טעגליכע לוח היום לונדון - דאנערשטאג א' דר"ח תמוז תשפ"ה

28 views
Skip to first unread message

Luach Hayom

unread,
Jun 25, 2025, 6:21:16 PM6/25/25
to לוח היום אימעיל

דעטאלן: אטאקע אויף איראנער איינריכטונגען
 
טעהראן – א שטורעם איז אנטשטאנען צווישן דעם אמעריקאנער פּרעזידענט דאנאלד טראמפּ און די אמעריקאנער מידיא, איבער די אויסווירקונגען און רעזולטאטן פון די באמבארדירונגען פארלאפענעם מוצאי שבת אויף איראנ'ס נוקלעארע איינריכטונגען. די מידיא האט באריכטעט אין נאמען פון פּענטאגאן קוועלער אז די באמבארדירונגען האבן נישט פארניכטעט איראנ'ס נוקלעארע נאר האט עס צוריקגערוקט מיט עטליכע חדשים, אבער טראמפּ האט ווידערהאלט אז עס איז יא פארניכטעט און אז די מידיא פארשפּרייט ליגנט.
 

סאמיט דורך נאטא באהאנדלט פארטיידיקונגען
 
האלאנד – נאטא פירער האבן זיך פארזאמלט נעכטן פאר א סאמיט, וואו מען האט באהאנדלט צווישן אנדערן די טעמע פון וויפיל יעדע פון די לענדער שפּענדן פאר זייער פארטיידיקונג און מיליטער. מען ערווארט אז ביים סאמיט וועלן די פירער אינדארסירן פּלענער צו העכערן זייער שפּענדונג פאר די זאכן, אז עס זאל דערגרייכן צו 5 פּראצענט פון זייער עקאנאמיע, אין רעאקציע צו א פאדערונג דורך פּרעזידענט טראמפּ, וועלכע פארלאנגט דאס שוין די לעצטע צען יאר, אז נאטא לענדער טארן מער נישט זיך אזוי שטארק פארלאזן אויף אמעריקע.
 

ארכי-לינקער פרא-כאמאס קאנדידאט זאהראן מאמדאני געווינען דעמאקראטישע פריימערי פארמעסט פאר ניו יארק סיטי מעיאר
 
ניו יארק - טראץ די שווערע ארבעט וואס אידישע עסקנים פון אלע היימישע געגנטער אין ניו יארק האבן אריינגעלייגט אין די לעצטע וויילע מיטן אינדארסירן דער געוועזענער גאווערנאר ענדרו קאומאו ביי די דעמאקראטישע פריימערי פארמעסט פאר דער ניו יארק סיטי מעיאר פאזיציע איז דער געווינער פון די פארמעסט דער קווינס סיטי קאונסילמאן און ארכי-לינקער סאציאליסט און אויסגערופענער פרא-כאמאס אקטיוויסט זאהראן מאמדאני וואס מיט 92 פראצענט פון די וואלן שוין געציילט שטייט מאמדאני פאראויס מיט 43.5 פראצענט קעגן 36.4 פראצענט פאר קאומאו און 11.3 פראצענט פאר לענדער, און 4.1 פראצענט פאר אדריענע עדעמס. מאמדאני וועט זיין דער קאנדידאט פון די דעמאקראטישע פארטיי אין די בעפארשטייענדע נאוועמבער וואלן און מעגליך דער קומענדיגער מעיאר פון ניו יארק סיטי מיטן זיך פארמעסטן מיט דער אמטירנדער מעיאר עריק עדעמס וואס לויפט אלס אינדעפענדעט. מאמדאני איז געקומען מיט א קאמפיין צוזאג צו איבערקערן ניו יארק סיטי אלס א גאר פיינע ארט פאר אימיגראנטן, ער האט צוגעזאגט צו אוועק שטעלן לינקע רענט קאנטראל געזעצן און נאך אזוינע פארשפרעכונגען וואס האט צוגעצויגן צו אים די יונגע דור פון סאציאליסטישע וויילער אינעם פארטיי און זיין שטיצע איז געוואקסן פון טאג צו טאג, די מעסיגע לאגער אינערהאלב די פארטיי איז געווארן צוטיילט צווישן דער געוועזענער גאווערנער ענדרו קאומאו און סיטי קאמפטראלער ברעד לענדער געבענדיג די געווינס פאר מאמדאני.
 

איראן רעזשים ארעסטירט רבנים און חזנים
 
טעהראן – מיטגלידער פון איראן'ס אידישע געמיינדע פּרובירן צו צייגן רואיגקייט איבער זייער צושטאנד, זיצנדיג איינגעשפּארט אין זייערע הייזער אין שיראז און טעהראן, אבער באריכטן צייגן אז זיי זענען אין געפאר. לויט איין באריכט זענען פּאליציי אנגעקומען אין די אידישע געגנטער און האבן אוועקגעפירט עטליכע רבנים און חזנים פון דער אידישער קהילה צו ווערן אויסגעפרעגט און פארהערט. דער רעזשים באשולדיגט זיי אין קאלאבארירן מיט מדינת ישראל, און די אידן ציטערן צי די ארעסטירטע וועלן באפרייט ווערן.
 

ארעסט פאר סטראשען אידן מאסן-שיסעריי
 
טעקסאס – א פּארשוין איז ארעסטירט געווארן פאר'ן פּלאנירן א מאסן שיסעריי ביי א אידישע קאמיוניטי צענטער אין סאן אנטאניא, טעקסאס. די באאמטע האבן נישט אידענטיפיצירט דעם ארעסטירטן, זאגנדיג אז אין רעאקציע צו דעם אויפגעדעקטן פּלאן איז דער קאמיוניטי צענטער געווארן פארשלאסן צייטווייליג און פּאליציי אנוועזנהייט איז פארשטארקערט געווארן ביי אידישע פּלעצער לענגאויס סאן אנטאני. די עף-בי-איי האט אין א סטעיטמענט באשטעטיגט אז זיי זענען געווען פארמישט אין דער אויספארשונג און האבן נישט אויסגעשלאסן פעדעראלע קלאגעס.
 

טויכער ראטעוועט דיאמאנט רינגל

טעקסאס – א פּראפעסיאנאלער טויכער איז אריינגעשפּרונגען אין א טעקסאס טייך און האט באוויזן צו טרעפן און ראטעווען א דיאמאנט רינגל וואס א פרוי האט פארלוירן. די פרוי האט דערציילט אז זי האט שפּאצירט מיט איר קינד נעבן טייך, ווען דער רינגל איז אריינגעפאלן אין וואסער. עס איז א גאר ווערדפולע רינגל, סיי צוליב דעם עצם דיאמאנט און סיי צוליב וואס עס גייט שוין אריבער בירושה אין איר פאמיליע פאר העכער הונדערט יאר. דער טויכער איז איינגעשפּאנט געווארן און האט געטראפן דאס רינגל.
 


האט איר בילדער פון מעמדים וואס זענען פארגעקומען ביי אונז אין ענגלאנד?
  שיקט אונז אריין און מיר וועלן עס מפרסם זיין דא פאר בחינם  

off...@luachhayom.com
 
T&C Apply 

!פאר בלויז £10 וועט אייער קלאספייד ערשיינען דא פאר א גאנצע וואך

 
                                 FOR SALE                               
 
For Sale: Toyota Previa, 7 seats, 132k miles, excellent condition inside and out. £3,000 ONO. Call 07981 749 433
MadeSafer Hotplates, Hot Water Urns, Slow Cookers, Shabbos Lamps on sale in local shops. Call 02088029243 or 07989628478

מיר קויפן צעבראכנע Canon דיגיטל קאמעראס, צאלן גוט קעש
רופט/טעקסט 07365657329 yh76...@gmail.com
                                    TO LET                                  

א נייע דירה אין אנטווערפן פאר געסט שמחות שבת יו״ט 32472283335+

Are you Seeking HOUSES locally or further afield, as home owner, as investments or for dealing with etc. Spring onto our receiving list free of charge: regist...@property-detects.co.uk
Desk available in a comfortable office in Heathland area, Fully serviced, Air conditioned, Easy parking 07984673724

          JOB WANTED - JOB OPPORTUNITY          
 
Job vacancy: organization looking for a male secretary full/part time.
Yiddish Hebrew and English required
Good computer knowledge
Good speaking manners
hcc.jo...@gmail.com
א היימישע מוסד זיכט א פאנדרעיזער, א גוטע פרנסה פאר די ריכטיגע קאנדידאט. ביטע טעקסט 07833433507
Job Vacancy - Watch company looking for a worker to repair small issues, process returns & help out customers.
Must be handy, detail oriented & have basic computer knowledge. Training provided.
Part time with full time potential.
Please call/text 07300991219 If no answer leave a message.
א תלמוד תורה זוכט א יונגערמאן מיט עקספיריענס אין עברי צו צולערנען מיט קינדער פאר שיין באצאלט! ביטע רופט 07708906985
Looking to change 2 followup appointments with Dr Alexander from 30 July for earlier
call 07471352354

                                 LOOKING                                  
 
 געזינט זוכט וואלונטירן אויפפילן אונדזער שבת צימערן און שפיטאל 03336139625

געזוכט צו דינגען א אפיס ביטע רופט 07942677286
TT D'Gur is looking for English Teachers - afternoon hours - please call: 07493664833 and leave a message.

                                     MISC                                    

מיר נעמאן צאם אלע סארט'ן חובות פון פריוואטע, מוסדות אדער ביזנעס חובות רופט 
85% access rate 07818107406
We set up your S&P 500 Chasuna plan for only £150 a child or £300 for your entire family - 020 3488 8052
Unique Opportunity for Boys Ages 9–13 🌟
For boys with ADHD/ADD who find it hard to thrive in a cheder setting.

Now forming a small, guided group (up to 3 boys) in a Heimishe atmosphere, led by a qualified, experienced therapist.
✔️ Fun, structured activities
✔️ Build skills through guided play
✔️ Strengthen confidence and social connection
✔️ Support your son’s growth into an ehrlicher Yid—with warmth, joy, and care
📞 For more info, call or text: 07708-904227
References available upon request

                                השבת אבידה                               

Found a BA AMEX card at Filey Corner, Osbaldeston. The name on the card is Z. Kohn. Call 07563061673

                             TO GIVE AWAY                             

Cupboards to give away
White small cupboards suitable for books or storage. 60 width x 60cm height x 30cm depth with one shelf in each. 10 with doors and 6 without doors. Pick up from Knightland Road. Call 07538 794 886.



שיקט אריין ביי אימעיל אייער השבת אבידה אדער To give away,
און מיר וועלן עס אי"ה מפרסם זיין דא פאר בחינם.
 
Receive our daily luach via WhatsApp
by joining the link below 
Sent by: The Luach Hayom London
To subscribe: ne...@luachhayom.com
To advertise here with us: in...@luachhayom.com
020-3657-2230           |           www.luachhayom.com
ה קרח 260625_compressed.pdf
Reply all
Reply to author
Forward
0 new messages