פאדיום: חדשות מהנעשה במערכה הקדושה נגד גזירת הגיוס

2 views
Skip to first unread message

כבוד רבותינו העדה''ח

unread,
Apr 22, 2026, 6:01:35 PM (6 days ago) Apr 22
to

שטוינענדע זיג און די ציוניסטישע געריכטן
͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌     ͏ ‌    ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­ ­

מדינת ישראל פייערט אכט און זיבעציגסטע יום העצמאות אונטער שאטן פון מלחמות, פליענדע ראקעטן און פילצאליגע פאטאליטעטן ה”י


גרויליגע צוזאמקום דורך די פרומע אפטיילונגען פון די מיליטער  צו באעהרן געפאלענע סאלדאטן און ירושלים נוצענדיג הייליגע סלאגאנען ווי 'נפשו קשורה בנפשו' ברענגט ארויף א עקל ביי יראי ד' - מיליטער פארשלייערט די צוזאמקום מיט פארשידענע מעלדונגען אויס מורא פון שטורמישע פראטעסטן


הצלה מגיוס אפיסעס און צוזאמארבעט מיט קופת מלבוש ישע באוויזן אריינצושיקן פעקלעך פאר די העלדישע אסירי ציון טראץ די פארשליסונג פון די טורמע לרגל יום אידם נאך שווערע דרוק פון די געטרייע עסקנים


לשכות הגיוס געשלאסן דורכאויס ה' אייר אין קאנטראסט פון פארגאנגענעם חול המועד

 

דורכברוך 

שטוינענדע זיג און די ציוניסטישע געריכטן


הצלה מגיוס אפיסעס ווערן ערלויבט צו זיין אינאיינעם מיט די בחורים אין די לשכות הגיוס דורכאויס פראצעדור ביים באקומען א פטור- קומט נאך לאנגע יארן פון דיסקרימינירן רעכטן פון די בחורים זייענדיג אליין מיט די רשעותדיגע אפיצירן



היסטארישע זיג קומט נאך לאנגע יארן מסירות נפשדיגע ארבעט דורך די בארימטע לויערס פון ''מרכז הצלה'' שע"י קרן ויואל משה

באקאנטע פרייע שרייבער ברענגט ארויס פאקט אנבאלאנגט די צענדליגע מיליאנען וואס ווערט געשיקט דורך די סאטמארע חסידים פון חוץ לארץ אויסצוהאלטן די קאסטן פון די מלחמה און הצלה וואס ווערט געטון דורך די יהדות החרדות אנטקעגן די גזירת הגיוס,

שרייבער ברענגט ארויס די פאקט אז די סאטמארער קנאים האבן פארכאפט די אלגעמיינע חרדישע יודנטום

צווישן אנדערע ווערט באהויפטעט די הצלה מגיוס אפיסעס פון ''קרן ויואל משה''

אשריכם תלמידי סאטמאר כי לכך נבחרת

 

''אכן נודע הדבר''

פראסעקיוטער אינעם העכסטן געריכט פון מדינת ישראל דעקט אויף ציהל פון די שווערע סאנקציעס און שטראפן אויפן יהדות החרדות-'צו צוברעכן די עולם התורה'-ווערטער געזאגט געווארן ווען ער האט געמיינט אז די מייק איז פארלאשן, ברענגט ארויס א שטורעם און גאנצן לאנד

און די יעצטיגע טעג איז הבחור הראל עוז בן סיגלית נגר פאראורטיילט געווארן צו 135 טעג טורמע ד.ה. אריבער פיר חדשים, זייענדיג א משתמט פאר א לענגערע צייט, ווי די עסקנים פון ''הצלה לאחים'' וועלכע זענען פארמישט אין זיין קעיס געבן איבער איז ער גאר פעסט ביי זיך און איז שטאלץ צו זיין אריינגערעכנט צווישן כלל ישראל'ס מקדשי השם

 

פארגאנגענע וואך האט די פארזיצער פון די קאמיטע וואס פארפיגט אויף די פארהאנדלונגען ארום די חוק הגיוס באזוכט אין די היימישע געגענטער אין בני ברק ווען ער האט זיך געטראפן צווישן צענדליגע מוחים וואס ער איז אין א קורצע צייט געוואויר געווארן אז זיי מיינען טאקע אים זעלבסט ווי עס האט אים גענומען א לענגערע צייט זיך צו ארויס זעהן פון די אומאיינגענעמע סצענע, אין א סטעיטמענט צו די פרעסע האט ער ארויסגעברענגט אז קעגנערשאפט פון די אלגעמיינע חרדישע יודנטום אנטקעגן די חוק הגיוס ווייזט וואס עס וועלן זיין די רעזולטאטן

 

אין א לענגערע באשרייבונג אין די פרייע צייטונגען ציטירט די שרייבער נומערן פארעפענטליכט דורך די מיליטער ווי עס דערקענט זיך א היבשע וואוקס אין די נומערן וואס זענען אריינגעפאלן און מיליטער רח"ל אבער דאס איז גאר ווייט פון וואס די מיליטער האט פאראויס געשאצט, דאס ברענגט ארויס די ביטערע עינויים וואס די טויזענטער בחורים מאכן מיט וואס פרובירט צו צוברעקלען די חומת ההתבדלות אבער פון די אנדערע זייט ווייזט דאס די העפטיגע ווידערשטאנד פונעם יהדות החרדית אויף אלע פראנטן אפצוהאלטן פון קענען אויספירן זייער מזימת הרשע

נאמען: משה אליקים
אפשטאם: יהדות ספרד

ער האט געדארפט חתנה האבן אויף חוץ לארץ זיך געוואנדן צו די הצלה מגיוס אפיסעס פאר א פטור, די מיטארבעטער האבן געזעהן די געוואלדיגע השגחה פרטית די פאקט אז ער איז געשטאנען בלויז א וואך בעפארן ווערן א משתמט וואס דאן וואלט די מצב געווען אסאך מער קאמפליצירט נאך שווערע ארבעט האט ער בס"ד ערהאלטן זיין פטור ווי ער איז געקומען פראווענען א לחיים מיט זיינע מצילים

און זיין דאנק מעסעזש האט ער אנגעמערקט די פאקט אז זיין פראצעדור איז פארגעקומען צווישן ד' ניסן און כז ניסן די סאמע פארנומענסטע צייט פון יאר אבער גארנישט האט אפגעהאלטן פון זיינע לעבנס רעטער אלעס צו ראטעווען נאך א נשמה פון צבא השמד

א טיפישע נאכט איינע פון די טעג די וואך אין די הצלה מגיוס אפיסעס. מערקט די  איבערגעפולטע קארידארן

איך בין שוין

געשטאנען

ביים שוועל

פון אפגרינד,

ביז…


מיין נאמען איז שלמה ווירצבערגער מיט די געציילטע ווערטער וויל איך אויסדריקן מיין טיפע הכרת הטוב וואס איך האב צו די הימלישע מלאכים געקליידעט אין מענטשליכע געשטאלטן 'יד להושיע שע"י קרן ויואל משה' ווען איך בין געשטאנען ביים שוועל פון גיהנם מיטן קאפ אראפ

איך קום פון א עקסטרעם פרומע משפחה פארבינדן צו איינע פון די אלגעמיינע גרעסטע קהילות אונזער משפחה איז באקאנט צו זיין אלס איינע פון די וועלכע דרויסענדע גאס האט נישט קיין שום השפעה אויף אונז

אבער מיטאמאל האט זיך אלעס געטוישט, געווען איז דאס ווען א באקאנטע נידערטרעכטיגע יונג (נאמען געהיטן אין די אפיסעס) האט מיר איינגערעדט אז איך האב זיך מיאוס פארפלאנטערט מיט די מיליטערישע אינסטאנצן און אז איך קען אין א ליאדע מינוט ווערן ארעסטירט פאר לאנגע חדשים, הערענדיג די ווערטער האבן מיינע קישקעס זיך גענומען צו דרייען אין א ראד אבער מיט זיין גרויס 'גענאדע' האט ער מיר פארגעשלאגן אז ער מיט זיינע בארימטע קשרים וועט זיך לייגן אין די לענג און אין די ברייט אז אין אויסטויש פון מיינע שווערע שטראפן זאל איך זאפארט אריינגיין אין איינע פון די נייע אפטיילונגן א שטייגער ווי מעלות צור און קודקד וכדו',

הערנדיג דאס האב איך תיכף מיט א טיפע באגייסטערונג אנגענומען זיין אנבאט און בלית ברירה האב איך זיך פאקטיש פארשריבען און די אפטיילונג פון 'קדקוד', פאר מיין טאטע איז דאס ווייט נישט געפאלן אבער ער האט אויך פארשטאנען די מצב אפקויפנדיג יענעמ'ס ווערטער ווי תורת אמת,



מברכין אנו בזה ברכת מזל טוב מעומקא דליבא קדם האי גברא רבא ויקירא עוסק בלב ונפש להציל נפשות ישראל משמד

הר''ר יצחק קרישעווסקי הי''ו
מעסקני ''יד להושיע''
לרגל הולדת בתו למזל טוב

ובהאי שעתא מכירים  פעולותיו הכבירות למען הצלת נשמות ישראל משמד, וברכתינו צרופה שיזכה לרוות רב נחת דקדושה מתוך הרחבת הדעת וסייעתא דשמיא

 


בא בריך השם מקדמין אנו בברכת ברוכים הבאים בשם השם האי גברא רבא ויקירא עוסק במסירת נפש להציל נפשות ישראל משמד

הר''ר נתן ראטענבערג שליט”א
מגדולי עסקני ''הצלה אחים''

אשר הגיע מהתם להכא לעורר שלומי אמוני ישראל על חומר המצב בארה”ק ולקבץ נדבות למען פעילות הצלת נשמות ישראל משמד

הנהלת קרן ויואל משה - הצלה מגיוס


Reply all
Reply to author
Forward
0 new messages