עס איז שטיל געווארן אין מיטל מזרח
הממ. ממש נישט, פון א אידישע פערספעקטיוו האט זיך יעצט אויפגעפלאקערט א ביטערע מלחמה,
ניין עס פליען נישט קיין באמבעס און פאלן נישט קיין פאטאליטעטן, עס פאלן אבער יא הייליגע נשמות איינע נאך די אנדערע,
ווי די פאקט האט זיך איבערגעוויזן אין מלחמה צייט איז נישט מעגליך געווען פאר די אינסטאנצן צו לייגן געוויכט אויפן הארבע פן ירבה פראגע פונעם חרדישע יודנטום עס איז נישט געלייגט געווארן קיין פרישע סאנקציעס און ארעסטן, די הצלה מגיוס אפיסעס האבן געקענט געבן צענדליגער אויב נישט הונדערטער פטור'ן, אבער מיטאמאל האט זיך אלעס געענדיגט, ווי געמאלדן איז שוין פארגעקומען עטליכע ימי גיוס, פילע זיצונגען וויאזוי צו פארשטערקערן די דרוק אויפן חרדישע יודנטום, און עטליכע פרואוון נענטער צו ברענגן די באשטעטונגען פונעם חק הגיוס ה"י
"מיר קריכן ממש אויף גראדע ווענט" זאגט מיר איינער פון די מיטארבעטער פון די אפיסעס, "דאס איז די מציאות זיי האבן זיך פון פריש גענומען אויף אונזערע ביינער" און ליידער זעהט זיך שוין אן די רעזולטאטן ווען די לעצטערע ימי גיוס האבן באוויזן צו רעקרוטירן צענדליגער בחורים אונעם מיליטער,
בלייבט נאר איבער אויף אונז צי מתפלל זיין אויפן גענצליכע ביטול מלכות המינות אן קיין שאדנס פאר קיין שום ערליכע איד.