Automatic איז גוט), שווערע פיזישע ארבעט (שלעפן שווערע חפצים) געשמאקע ענווייערמענט, גאר שיין באצאלט, מיט א פאטענציאל צו פארדינען פראצענטן פון די רווחים.
פאר מער פרטים רופט 
07383886057 אדער 07356229904
א מוסד זוכט א ווען דריווער אונצהייבן גלייך גוט באצהעלט זייער פאסיק פאר יונגלייט וואס זוכן א חלק טאג ארבעט ( מען קען בלייבן אין כולל ) רופט/טעקסט 07775-925-060
געזוכט: ביסטו א ירא שמים מיט גוטע הענט און אפאר שעה א טאג און ווילסט שיין
פארדינען? ביטע רוף: 07795389158

                                 LOOKING                                  

געזיכט א שליח פון לאנדאן קיין ניו יארק א פקעל פאר באצולעט 07776412374
מחפשים גרפיקאי שיעבוד מהבית לפרטים יש לשלוח אימייל sabbat...@gmail.com
Looking to exchange a follow up appointment Jan 7 with Dr Aleksander Clyde, for the week of Jan 18 - 22 any  Please call 07779145076
ווערט געזיכט איינצושרייבען א קינד אין א פלעי גראפ להלכה ולא למעשה רופט 07521762388

                                     MISC                                    

Bookkeeper with experience available to work remotely, approx 8-10 hrs per week. References available upon request. Mrs L 07393082327
We set up your S&P 500 Chasuna plan for only £150 a child or £300 for your entire family - 020 3488 8052
מיר בויען אויף אַלע אייערע סארטן Furniture – פון גרויס ביז קליין. רופט שמחי: 07972590136
האט איר קרעדיט קארד חובות? מיר נעמען אראפ די אינטרעסט ביז 0%
Rate Fix 02030921193
 שעות פתיחה 1-6



                                השבת אבידה                               
השבת אבידה, געטראפען א זילבערנעם שמש פון א מנורה, אויף קעיזנאוו פאר 4 יאר.  020-88062493 07769066922

                             TO GIVE AWAY                             


שיקט אריין ביי אימעיל אייער השבת אבידה אדער To give away,
און מיר וועלן עס אי"ה מפרסם זיין דא פאר בחינם.
 
Receive our daily luach via WhatsApp
by joining the link below 
Luach Hayom via WhatsApp
דריקט דא צו זעהן אלע גליונות פון דער לוח היום
דריקט דא צו אריילייגן א שמחה אין דער לוח היום
דריקט דא צו צולייגן א מנין צום רשימה
Sent by: The Luach Hayom London
To subscribe: ne...@luachhayom.com
To advertise here with us: in...@luachhayom.com
020-3657-2230           |           www.luachhayom.com
ג ויגש 231225.pdf
Reply all
Reply to author
Forward
0 new messages