קוֹל דְּמֵי אָחִינוּ צוֹעֲקִים אֵלֵינוּ! וְאַתֶּם תַּעַבְרוּ לִפְנֵי אֲחֵיכֶם כֹּל גִּבּוֹרֵי הַחַיִל וַעֲזַרְתֶּם אוֹתָם
תלמידי וחסידי סאַטמאַר אויפגעשטורעמט באש קודש אַרויסצוקומען אויפ'ן פראָנט בעוד שלשת ימים דעם זונטאָג פּר' נח צום היסטאָרישן
עצרת ''מחאה אדירה'' אויף די ריזן שטחים קעגן די קאָנסיל הציוני בחוצות מאַנהעטן במעמד רבבות אלפי ישראל
צו אויפרודערן תבל ומלואה קעגן שוידערליכע "גזירת גיוס" וואָס בוזשעוועט רח"ל בתוקפו אויף אַלע בחורים בארה"ק
:קְדוֹשֶׁךָ בֵּין הָעַמִּים מָסְרוּ נַפְשָׁם
אנשי שלומינו שטייען קאַמפסגרייט מיט די געווער כפי אשר למדנו בבית מדרשו של אבינו רועינו רביה"ק זי"ע אַרויסצוגיין בחוצות העיר לעיני העמים והשרים, צו צייגן די ריכטיגע טונקעלע פאַרבן וואָס עס טוט זיך אָפּ ליידער בפלטרין של מלך מיט גזירות על הדת וואָס איז נישט פאַרהאַנען אין קיין שום אַנדערע מדינה איבער דער וועלט אומנות אבותינו בידינו! ווען כלל ישראל ליגט אויפ'ן וואָגשאָל רח"ל, ווען טויזנטער בחורים וואַקלען זיך ח"ו אַריינצוגיין אין טמא'נעם מיליטער וועלן מיר שטורעמען אַ וועלט! גייענדיג אין שפּיץ פון דער היסטאָרישער פאַראייניגטער יהדות החרדית אין אַמעריקע
זעקת הקודש פון ראש גולת אריאל מרן רבינו שליט''א במקהלות רבבות ישראל ביים ריזיגן "באַגלייטן" מוצאי יום טוב רודערט אויף אַלע אנשי שלומינו אַרויסצוקומען אין די גרעסטע מאַסן להרעיש תבל ומלואה