[שלום בערגער] אַ קליינער אויסצוג פֿון מאַרטין לוטער קינגס "איך האָב אַ טרוים"...

7 views
Skip to first unread message

???? ?????? Zackary Berger

unread,
Jan 17, 2011, 10:25:46 PM1/17/11
to sholem...@googlegroups.com
[http://www.usconstitution.net/dream.html]
פֿון זײַן באַוווּסטער רעדע אָפּגעהאַלטן דעם 28סטן אויגוסט 1963 אין וואַשינגטאָן.

אייביק מוזן מיר פֿירן אונדזער קאַמף אויפֿן הויכן פּליין פֿון ערלעכקייט און דיסציפּלין. מיר טאָרן ניט דערלאָזן אַז אונדזער שעפֿערישער פּראָטעסט זאָל זיך דעגענערירן אין פֿיזישער רציחה. אָבער און ווידער מוזן מיר שטײַגן צו די דערהויבענע הייכן פֿון טרעפֿן פֿיזישן כּוח מיט נשמה-כּוח. דער וווּנדערלעכער נײַער מיליטאַנטישקייט וואָס האָט אײַנגעשלונגען די נעגער-קהילה טאָר ניט דערפֿירן צו אַן אומצוטרוי פֿון אַלע ווײַסע מענטשן, וואָרן אַ סך פֿון אונדזערע ווײַסע ברידער, ווי עס ווײַזט זיך אַרויס פֿון זייער הײַנטיקן בײַזײַן, זעען שוין אײַן אַז זייער גורל איז געקניפּט און געבונדן מיט אונדזער גורל. זיי זעען שוין אײַן אַז זייער פֿרײַהייט איז ניט אָפּצובינדן פֿון אונדזער פֿרײַהייט. מיר קענען ניט גיין אַליין....

...

און וועס דאָס פּאסירט, ווען מיר לאָזן פֿרײַהייט קלינגען, ווען מיר לאָזן זי קלינגען פֿון יעדן דערפֿל און שטעטל, פֿון יעדן שטאַט און יעדער שטאָט, וועלן מיר קענען פֿאַרגיכערן דעם טאָג פֿון אַלע קינדער פֿון אייבערשטן, שוואַרצע און ווײַסע, ייִדן און גוייִם, פּראָטעסטאַנטן און קאַטויליקער, וועלן קענען געבן זיך די הענט און זינגען מיט די ווערטער פֿון יענעם אַלטן נעגער-זמר, דערלעבט די פֿרײַהייט, דערלעבט די פֿרײַהייט, אַ לויב זײַן ליבן נאָמען, דערלעבט דעם פֿרײַהייט.


--
פורסם על ידי שלום בערגער Zackary Berger בכתובת שלום בערגער בתאריך 1/17/2011 10:25:00 PM
Reply all
Reply to author
Forward
0 new messages