טעגליכע לוח היום לונדון - דאנערשטאג כ"ח כסלו ד' דחנוכה תשפ"ו

14 views
Skip to first unread message

Luach Hayom

unread,
Dec 17, 2025, 11:00:09 PM (4 days ago) Dec 17
to לוח היום אימעיל

בלאקאדע אויף ווענעזועלע טאנקער שיפן
 
קאראקאס – דער אמעריקאנער פרעזידענט דאנאלד טראמפ האט נעכטן געמאלדן אז אמעריקע וועט אינפארסירן א טאטאלע בלאקאדע אויף אלע ווענעזועלער אויל טאנקער שיפן וועלכע זענען אונטער סאנקציעס, אז די שיפן זאלן נישט קענען פארלאזן די ווענעזועלער פארטן און אויך נישט אהין אנקומען. עס קומט נאך וואס אמעריקע האט פארכאפט א ווענעזועלער טאנקער שיף, און עס איז געצילט צו דערשטיקן די הויפט איינקונפט פאר דעם מאדורא רעזשים.
 

סידני שיסער געווען אייסיס אינספירירט
 
אויסטראליע – אויסטראליער אויטאריטעטן האבן נעכטן באשטעטיגט אז די צוויי טעראריסטן וואס האבן דורכגעפירט די שרעקליכע אנטיסעמיטישע בלוט-באד ביים חנוכה פארזאמלונג אין סידני, זענען געווען אינספירירט דורך דער אייסיס טעראר גרופע. באזונדער האט מען געטראפן אייסיס פענדלעך אין זייער קאר, אין צוגאב צו באמבעס. אויך פארשט די רעגירונג א רייזע צו די פיליפינען וואס זיי האבן דורכגעפירט עטליכע וואכן בעפאר דער סידני אטאקע.
 

פרישע "טראוועל פארבאט" קיין אמעריקע

וואשינגטאן – די טראמפ אדמיניסטראציע האט אויסגעברייטערט איר טראוועל פארבאט, אז עס זאל ארייננעמען נאך פינף לענדער, בורקינא פאסא, מאלי, ניזשער, דרום סודאן און סיריע, און געשטעלט טיילווייזע צוימונגען אויף פופצן אנדערע לענדער, ברענגענדיג צום סך הכל 39 לענדער וואס זענען אונטער טראוועל צוימונגען קיין אמעריקע, אריינגערעכנט פאלעסטינער בירגער וואס באזיסן פאספארטן פון פאטאח. עס קומט אין רעאקציע צו די נעשאנעל גארד שיסעריי אין וואשינגטאן נישט ווייט פון ווייסן הויז.
 


איד פארוואונדעט פון
אנטיסעמיטישער שטעכעריי אין קראונהייטס

 

ברוקלין – א איד איז געווארן געשטאכן אינעם ברוסט-קאסטן דורך א פארשוין וועלכער האט געשריגן אנטיסעמיטישע לאזונגען אין קראונהייטס אין ברוקלין, אינמיטן א כוואליע פון אנטיסעמיטישע אינצידענטן איבער דער גארער וועלט. דער איד איז אטאקירט געווארן ביים ווינקל פון קינגסטאן עוועניו און לינקאלן פלעיס און איז אפגעפירט געווארן צום קינגס קאונטי שפיטאל, וואו ער איז אריבער באהאנדלונג פאר זיינע וואונדן און איז ערווארטעט זיך צו ערהוילן פולקאם ב"ה.

לויט ווי עדות האבן געזאגט, האט דער פארשוין געשריגן קללות קעגן אידן, און געזאגט אז עס וואלט געווען אקעי אויב דער האלאקאוסט פאסירט נאכאמאל. ער האט דאן ארויסגעצויגן א מעסער און געשטאכן דעם איד מיט ברוטאליטעט. דער פארשוין איז אנטלאפן פונעם ארט, און קראונהייטס שומרים האט רעאגירט צו דער סצענע, אינאיינעם מיט אפיצירן פון די ניו יארק סיטי פאליציי, אבער דער פארשוין איז שוין געווען אנטרינען. די האס פארברעכנס טעסק פארס פארשט עס.
 


אידישע העלדן אין אויסטראליער אטאקע
 
סידני – נעכטן האט זיך אויסגעקלארט אז א צאל אידן הי"ד זענען ליידער אומגעקומען אין דער שוידערליכער אנטיסעמיטישער אטאקע אין סידני, אויסטראליע נאכ'ן העלדיש קאנפראנטירן די צוויי טעראריסטן. דאס אידישע פארפאלק באריס און סאפיא גורמאן הי"ד זענען אנגעקומען צו דער חנוכה מסיבה בשעת די טעראריסטן זענען אנגעקומען, און זיי זענען איבערגעפאלן איינעם פון די טעראריסטן און ארויסגעכאפט זיין ביקס, אבער יענער האט ארויסגענומען אן אנדערע ביקס און זיי געשאסן. דער איד ראובן מאריסאן הי"ד האט אויך געשאסן ציגל אויף איינעם פון די טעראריסטן, וועלכער האט אים דערשאסן.
 
דריקט דא צו זעהן לייוו די לוח הזמנים והמנינים בביהמ"ד ביאלא

רעקארד ליציטאציע אויף לעצטע פעניס
 
פענסילוועניע – די סאמע לעצטע געגאסענע פעניס אין היסטאריע האבן זיך פארקויפט פאר א קאמבינירטע פרייז פון 16.76 מיליאן דאלער ביי א ליציטאציע אין סך הכל. די ליציטאציע איז ארויסגעשטעלט געווארן אויף 232 פעקלעך פון דריי פעניס פער פעקל, און איינס פון די לעצטע סעטס צו ווערן פארקויפט האט געצויגן אזוי הויעך ווי 800,000 דאלער. די סעטס האבן אריינגענומען צוויי יאר 25' קופער פעניס פון פילאדעלפיע און דענווער מינטס, און א 24 קאראט גאלד פעני.
משה דוד וייסמנדל - תפילה על הבנים
לכל הטעימות משיעורי הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א

האט איר בילדער פון מעמדים וואס זענען פארגעקומען ביי אונז אין ענגלאנד?
  שיקט אונז אריין און מיר וועלן עס מפרסם זיין דא פאר בחינם  

off...@luachhayom.com
 
T&C Apply 
Midweek - Download here
The weekly view - Download here
The simchah view - Download here
Linkit A - Download here
Linkit B - Download here
שבת בשבתו - דריקט דא
News Update - Download here
The NW London Localnews
Koopjes plus Antwerp - Download here
North Manchester Circular - Download here

!פאר בלויז £15 וועט אייער קלאספייד ערשיינען דא פאר א גאנצע וואך

 
                                 FOR SALE                               

Exclusive Hatzorfim silver trays, 2 styles, large size with beautiful 3D details. £600 Call 07434569479
למכירה עסק לרפואת העור אלטרנטיבית, כולל קליניקות פעילות, פורמולות מוכחות. מעל 10 שנות מוניטין £175k התקשר 07799557403
For Sale: Toyota Estima, 85K miles, excellent condition inside & out, £4500 — call 07368 585 976
For sale: 2009 grey Toyota Prius hybrid, 87,800 miles, excellent, second owner, full service , MOT - June 26
,Tax 1 July 26, new tyres, smooth drive, reversing camera. £6,500. 07877000338.
!שענסטע און גרעסטע מנורה אויסוואל
איבער 250 מנורות אין געשעפט – ביליגסטע פרייזן- קען ווערן באצאלט צוביסלעך
מחותנים exclusive  10%אראפ פון מנורה פרייזן + א מתנה א זילבערנע דריידל


BLACK DECEMBER ONLY AT KEZKIOSK: GET MEMBERSHIP FREE + 30% OFF ALL PACKAGES!


                                   TO LET                                  

A 100-square-meter space available to rent for office use in the Oldhill Street area, 3rd floor.
For more details, please contact office...@gmail.com
Beautifully furnished one bedroom flat in upper clapton area available immediately for short term until mid January. Call/text 07369244010
SHORT TERM LET
2 Bedroom Flat - Leabourne Road
First Floor Perfect for Mechutanim or guests
Fully furnished & well-equipped
Within the Eiruv 1 minute from Biala Please call or Text 07423 962 010
serviced office desk 130 clapton £50 pw 07904 796029
3 bed maisonette for rent, 2 nd floor, Upper Clapton, £3100/ month. Please call or text  07770705415
A nice studio flat to rent in cazenove area for £1250 per month all bills included. email in...@capitallettingsgroup.co.uk
‘’Offices to let – Bruce Grove. Easy access, plenty Parking. Please call 020 8802 1800.’’
Self contained office with space for 1-2 desks available Ferndale / High Road 07989996235

          JOB WANTED - JOB OPPORTUNITY          

עס ווערט געזוכט א גבאי/גבאים ארום צו גיין אין די בתי מדרשים מידי יום ביומו מיט די צדקה זעקליך
פאר זייער גוט באצאלט
פאר מער פרטים םביטע רופט 07891-243-759
JOB OPPORTUNITY - ארבעטס געלעגנהייט 
געזוכט א פלייסיגע ארבייטער מיט UK לייסענס (Automatic איז גוט), שווערע פיזישע ארבעט (שלעפן שווערע חפצים) געשמאקע ענווייערמענט, גאר שיין באצאלט, מיט א פאטענציאל צו פארדינען פראצענטן פון די רווחים.
פאר מער פרטים רופט 
07383886057 אדער 07356229904
א מוסד זוכט א ווען דריווער אונצהייבן גלייך גוט באצהעלט זייער פאסיק פאר יונגלייט וואס זוכן א חלק טאג ארבעט ( מען קען בלייבן אין כולל ) רופט/טעקסט 07775-925-060
געזוכט: ביסטו א ירא שמים מיט גוטע הענט און אפאר שעה א טאג און ווילסט שיין
פארדינען? ביטע רוף: 07795389158

                                 LOOKING                                  

געזיכט א שליח פון לאנדאן קיין ניו יארק א פקעל פאר באצולעט 07776412374
מחפשים גרפיקאי שיעבוד מהבית לפרטים יש לשלוח אימייל sabbat...@gmail.com
Looking to change a large 6 bed house with basement in clapton area ,
to a smaller house near vartry road etc , , 
please reply to email 
extrain...@gmail.com
will be kept confidential

                                     MISC                                    

Bookkeeper with experience available to work remotely, approx 8-10 hrs per week. References available upon request. Mrs L 07393082327
We set up your S&P 500 Chasuna plan for only £150 a child or £300 for your entire family - 020 3488 8052
מיר בויען אויף אַלע אייערע סארטן Furniture – פון גרויס ביז קליין. רופט שמחי: 07972590136
האט איר קרעדיט קארד חובות? מיר נעמען אראפ די אינטרעסט ביז 0%
Rate Fix 02030921193
 שעות פתיחה 1-6



                                השבת אבידה                               
השבת אבידה, געטראפען א זילבערנעם שמש פון א מנורה, אויף קעיזנאוו פאר 4 יאר.  020-88062493 07769066922

                             TO GIVE AWAY                             


שיקט אריין ביי אימעיל אייער השבת אבידה אדער To give away,
און מיר וועלן עס אי"ה מפרסם זיין דא פאר בחינם.
 
Receive our daily luach via WhatsApp
by joining the link below 
Luach Hayom via WhatsApp
דריקט דא צו זעהן אלע גליונות פון דער לוח היום
דריקט דא צו אריילייגן א שמחה אין דער לוח היום
דריקט דא צו צולייגן א מנין צום רשימה
Sent by: The Luach Hayom London
To subscribe: ne...@luachhayom.com
To advertise here with us: in...@luachhayom.com
020-3657-2230           |           www.luachhayom.com
ה מקץ 181225_compressed.pdf
Reply all
Reply to author
Forward
0 new messages