מענאלעפען, ניו דזשוירזי - א שרעקליכע כשרות סקאנדאל איז ליידער אנדעקט געווארן אין די נעכטן מאנטאג ווען א באקאנטע פליישיגע רעסטוראנט אין מענאלעפען ניו דזשוירזי מיטן נאמען 'קאושער טשייניז עקספרעס', איז אפירגעקומען באווייזן דורך די קעמרעס אז די אייגענטומער וואס פלעגט פארקויפן פלייש אינטער די השגחה פון די או-קעי הכשר איז געכאפט געווארן קויפן נישט כשר'ע פלייש צו סערווירן די איינקויפערס, די או-קעי ארגענעזאציע האט נעכטן ארויסגעשטעלט א מודעה אז נאך א גרינטליכע אויספארשונג נעמען זיי אראפ זייער הכשר פונעם געשעפט, וואס האט זיך שפעטער אין טאג טאקע פארמאכט אין ליכט פונעם אויפדעקונג, אזוי אויך ברענגן זיי ארויס אין די מודעה אז אלע וואס האבן דארטן איינגעקויפט די לעצטע זעקס חדשים זאלן כשר'ן די כלים.