---------- Forwarded message ---------
Date: Sun, Jan 30, 2022 at 3:22 PM
Subject: ויצא העגל הזה! - 'פערלס' קאמיסיע ידם במעל אין די נייע גיידליינס....
'כלל ישראל' נעמט אויף מיט שאק און שוידער די ביטערע נייעס אז די נידערטרעכטיגע 'פערלס' קאמיסיע, האבן ערהאלטן פון די נ.י. סטעיט עדיוקעישאן דעפט. NYSEDנייע אויפלאגע פון 'גיידליינס' וואס ווערן געפלאנט ארויסגעגעבן צו ווערן אין די נאנטע צוקנופט
***
די עדיוקעישאן דעפט. האט ערווארטערט אז ח. ד. צוויבעל וחבריו זאלן זאגן זייער מיינונג
אבער אזוי ווי 'פערלס' האט גענומען דעם גאנג פון די ערשטע מינוט צו ארבייטן 'יד ביד' מיט די רעגירונג צו מאכן כל מיני פשרות און פארהאנדלונגען נאכציקומען די פארלאנגן פון
SUBSTANTIAL EQUIVALENCY
דורך פאבריציערן 'קאמאן קאר' און 'כופר קריקילום'
האבן זיי מחליט געווען נישט צו ווייזן קיין ווידערשטאנד נאר שטילערהייט
געבן א הסכמה שבשתיקה צו די געפערליכע נייע גיידליינס
(זעה בייגעלייגט)
ארויסצושטעלן א כשר חזר פיסל 'ראו כשר אני' - איז ארויסגעקומען פארשידענע בריוו מביתו נאוה פון סאטמאר רבי'ן וומסב"ג, כאילו מען וויינט אויף די ביטערע נייע גזירות, בשעת די 'פערלס' קאמיסיע בברכת קדשו אדמו"ר מהרז"ל זענען די גרעסטע פורצי גדר און גוזרי גזירות
'כלל ישראל' רופט אויס: עס איז דא איין עצה צו ראטעווען דעם חינוך אין נוא יארק
אפצושפארן דעם טמא'נעם סאטמאר-אגודיסטישער 'פערלס' קאמיסיע
דער יהדות החרדית ווערט נישט מבולבל פון די פאלשע טרערן און חלקלקות לשון
כלל ישראל איז ב"ה א מבין אויף אלע שקרים, טשטושים, ובלבולים
פון די פורצי גדר ומהרסי הדת
והוקע אותם נגד השמש!