פאדיום: חדשות מהנעשה במערכה הקדושה נגד גזירת הגיוס

6 views
Skip to first unread message

כבוד רבותינו העדה''ח

unread,
Aug 11, 2026, 10:10:36 AM (2 days ago) Aug 11
to

שטייענדיג ביומא דהילולא קדישא פון רביה"ק מסאטמאר טרעט כלל ישראל אריין אינעם

 צענטן יאר פון הצלת אלפי נשמות ישראל משמד הגיוס דורך קרן ויואל משה

דער קרן איז געגרינדעט במעמד קהל רב ביים סעודת הילולא בשנת תשע"ז דורכ'ן נשיא הקרן כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א

די עסקנים און אפיס ארבייטער גארטלען זיך אן מיט אייפער צום צענטן יאר

- פון פאקטיש ראטעווען צענדליגער טויזנטער בחורים פון אריינפאלן אינעם צבא השמד

- פון קעמפן מיט ציין און נעגל אויפן לעגאלן פראנט בארץ ובגולה אפצוהאלטן און פארגרינגערן די ביטערע גזירה

-פון שטיין על המשמר און נישט אריינלאזן קיין משחיתים וואס זוכן צו צוברעכן די חומת ההתבדלות פונעם יהדות החרדית מיטן טמא'נעם מיליטער

 

דאס צענטע יאר נאכאנאנד וואס סאטמאר וועט גיסן מיליאנען צו צענמענטירן די ווייטערדיגע קריטישע פעולות הצלה און דערמיט ראטעווען די עתיד פון די אחינו בני ישראל בארץ הקודש

 

היסטארישע קבלת פנים 

פאר די 63 גיבורי חיל ומקדשי השם

 פארגעקומען אין בית שמש און ירושלים

ערשטמאליגע קבלת פנים האט צוזאמגענומען אלע אסירי ציון וואס זענען ארעסטירט געווארן נאכן מחאה פארנט פון די שטוב פון איינער פון די שופטים פון בג"ץ הציוני, צום ערשט זענען זיי דורכגעפארן די גאסן פון בית שמש וואו זיי זענען באגלייט געווארן דורך די בני העיר בשירים וריקודין כראוי וכיאות, דערנאך זענען זיי אנגעקומען קיין ירושלים וואו זיי זענען אפגעווארט געווארן אויף די גאסן פון מלכי ישראל דורך טויזענטער בני ציון היקרים בראשות רבני העיר וחברי הבד"ץ, ווען לענגערע שעות האט מען געטאנצן לכבודם פון די מקדשי השם.

די מעמד האט אין א ערשטמאליגע שריט דעמאנסטריט די געוואלדיגע שטאלץ וואס די גיבורי המלחמה אנשי ישוב הישן פארמאגן, פארצוזעצן אן קיין מורא מיטן מלחמה לד' בעמלק.

 

פרעמיער מיניסטער נתניהו שר"י דערקלערט

די קומענדיגע קאאליציע וועט ארבעטן צו פטר'ן פון מיליטערישע

 דינסט בלויז בני תורה

און די איבעריגע וועלן אויסשטיין שווערע שטראפן פאר'ן זיך נישט מאביליזירן אינעם צבא השמד

זיין שטעלונג ברענגט ארויס א גרויסע שטורעם און די חרדישע גאס, ווען טראץ די שטארקע שטיצע וואס די פארטייען געבן כסדר פארן ראש הכופרים, האט ער זיך אויסגעדרייט זיין רוקן מיטן  קעמפען אנטקעגן זיי.

פאקט שטרייכט ווידער אמאל אונטער די אויסגעטרעטענע וועג פון רבותיה"ק אז מ'קען נישט אויפטון פון אינעווייניג

 

אסיר ציון הרה"ג ר' יוסף פריעדמאן

באפרייט נאכן זיצן אין טורמע

קרוב צו צוויי חדשים

ר' יוסף איז ארעסטירט געווארן נאך א שטורמישע פראטעסט פארענט פון די פאליציי סטאנציע אין שטאט בית שמש ווען די פאליציי האט געוואלט אריבערפירן א בחור צו די מיליטערישע טורמע, עס האבן זיך פארזאמלט א ריזן ציבור פון הונדערטער מוחים אפצוהאלטן די ארעסט פרואוו, אין א אקט צו צייגן נקמה האבן זיך די פאליציי פארלייגט אויף ר' יוסף און זיי האבן אים געהאלטן אין ארעסט מיט פארשידענע עלילות שפילות מיט'ן ציל אים צו זעהן אונטער גראטעס פאר לאנגע חדשים, כלל ישראל האט נישט פארגעסן פונעם מוסר הנפש ווען מ'האט מרבה געווען בתפילה ובמחאה, אזוי אויך אריינגעשיקט מתנות ומגדנות אין שטוב פונעם אסיר ציון, בס"ד איז ער דעם מאנטאג באפרייט געווארן אדאנק די אומערמידליכע ארבעט פון וועד אסירי ציון ווען עס האט אים אפגעווארט זיין משפחה און גוטע פריינט.


ישיבת ''שפת אמת - גור'' ירושלים מיט אירע איבער פינף הונדערט תלמידים 

האט אראפגעברענגט דעם שר ההצלה ר' בנימין טעפ וועלכע האט איבערגעבן קריטישע יעוץ והדרכה צום בעפארשטייענדעם בין הזמנים

 

מיליטער איז מפרסם שרעקליכע נומערן פון נופלים אינעם צבא השמד דורכאויס די לעצטע יאר

די נומער'ן וואס זענען געווענליך היבש איבערגעטריבן צייגן אז פיר טויזנט בחורים זענען אריינגעפאלן אין מיליטער, צווישן דעם ווערט אריינגערעכנט הונדערטער וואס האבן זיך פארשריבן אין די א.ג. פרומע אפטיילונגען, און אזוי אויך הונדערטער וואס האבן זיך געמאכט א שרשרת חיול ד.ה. מ'פארשרייבט זיך אין מיליטער און מיט דעם האפט מען צו באקומען א פטור.

עיני עיני יורדה מים על חללי בת עמי

 

גרויליגע צוזאמקום דורך די מתיוונישע חשמונאים בריגאדע אין צפון ארץ ישראל פאר פילע אומוויסענדע בחורים

ווערט ליידער אנגעזען היימישע צורות פון חרדישע בחורים וואס זענען געקומען כאפן א בליק אויפן אפטיילונג.

דאס קומט אין א פארלוירענע פרואוו צוריק אויפצובויען די מאמענטום פון די א.ג. פרומע אפטיילונג, וואס ליידט פון א ערנסטע מאנגל פון איינגעשריבענע סאלדאטן, און באטראכט זייערע אפציעס פון זיך  גענצליך אפשפארן.

 

גרויסארטיגע חלוקה פארגעקומען פאר די חתנים גיבורי חיל דורך 'קופת מלביש ישע'

אין די לעצטע טעג איז ווידעראמאל פארטיילט געווארן א חלוקה דורך 'מלביש ישע' די חלוקה איז פארגעקומען פאר די חתנים גיבורי חיל וועלכע קענען נישט ארויספארן פון לאנד צו קלייבן נדבות, װאו עס האבן פארזאמלט צענדליגע חתנים וואס האבן באקומען דעם טשעק להוצאות החתונה בראשות  הגה''צ ר' מנחם מענדל סאבאוויטש שליט''א, און הרה''ג ר' דוד האכבערגער שליט''א ר''מ בישיבת כנסת אליהו, וואס האבן אויפגעטרעטן מיט דברי חיזוק פאר די חתנים.

די חלוקה איז צושטאנד געקומען אדאנק די גיסנדע שטיצע פון אחב"י בגולה, ווען צװישן אנדערע קומט און די יעצטיגע טעג פאר א קאמפיין אין שטאט קרית יואל לטובת די הייליגע קופת 'מלבוש ישע' וואו עס דערקענט זיך א וואקסענדע ווארימקייט צו שטיצן די העלדישע גיבורי חיל וועלכע האבן מיט מסירות נפש אויסגעטרעטען די וועג פאר די טויזנטער בחורי ישראל וועלכע זענען אין די איצטיגע טעג א.ג. משתמטים.

אין די טעג איז פארשפרייט געווארן דורך די ארגאניזאציע עזרם ומגינם - א קערפערשאפט געפירט דורך די דגל התורה פארטיי - א גאר רייכע גליון וואס גיבט א אריינבליק אין די פרישע נגע הממארת די א.ג. פרומע אפטיילונגען וועלכע רייסט ליידער אוועק גאנצעטע שטיקער פון כלל ישראל, די פראיעקט צייכנט אונטער א שטיקעלע אויפוואכונג אין די ליטווישע קרייזן וואס קען בס"ד האבן די מעגליכקייט עווענטועל דורכצוברעכן די גזירת ההשתקה וואס הערשט ליידער אין די קרייזן.

 

אונטער די ראמען פון די ארגאניזאציע 'עריק גאה' וואס צילט אויפצוהייבן די גייסט און מאראל פון די טויזענטער בחורי ישראל וועלכע ווערט גערופן עריקים, איז פארגאנגענע וואך ליל ששי פארטיילט געווארן עסן און ממתקים אין מירון אומזיסט פאר אלע משתמטים און עריקים.

 

און נאך נייעס וואס צייגט די פרומקייט פון די א.ג. פרומע אפטיילונגען פונעם מיליטער: די פרעזידענט פון די מדינה הערצאג איז אנגעקומען ערב תשעה באב צו די חשמונאים בריגאדע און באגלייטונג פון שיקסעס און מתנחלות ווי מ'האט אינאיינעם באוויינט די פיין און ליידן פון שכינה הקדושה המתפלשת בעפרה…

 

אין די לעצטע טעג זענען ארויסגעווארפן געווארן פון די מיליטערישע טורמע נומ. 10 צענדליגע בחורים היבש פריער פון זייער אפיציעלע אורטייל, עס קורסירן פארשידענע קלאנגען אויף די אמת'ע אורזאך דערפון, צווישן אנדערע ווערט אויפגעמערקט איבער א סטרייק וואס האט אויסגעבראכן אין איינע פון די מיליטערישע בריגאדעס, וואס געווענליך ענדיגט זיך דאס מיט פילצאליגע ארעסטן און די מיליטער זוכט אויפצוקומען מיט פרישע פלאץ אין די מיליטערישע תפיסות.

פירוד לרשעים הנאה להם והנאה לעולם

 
מיר ארבעטן מיט א חשוב'ע בחור וואס לערנט אין איינע פון די ספרדישע ישיבות, זיין טאטע וויל אז ער זאל גיין אין מיליטער און דערמיט זיך פטר'ן פון די שווערע סאנקציעס אבער די בחור האלט זיך שטארק און פעסט, דעם בין הזמנים איז ער נישט אהיים צו זיינע עלטערן אויס מורא אז זיי זאלן אים נישט פאר'מסר'ן פאר די מיליטערישע פאליציי און דעריבער שלאפט ער ביי זיין חבר אין שטוב.
דוד בלוי - מרכז הצלה
 
איך האב צופעליג זיך באגעגנט מיט א בחור וואס קוקט נישט אויס היימיש מילד גערעדט אבער ער זאגט מיר אז ער וויל בשום אופן נישט דינען אין מיליטער, און ער האט מיר געגעבן צו פארשטיין אז זיין חבר וואס האט זיך געפונען אין אסאך א בעסערע מצב אידישקייט מצב איז היינט צוטאגס ל"ע א מחלל שבת בפרהסיא.
ישעי' שטיינער - יד להושיע
 
 
 
ניסים האט פאסירט ווען א בחור איז ארעסטירט געווארן פארגאנגענע ער"ש הארט פארן זמן הדלקה"נ דעריבער האט מען אים געהאלטן אין די פאליצייאישע סטאנציע ביז מוצ"ש, און היות עס איז אריבער איבער פיר און צוואנציג שעה זינט מען האט אים ארעסטירט און מ'האט אים נאכנישט אריבערגעפירט צום מיליטערישע פאליציי האט מען אים געמוזט באפרייען.
אשר זעליג מרגליות - הצלה לאחים

מברכין אנו בזה ברכת מזל טוב מעומקא דליבא קדם האי גברא רבא ויקירא עוסק בלב ונפש להציל נפשות ישראל משמד

ה’’ה הרב מאיר שאטלאנד  שליט”א

מראשי עסקני מרכז הצלה

הפועל יום יום במסי’’נ להציל אלפי

נשמות ישראל משמד הגיוס הנורא

לרגל הולדת בנו למזל טוב

ובהאי שעתא מכירים אנו פעולותיו הכבירות למען הצלת נשמות ישראל משמד, וברכתינו צרופה שיזכה לרוות רב נחת דקדושה מתוך הרחבת הדעת וסייעתא דשמיא

הנהלת קרן ויואל משה - הצלה מגיוס

מברכין אנו בזה ברכת מזל טוב מעומקא דליבא קדם האי גברא רבא ויקירא עוסק בלב ונפש למען הצלת בחורי ישראל משמד הגיוס

הר’’ר מרדכי לייב פריינד  שליט”א

לרגל הולדת בנו למזל טוב

ובהאי שעתא נביע הכרת הטוב על פעולותיו הכבירות למען מפעלינו, וברכתינו צרופה שיזכה להכניסו בבריתו של אברהם אבינו  ולרוות רב נחת דקדושה מתוך הרחבת הדעת וסייעתא דשמיא

הנהלת קרן ויואל משה - הצלה מגיוס

 

מברכין אנו בזה ברכת מזל טוב מעומקא דליבא קדם האי גברא רבא ויקירא עוסק בלב ונפש למען הצלת בחורי ישראל משמד הגיוס

הר’’ר שמואל גראס שליט”א

לרגל אירוסי בתו למזל טוב

ובהאי שעתא נביע הכרת הטוב על פעולותיו הכבירות למען מפעלינו, וברכתינו צרופה שיזכה להכניסו בבריתו של אברהם אבינו  ולרוות רב נחת דקדושה מתוך הרחבת הדעת וסייעתא דשמיא

הנהלת קרן ויואל משה - הצלה מגיוס

כבוד רבותינו העדה''ח

unread,
Aug 12, 2026, 5:58:04 PM (7 hours ago) Aug 12
to

עסקני קרן ויואל משה - הצלה מגיוס זענען ספעציעל גערופן געווארן אינעם חב''ד הויפטקווארטיר אין 770 - קרוינהייטס
͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌    ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­


א ערשטמאליגע היסארישע אסיפה איז פארגעקומען אינעם חב''ד הויפטקווארטיר אין 770 - קרוינהייטס בעצם יומא דהילולא קדישא פון מרן רביה"ק מסאטמאר זצוק"ל

עסקני קרן ויואל משה - הצלה מגיוס זענען ספעציעל גערופן געווארן צו א געמיינזאמע אסיפה, איבערגעבנדיג קריטישע יעוץ והדרכה פאר הונדערטער בחורים תושבי ארה"ק וועלכע גרייטן זיך אהיימצוגיין אויף די קומענדיגע ימי בין הזמנים.

קומט נאכדעם וואס די טעלעפאנען פון די הצלה מגיוס אפיסעס זענען איבערגעפילט מיט רופן פון הונדערטער בחורים וועלכע וויילן אין חו"ל במשך די יאר, און ווערן ליידער טיף פארפלאנטערט ווען זיי קומען אהיים, און עס דראעט אויף זיי א שרעקליכע סכנה פון אריינפאלן אין מיליטער ח"ו.

ביים אסיפה האט מען צום ערשט געהערט גאר יסודות'דיגע אנווייזונגען פונעם שר הצלה ר' בנימין טעפ וואס האט אויפגעטרעטן דורך א לייוו הוקאפ, און דערנאך האט ר' עקיבא ראטמאן פון די מיטארבעטער אין הצלה לאחים - וואס וויילט אין די יעצטיגע טעג אין אמעריקע - אויפגעטרעטן מיט פראקטישע הדרכות וויאזוי זיך צו פירן אין יעדנס פאל, אזױ אויך האט ער איבערגעגעבן די נומערן פון די הצלה מגיוס אפיסעס, און די נומערן פון די לויערס אינערהאלב די אפיסעס, נאך די אסיפה איז ר' עקיבא דורכגאנגען מיט צענדליגער בחורים זייער סטאטוס.

 

הרבני הנגיד המרומם ר' יואל לאנדא בבית האדמו"ר מגור שליט"א גרינדעט א פאנטאסטישע מיליאן דאלאר פאנד, מיטן ציהל צי  פארשטערקערן די וויי געשריי פונעם יהדות החרדית אויף די ביטערע רדיפת הדת דורך געריכטליכע קאמפן

די מיליאן דאלאר פאנד דינט אלס די ערשטע שטאפל פון א פארצווייגטע פראיעקט, וואס איז פלאנירט געווארן דורך די פירענדע עסקנים פונעם יהדות החרדית, ובראשם דער שר העסקנים והשתדלנים הרה''ח ר' משה דוד נידערמאן, וועלכע וועט אויפדעקן פאר די גאנצע וועלט די אויסנאם שווערע מצב וואס אחינו בני ישראל דרי ארץ הקודש געפינען זיך, און וועט צום ערשט אויפבויען א שטאנדהאפטיגע געריכטליכע קלאגע אנצוקלאגן אין בג"ץ הציוני באזירט אויף פילצאליגע טענות, מיט'ן ציהל צו פאדערן אן אפשטעל צו די אומאויפהערליכע רדיפת הדת.

דערנאך וועט זיך בס"ד - מיט די ערווארטעטע נדבות הלב פון אחינו בני ישראל שבגולה, אנהייבן א מאכטפולע קאמפיין אויף פילצאליגע פראנטן, סיי אין די אינטערנאציאנאלע געריכטן און אזוי אויך אויף די מידיא, צו פארשעמען און אויפדעקן קבל תבל ומלואה די ביטערע לאגע אין וועלכע די גאנצע חרדישע אידנטום געפינט זיך אצינד אין די א.ג. אידישע מדינה.

לנו המלחמה ולד' הישועה

מיליטער פארארדענט אפצושטעלן משתמטים אין לופטפעלד תיכף ביים אריינקומען אין טערמינאל, אנדערש ווי ביז היינט ווען עס איז געווען א מעגליכקייט זיך ארויסצודרייען פון די פאליציי איינמאל מ'איז שוין אין לופטפעלד

די פרישע שוועריקייט וועט האפענטליך רעדוצירן די צאל ארעסטן אויף בחורים וואס פארן ארויס אויף חו"ל נאכדעם וואס ביז היינט האבן זיך צענדליגער בחורים פרובירט ארויסצודערווישן פון לאנד איינמאל זיי זענען שוין געווען אין עירפארט און זענען עווענטועל ארעסטירט געווארן.

 

רעליגיעזע סאלדאטן (רח"ל) זענען אריבערגעפירט געווארן צו די אלגעמיינע פרייע אפטיילונגען נאכדעם וואס זייער אפטיילונג 'גבעתי' האט זיך פארשלאסן.

די אקט דעקט ווידעראמאל אויף די בלאף פון די גאלדענע הבטחות פונעם צבא השמד, ווען אין פאקט זענען די וואס שרייבן זיך איין אין סיי וועלכע אפטיילונג כחומר ביד היוצר.

 

ספאנטאנישע מחאה דורך יקירי ירושלים צושטערט באצייטענס א שרעקליכע כינוס אראנזשירט דורך די טמא'נע מיליטער פאר א גרויסע צאהל פון חרדישע אינגעלייט.

כינוס איז אנדעקט געווארן אדאנק די צייטליכע ארבעט פון שמירה עליונה שע"י קרן ויואל משה וועלכע לאקערן נאך די פילע פעולות פונעם מיליטער וואס זוכן אריינצודרינגען ביים היימישן ציבור היל"ת.

פארגאנגענע וואך איז פארגעקומען א אסיפה אין שטאט קרית יואל

 בבית הגה"צ הרב שליט"א אינאיינעם מיט די וועד בעלי בתים פון ''קרן ויואל משה הצלה מגיוס'' שטייענדיג בעפארן אנהויבן ארויפצוגיין על פתחי נדיבים אויפצוטרייבן גרעסערע סכומים לטובת די הצלה פון טויזענטער בחורי ישראל משמד הגיוס

 
א ספרדישע אינגערמאן האט זיך געשטעלט אינעם לשכת הגיוס צו באקומען א פטור, ווען ער איז אריינגעקומען איז אים אנטקעגן געקומען זיין חבר פון ישיבה, און זייענדיג א גייס שפל האט ער אים פרובירט אריינצו'נאר'ן אין איינע פון די א.ג. פרומע אפטיילונגען, דער אינגערמאן האט זיך גלייך אפגעשאקלט פון אים אבער אצינד הערשט א פחד אז דער גייס שפל זאל אים נישט שטיין אין וועג פון באקומען א פטור.
דוד גראס - יד להושיע
 
א חשוב'ע אינגערמאן האט געדארפט ארויספארן קיין חו"ל פאר א דרינגענעדע געזונטהייט פראצעדור פאר איינע פון זיינע קינדער, אבער זייענדיג א משתמט איז ער נישט ערלויבט געווארן ארויסצופארן טראץ אלע באמיאונגען דורך די חרדישע חברי הכנסת, ביז ער האט זיך געוואנדן צו מרכז הצלה וואס צוליב די וויכטיגקייט האט מען ספעציעל גענומען א עקסטערע לויער פאר די קעיס, און ביז געציילטע טעג האט דער אינגערמאן באקומען א ערלויבעניש ארויסצופארן.
שמעון ראבינאוויטש - מרכז הצלה
 

נאמען: איתי חומרי

אפשטאם: תימן

אפיס: הצלה לאחים - בית שמש

צייט אפשניט פון זיין קעיס: כ''ה אדר - כ''א אב

איתי איז ארעסטירט געווארן ער"ש פר' זכור ווען 12 מיליטערישע כאפער'ס האבן זיך אריינגעבראכן ביי זיין טאטן אין שטוב, און אים ארויסגעפירט פון דארט נישט פארן איבערדרייען די הויז אויף א מלחמה זאנע, די ארעסט האט איבערגעלאזט די משפחה מיט גייסטישע וואונדן ווען די טאטע האט פארציילט פאר די מיטארבעטער אז איינע פון זיין קינדער האבן געדארפט גיין פאר פסיכאלאגישע הילף נאכן צוזעהן די ארעסט פאר זיינע אויגן, איתי האט געזיצן אין תפיסה פאר 18 טעג אבער ער האט נישט באקומען קיין פטור וואס אט די פאקט האט אים גאר שטארק צוקלאפט און ער האט קיינמאל נישט געקומען צו די כוחות,

בס"ד נאך א לאנג פארצויגענע ארבעט דורך די מיטארבעטער פון הצלה לאחים  האט ער ב"ה ערהאלטן זיין ענדגילטיגע פטור וואס עס איז נישט מעגליך צו שילדערן די שמחה פון די משפחה ווען עס איז געראטעוועט געווארן נאך א נשמה פון א פארזיכערטע אבדון

א ריזן מחאה אין שטאט אחיסמך- לוד פארגעקומען אויף א רוף פון צבע שחור, ווען די פאליציי קארן זענען ארומגערינגלט געווארן דורך הונדערטער בחורים אפצוהאלטן די ארעסט און דער בחור איז עווענטועל ארויסגעלאזט געווארן.

 

ואיככה אוכל וראיתי באבדן מולדתי
איינשווערונג פאר פילצאליגע פריש רעקרוטירטע אינעם א.ג. פרומע אפטיילונג פונעם מיליטער, 'מעלות צור' וואו זיי האבן געשוואוירן געטריישאפט פארן מיליטער, אין זיך מתחייב נאכצוקומען אלע זייערע פארלאנגען רח"ל.


איינשווערונג פאר פילצאליגע פריש רעקרוטירטע אינעם א.ג. פרומע אפטיילונג פונעם מיליטער, 'מעלות צור' וואו זיי האבן געשוואוירן געטריישאפט פארן מיליטער, אין זיך מתחייב נאכצוקומען אלע זייערע פארלאנגען רח"ל.

ואיככה אוכל וראיתי באבדן מולדתי

נאך א דרשת הדרכה דורכ'ן שר ההצלה ר' בנימין טעפ דאסמאל אין ישיבת רמ"א, אינאיינעם מיט 7 מוסרי הנפש פון די אסירי סאלבערג

 

נאך א נשמה געראטעוועט געווארן פונעם צבא השמד, און קומט מאכן א לחיים אינאיינעם מיט זיינע מצילים אין די אפיסעס פון יד להושיע

 

ר עקיבא ראטמאן פון די מיטארבעטער אין הצלה לאחים, וואס וויילט אין די יעצטיגע טעג אין אמעריקא ווערט געזעהן ראטעווען נשמות ישראל פונדערווייטנס

 

שמחת שבע ברכות פארגעקומען דורך די מיטאבערטער פון הצלה לאחים, לכבוד הרב נתן ראטענבערג פון די מסירות נפש'דיגע פעילים אינעם אפיס

מברכין אנו בזה ברכת מזל טוב מעומקא דליבא קדם האי גברא רבא ויקירא עוסק בלב ונפש למען הצלת בחורי ישראל משמד הגיוס

הר’’ר יקותיאל מאיר גראס  שליט”א

לרגל אירוסי בנו למזל טוב

ובהאי שעתא נביע הכרת הטוב על פעולותיו הכבירות למען מפעלינו, וברכתינו צרופה שיזכה לרוות רב נחת דקדושה מתוך הרחבת הדעת וסייעתא דשמיא

הנהלת קרן ויואל משה - הצלה מגיוס

מברכין אנו בזה ברכת מזל טוב מעומקא דליבא קדם האי גברא רבא ויקירא עוסק בלב ונפש למען הצלת בחורי ישראל משמד הגיוס

הר’’ר שמעון ראטטער  שליט”א

מארה’’ק מראשי העסקנים לכל קדשי ישראל

לרגל הולדת תאומות למזל טוב

ובהאי שעתא נביע הכרת הטוב על פעולותיו הכבירות למען המערכות הקודש, וברכתינו צרופה שיזכה לרוות רב נחת דקדושה מתוך הרחבת הדעת וסייעתא דשמיא

הנהלת קרן ויואל משה - הצלה מגיוס


Reply all
Reply to author
Forward
0 new messages