|
| מיליטער באשטימט פרישע ''יום גיוס'' לחרדים אויף ראש חודש אבדי מיליטער אויס מורא פון די קול מלחמה והסברה באשטימט יום גיוס אויף ר"ח אב ווען עס איז שווערער צו ארגענאזירן א ווידערשטאנד, הצלה מגיוס אפיסעס גרייטן זיך אראפצושטעלן מיטארבעטער פון 'יד להושיע' פארנט פונעם לשכות הגיוס מיטן ציהל צו געבן די נויטיגע ייעוץ והדרכה פאר די פארפלאנטערטע בחורים, דאס איז חוץ די אומערמידליכע ארבעט אין די אפיסעס אנצוגרייטן די צענדליגע בחורים וואס קוקן ארויס צו באקומען זייער ענדגילטיגע פטור דורכאויס די שרעקליכע יום גיוס עסקני הצלה מגיוס אלארמירן צו מתפלל זיין אויף די צענדליגע בחורים וואס ווארטן צו באקומען זייער ענדגילטיגע פטור ביים יום גיוס, נאכדעם וואס געווענליך ביי די ימי גיוס בלויז פאר חרדישע בחורים איז די מיליטער פארהארטעוועט און פארשווערט די ארבעט פון די עסקנים פאר די פטור פראצעדור כלל ישראל גרייט זיך פאר א יום מלחמה והצלה פארנט פון די לשכות הגיוס העפטיג צו פארטיידיגן די פילצאליגע בחורים וואס ווארטן צו זעהן אויב כלל ישראל שטייט אונטער זיי |
|
|
|
|
| רופט אריין 24 שעה מיט אייער השתתפות בממון ''אחים אנחנו'' - 718.691.0515 |
|
| | געריכט ווארפט ארויס פון תפיסה דעם העלדישן גיבור חיל'' ר' יעקב זאב בריזל''ר' יעקב זאב זון פונעם באגאבטן עסקן און איש החינוך הטהור ר' נחום בריזל זייענדיג די לענגסטע משתמט פון צווישן די זעכציג אסירי ציון וועלכע זענען ארעסטירט געווארן נאך די געוואגטע מחאה פארנט פון די שטוב פון איינער פון די שופטים פון בג"ץ, האט די מיליטער פארלאנגט לאנגע חדשים טורמע און צו יעדנס שטוינונג האט די געריכט ארויסגעווארפן די קלאגעס און אים ענדגילטיג באפרייט לשמחת לב היהדות החרדית דאס קומט נאך אומערמידליכע ארבעט און שווערע געלטער דורך די געטרייע עסקנים פון ''וועד אסירי ציון'', מיט די נאנטע צוזאמענארבעט פון די מיטארבעטער פון די ''הצלה מגיוס'' אפיסעס, וועלכע האבן אויפגעבויט די פארצווייגטע קעיס ביז צו זיין ענדגילטיגע באפרייאונג כלל ישראל איז מתפלל אויף די לעצט פארבליבענע ארעסטירטע פונעם פראטעסט וועלכע דארפן אין די נאנטע טעג באקומען זייער ענדגילטיגע פסק. |
|
| !לעצטע מינוט אפדעיטגעריכט ווארפט ארויס פון תפיסה ''גיבור חיל'' ר' עמרם מארקאוויטש וואס איז ארעסטירט געווארן נאכן מחאה פארענט פון איינע פון די שופטים נאכדעם וואס עס האט אים געדראעט לאנגע חדשים טורמע
די באפרייאונג קומט אדאנק תפילות ישראל און נאך די העפטיגע פעולות דורך די 'וועד למען אסירי ציון' מיטן צוזאמענארבעט פון די הצלה מגיוס אפיסעס |
|
|
| | דיונים אין כנסת המינים אויף פרישע חוק הקפאת המעצרים זעצט פארחברי הכנסת ווילן ענדגילטיג אדורכפירן די געזעץ אויף די קומענדיגע וואך און דורכדעם מינימיזירן די פילע ארעסטן אין לאנד און אזױ אויפבויען די מאמענטום צו די בעפארשטייענדע בחירות. חרדישע חברי הכנסת פרובירן צו פארלענגערן די באשיצונג פאר די לומדי תורה אויף מער פון די ארגינעל געפלאנטע דריי חדשים, נאכ'ן באקומען די שטילע צושטימונג פון די פאליציי נאכדעם וואס זיי זענען שוין מיד פון די ווידערשטאנד פונעם יהדות החרדית בשעת אזוינע ארעסטן. |
|
|
| | אין נאך א פרואוו צו פארשטערקערן די סאנקציעס אויפן יהדות החרדיתגרעסערע נדבות פאר מוסדות און ישיבות און ארץ הקודש וועלן מער נישט באקומען קיין הנחות אויף שטייערן די נייע געזעץ וואס ווערט שוין פאקטיש אינפארסירט נעמט אוועק די הנחות פון שטייערן פאר די גרעסערע נדבות, מיט א אויסנאם אויב די ראשי ישיבות קומען נאך די דירעקטע פארלאנגען פון די מיליטער, ד.ה נישט רעדן צו די בני ישיבות קעגן דינען אין מיליטער, און א שריפטליכע החייבות אז זיי פארמאגן נישט און וועלן קיינמאל נישט אריינעמען אין ישיבה משתמטים די נייע געזעץ איז איינע פון צווישן נאך פילע סאנקציעס זוכענדיג צו דערשטיקן דאס ווידערשטאנד פונעם יהדות החרדית אנטקעגן די ביטערע גזירה |
|
|
|
|
|
|
|
|
|
|
|
|
|
|
פרישע געדאנק פון די באקאנטע 'צבע שחור' טעלעפאן סיסטעםיעדע בחור וואס די ציוניסטישע כאפער'ס קלאפן אויף זיין טיר קען באקומען א סאפיסטיקירטע קאווע מאשין אין ווערד פון טויזענט שקל דאס איז בלויז איינע פון צענדליגע פעולות וועלכע ווערט געטון דורך געטרייע עסקנים און פארשידענע ארגאניזאציעס אויפצוהייבן די מאראל פון די העלדישע מוסרי נפש וואס טראגן די א.ג. טיטל עריקים |
|
|
| | פאלגנד איז א דעטאלירטע ליסטע פון די נעמען און ענדגילטיגע פסק דין פון די ''גבורי החיל'', וועלכע זענען ארעסטירט געווארן נאך דעם געוואגטן מחאה פארנט פון די שטוב פון איינעם פון די שופטים פון בג"ץ הציוני מערסטנסטייל פון די קעיסעס זענען אויפגעבויעט געווארן אין די הצלה מגיוס אפיסעס דורך די געטרייע מיטארבעטער און זענען העלדיש פארטיידיגט געווארן אין געריכט דורך 'וועד למען אסירי ציון |
|
|
ר' שלמה זלמן אנשין - 28 טעג (שוחרר כבר) ר' יעקב זאב בריזל - 27 טעג (שוחרר כבר) ר' משה הלר - לפני משפט ר' משה מרדכי ווייס - 27 טעג (שוחרר כבר) ר' משה שמואל טויסיג - 27 טעג (שוחרר כבר) ר' אברהם מרדכי כהן - 45 טעג ר' משה חיים ליפשיץ - 40 טעג ר' דוד מנחם מינצבערג - 15 טעג (שוחרר כבר) ר' עמרם מארקאוויטש - 30 טעג (שוחרר כבר) ר' מענדל מארקאוויטש - 40 טעג ר' יעקב שלום עהרנטאל - 10 טעג (שוחרר כבר) ר' אשר פרידמאן - 10 טעג (שוחרר כבר) ר' מנחם פרידמאן - 47 טעג ר' יהודה לייב פרידמאן - 20 טעג (שוחרר כבר) ר' יצחק ראטמאן - 27 טעג (שוחרר כבר) ר' נתן יהודה שיינבעגער - 47 טעג
|
|
|
|
|
|
|
|
|
|
|
|
|
| א שטורעם אין די אלגעמיינע פרעסע נאכדעם וואס די ציוניסטישע ראש הכופרים שר"י איז געגאנגען באזוכן איינע פון די א.ג. פרומע אפטיילונגען פונעם מיליטער, און ביי די ענדע פונעם באזוך האבן זיך די סאלדאטן פאטאגראפירט מיטן ראַש הכופרים, אבער פרויען זענען נישט ערלויבט געווארן זיך אויסצושטעלן אינאיינעם מיט די חרדישע סאלדאטן. בלייבט נאר איבער אריינצוקלערן וויאזוי עס געפינען זיך פרויען אין א היימישע אפטיילונג פון די מיליטער... |
|
| | דער מעיאר פון כפר יונה, די געגענט ווי די תפיסה נומ 10 איז סטאנציאנירט, איז ארויסגעקומען מיט א הייסע רוף צו די מיליטער אז מ'זאל וואס שנעלער אוועקפירן די טורמע פון זיין שטעטל, וויבאלד די מחאות יעדע נאכט דורך די קיצונים וואס קומט באגלייט מיט הילכיגע פייפערייען רויבט אוועק יעדעס ביסל מנוחה פון די ארטיגע איינוואוינער. |
|
|
|
|
|
|
|
|
|
|
|
|
|
|
|
|
|
| |
|
איינס פון די הונדערטער פרישע קעיסעס, האנדלט זיך פון א חשוב'ע יונגערמאן וואס קומט ליידער פון א צעבראכענע שטוב, ער פארמאגט דריי ברידער וואס יעדער פון זיי טראגט מיט זיך גאר א טונקעלע פארגאנגענהייט ואכמ"ל, פאר די גאנצע משפחה איז זיין איידעלע באנעמונג ממש לצנינים בעיניהם, און זיין פעטער האט אים דערפאר פאר'מסר'ט ביי די מיליטערישע פאליציי און ארויסגעגעבן זיין פונקטליכע אדרעס, די פאליציי האבן זיך אריינגעבראכן ביי אים אינדערהיים און ער האט געדארפט אנטלויפן באישון ליל, בס"ד האפן מיר אז ער וועט בקרוב באקומען זיין ענדגילטיגע פטור, דערווייל לייגן מיר אריין א געוואלד מיט כח מחזק צו זיין אים מיט זיין פרוי אז זיי זאלן זיך ח"ו נישט ברעכן צו די טעראר און שפאס פון זייער פאמיליע און סביבה.
|
|
נחמן שטארק - הצלה לאחים
|
|
|
| |
מיר האלטן מיט גאר א פיינפולער קעיס, פון א חשובע בחור וואס פארדינט זיך מיט רעכט א פטור האבנדיג פארשידענע פראבלעמען, אבער ווען ער האט זיך געשטעלט פארן מיליטערישן דאקטאר האט ער אים דערקלערט אלס איינער וואס איז פאסיג צו דינען אין מיליטער, מיר אין יד להושיע האבן בכלל נישט אויפגעגעבן, מיר האבן אים פארבינדן מיט עטליכע בארימטע דאקטוירים וואס האבן פארשריבן דאקומענטן וואס האבן אויפגעוויזן זיין אומפאסיגייט צו דינען אין מיליטער, אבער דאס האט נישט באוויזן צו אויפלאזן די הארטע התנהגות פונעם מיליטערישן דאקטאר צום בחור'ל, און זיי האבן אים געהייסן זיך קומען אויפצומארגנס שטעלן צום לשכת הגיוס.
מיר זענען געווען זייער פארלוירן זעענדיג וויאזוי די פעולות הצלה ברענגען נישט די געווינטשענע רעזולטאטן, ספעציעל האבן מיר מורא געהאט אז די בחור וויסנדיג זיין שווערע מצב וועט זיך ח"ו ברעכן, מיט גרויס מיה האט די בחור באקומען א צייטוויליגע פטור פון צוויי חדשים, און דערנאך האט די בחור געגעבן זיין לעצטע שאנס ווען ער האט זיך באוויזן ביים מיליטערישע דאקטאר צום דריטן מאל, און דעמאלטס מיט גרויס סייעתא דשמיא און אדאנק די מסירות נפש'דיגע פעולות האט ער באקומען זיין פטור. עס איז כדאי צוצולייגן אז ווען ער האט באקומען זיין פטור האבן די מפקדים אין לשכת הגיוס אויסגעשריגן פון גרויס איבעראשונג נישט גלייבענדיג אז ער וועט דאס נאך אמאל באקומען!
|
|
מיכאל - יד להושיע
|
|
|
|
|
|
|
|
|
|
|
|
|
|
|
|
|
| חיזוק פאר די א.ג. עריקים גייט ארויפ א שטאפל מיטן מחזק זיין זייערע טאטעס אויך!!! |
|
|
|
|
|
|
|
|
|
|
|
| | אין די ליטווישע וועלט דרייט זיך ארום א חקירה לקראת די בעפארשטייענדע ימי בין הזמנים ווי פאלגנד א בחור וואס האט געלערנט אין ישיבה קטנה און איינע פון די ישיבות פון לאנד און האט זיך פארשריבן אין איינע פון די פראמינענטע ישיבות גדולות, א שטייגער ווי מיר און סלאבאדקע וכדו', און ווערט ארעסטירט במשך די בין הזמנים טעג, האט ער א דין פון א בחור וואס מ'דארף ארויסגיין אין די גאסן אויף שטורמישע מחאות ביז צו זיין באפרייאונג, אדער איז זיין רוחניות'דיגער עתיד הפקר אזױ ווי די אלע אנדערע טויזנטער בחורים וואס האבן נישט די זכיה צו לערנען אין די בארימטע ישיבות |
|
|
|
|
|
|
|
|
|
|
|
| |
|
|
|
|
|