טעגליכע לוח היום לונדון - דאנערשטאג כ"א תמוז תשפ"ה

26 views
Skip to first unread message

Luach Hayom

unread,
Jul 16, 2025, 9:51:23 PM7/16/25
to לוח היום אימעיל

טויטליכע שבט'ישע שלאכטן טרייסלען נייע
רעגירונג אין סיריע

 
דמשק – די נייע רעגירונג אין סיריע, אונטער דער אנפירערשאפט פונעם צייטווייליגן פּרעזידענט אכמעד על שארא, האט זיך געטראפן אין אן ערנסטן קריזיס, מיט ווילדע שלאכטן וואס בושעווען אין א דרוזישער געגנט, וואו בעדואינער און סירישע מיליטערישע קרעפטן זענען געווען פארמישט אין שיסעריי אויסטוישן מיט באוואפנטע דרוזן.

על שארא האט פארארדענט זיינע קרעפטן צו פארן צום דרוזישן געגנט, אין דער שטאט שוויידא, און דאס האט געברענגט מדינת ישראל זאל זיך אריינמישן זיך אנצונעמען פאר די דרוזן, מיט'ן באמבארדירן סירישע מיליטערישע טאנקען און אנדערע איינריכטונגען. די על שארא רעגירונג האט פארדאמט מדינת ישראל דערפאר.

מען האט אויך געזען מאסן דרוזן אין מדינת ישראל לויפן צום גרעניץ מיט סיריע, און איזראעלישע זעלנער האבן זיי ערלויבט אריבערצוגיין דעם צוים אריין קיין סיריע צו פּראטעסטירן און זיך אננעמען פאר די סירישע דרוזן. אין דער זעלבער צייט האט א מדינת ישראל מיניסטער רייצנדיג גערופן פאר אן אטענטאט צו עלימינירן על שארא.

די על שארא רעגירונג האט געזאגט אז מדינת ישראל'ס באמבארדירונגען האבן געקאסט די לעבנס פון א צאל זעלנער און ציווילע, און אבזערווירער זאגן אז די פרישע אומרוען ברענגט א געפאר אז די ארטיגע בירגער קריג זאל פריש אויסברעכן, פּונקט ווען ס'האט שוין אויסגעזען ווי סיריע רוקט זיך אויף די ריכטיגע רעלסן צו סטאביליטעט.
 

טראמפּ: קיעוו נישט אטאקירן מאסקווע
 
קיעוו – פּרעזידענט טראמפּ האט קלארגעשטעלט אז אמעריקע וועט נישט צושטעלן פאר אוקראינע לאנג-שטרעקיגע מיסילס אלס טייל פון א נייע הילפס פּעקעדזש, און ער האט געווארנט דאס אוקראינישע מיליטער נישט צו אטאקירן מאסקווע. די קאמענטארן פונעם אמעריקאנער פּרעזידענט זענען געקומען א טאג נאכ'ן מעלדן א דראמאטישן טויש אין זיין צוגאנג צו דער אוקראינער מלחמה, און נאך וואס די מידיא האט באריכטעט אז טראמפּ האט געזאגט פאר זעלענסקי פּריוואט אז ער זאל באמבארדירן מאסקווע.
 

מאסיווע טרענירונג געצילט קעגן כינע
 
אויסטראליע – ארטילערי, ראקעט לאונטשערס און האוויטזער מיסילס האבן געעפנט פייער ביי א ריזיגע טרענירונג פעלד אין צפון אויסטראליע מאנטאג, אנהייבנדיג דריי וואכן פון מיליטערישע מושטירונגען צווישן די מיליטערן פון אמעריקע און נאך אכצן לענדער. די גרויסע "טאליסמען סעיבער" מושטירונגען נעמט אריין פערציג טויזנט טרופּן, און עס איז געצילט צו שיקן א שארפן מעסעדזש פאר כינע אז אויב זיי וועלן אונטערנעמען אן אינוואזיע אויף טייוואן, וועט די מערב-וועלט שטיין גרייט צו רעאגירן.
 

מדינת ישראל פּלאנירט
מאסן ארעסטן פון בני ישיבות

 
תל אביב – ליידער ווערט די ביטערע גזירה פון גיוס בני ישיבות מער און מער פארווירקליכט, אין א צייט וואס די רעליגיעזע דעפּוטאטן האבן זיך ארויסגעצויגן פון דער מדינת ישראל רעגירונג קאאליציע צוליב דער טעמע. נעכטן האט די מדינת ישראל רעגירונג אנגעהויבן פּלאנירן מאסן ארעסטן אין תל אביב לופטפעלד אויף בחורים און אברכים וועלכע וועלן זיך נישט שטעלן צום מיליטער, און די צאל זעלנער און פּאליציאנטן וועלן פילפאכיג פארמערט ווערן. באזונדער בויען זיי גרויסע טורמעס וואו צו האלטן טויזנטער בני ישיבות, היל"ת.
 

געריכט "סטעי" לטובת ניו יארק חינוך
 
אלבאני – די אלבאני סופּרים קאורט האט ארויסגעגעבן א צייטווייליגע "סטעי" קעגן דעם וואס די ניו יארק סטעיט עדזשוקעישאן דעפּארטמענט האט דערקלערט דריי מוסדות התורה אלס "נאן סובסטענשעלי עקוויוועלענט". די גינסטיגע "סטעי" איז א דירעקטע רעזולטאט פונעם פריערדיגן אורטייל פונעם אפּעלאט געריכט אויף דער קלאגע פון "פּערלס". אלס רעזולטאט פון די נעכטיגע "סטעי" וועט די סיטי און סטעיט מוזן ווייטער צושטעלן אלע סערוויסעס פאר די 3 מוסדות. 
 
דריקט דא צו זעהן לייוו די לוח הזמנים והמנינים בביהמ"ד ביאלא

די שרצים ווילן ליינען די ביכער
 
אונגארן – צענדליגער טויזנטער ביכער וואס זענען הונדערטער יארן אלט ווערן אראפּגענומען פון די פּאליצעס פון א גאר אלטן ביבליאטעק אין אונגארן, אין א פּרואוו זיי צו ראטעווען פון א שרצים אינפעסטירונג. די ביכער ווערן געהאלטן אין א ביבליאטעק וואס ווערט געשאצט צו זיין טויזנט יאר אלט, און די פארוואלטער האבן לעצטנס באמערקט אז דזשוקן שרצים האבן אנגעהויבן זיך איינעסן אין די ביכער, וואס שטעלט אין געפאר די היסטארישע מאנוסקריפּטן.
 
לכל הטעימות משיעורי הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א
מאסיווע ארבעט ביים נייער בנין פון ישיבה דחסידי בעלזא בעירנו

האט איר בילדער פון מעמדים וואס זענען פארגעקומען ביי אונז אין ענגלאנד?
  שיקט אונז אריין און מיר וועלן עס מפרסם זיין דא פאר בחינם  

off...@luachhayom.com
 
T&C Apply 
שבת בשבתו - דריקט דא
Midweek - Download here
Linkit A - Download here
Linkit B - Download here
The weekly view - Download here
The Simchah view - Download here
News Update - Download here
North manchester circular- Download here
The NW London Localnews
Koopjes plus Antwerp - Download here

!פאר בלויז £15 וועט אייער קלאספייד ערשיינען דא פאר א גאנצע וואך

 
                                 FOR SALE                               
 
"תורה וחסד"
137 RAVENSDALE
הגיע כמות ענק של ספרים גם נדירים ביותר במחיר 1 פאונד
mountain bike and & triple suspension bike – call 078-75907213.

מיר קויפן צעבראכנע Canon דיגיטל קאמעראס, צאלן גוט קעש
רופט/טעקסט 07365657329 yh76...@gmail.com
For sale Toyota previa 54 reg for 1500 07947 626 718
                                   TO LET                                  
 
Offices to Let – Centre Stamford Hill
Two serviced offices available – all bills included:
Office 1: £160 per week
Office 2: £130 per week
Great central location. For more information, contact: 07391 682642
א 1 צימערדיגע דירה צו פארדינגען פאר חודש אב אין Bethune געגענט רופט 07884-906-675

Big chalet in Les Deux Alps in Yidishe camp, sleep upto 14 - call 07914928105
ABERYSTWYTH SUMMER HOLIDAYS. 8 bedroom (en-suite) apartments to rent in Aberystwyth for summer holidays (with a shul) avalible for two weeks or for 9 days. Call 07954421444 or 07534122219
האלידעי אין מאנשעסטער - א גרויסע באקוועמע ריינע 6 בעדרום נעבען מחזיקי הדת - 07940905991
Large nice 6 bedroom house for rent in manshster from 6th Aug to 19th Aug
07807017383

          JOB WANTED - JOB OPPORTUNITY          
 
Job vacancy: organization looking for a male secretary full/part time.
Yiddish Hebrew and English required
Good computer knowledge
Good speaking manners
hcc.jo...@gmail.com
א טויגליכע אינגערמאן איז גרייט צו אננעמען פיזישע ארבעט נישט אין פאבליק צווישן 2:00 און 7:00 רופט 07557560538
Job Vacancy - Watch company looking for a worker to repair small issues, process returns & help out customers.
Must be handy, detail oriented & have basic computer knowledge. Training provided.
Part time with full time potential.
Please call/text 07300991219 If no answer leave a message.
א תלמוד תורה זוכט א יונגערמאן מיט עקספיריענס אין עברי צו צולערנען מיט קינדער פאר שיין באצאלט! ביטע רופט 07708906985
Looking to change 2 followup appointments with Dr Alexander from 30 July for earlier
call 07471352354
To rent: Toyota Prius £50 per day, (including 50 milles) £7.50 per hour (min 4 hours) call: 07868 379712

                                 LOOKING                                  
 
Looking for a Yingerman or a bucher to serve in a shop in the afternoon/night hours, well-paid job please email  jobof...@gmail.com

Looking to join a lorry to Tignes, France. Please call 07810806501
TT D'Gur is looking for English Teachers - afternoon hours - please call: 07493664833 and leave a message.

                                     MISC                                    

מיר נעמאן צאם אלע סארט'ן חובות פון פריוואטע, מוסדות אדער ביזנעס חובות רופט 
85% access rate 07818107406
We set up your S&P 500 Chasuna plan for only £150 a child or £300 for your entire family - 020 3488 8052
                                השבת אבידה                               

Found a BA AMEX card at Filey Corner, Osbaldeston. The name on the card is Z. Kohn. Call 07563061673

                             TO GIVE AWAY                             

2 single beds with divan bases, headboards and mattresses in good condition. Please call 8802 9219 or 07582 534 299.

שיקט אריין ביי אימעיל אייער השבת אבידה אדער To give away,
און מיר וועלן עס אי"ה מפרסם זיין דא פאר בחינם.
 
Receive our daily luach via WhatsApp
by joining the link below 
Luach Hayom via WhatsApp
דריקט דא צו זעהן אלע גליונות פון דער לוח היום
Sent by: The Luach Hayom London
To subscribe: ne...@luachhayom.com
To advertise here with us: in...@luachhayom.com
020-3657-2230           |           www.luachhayom.com
170725 ה פנחס 2_compressed (1).pdf
Reply all
Reply to author
Forward
0 new messages