|
| ווילאמסבורג'ס בריגאדע קאמפייןזעצט פאר אנשליסנדיג טויזענטער סאלדאטן אינעם סאטמארן מיליטער וועלכע קעמפט אנטקעגן די ביטערע גזירת הגיוסקאמפיין גייט אריין אין די לעצטע פאזעס נאך איבעראשנדע סוקסעס מיטן אנקומען צו הונדערטער בעה"ב חשובים און אברכים יקרים וועלכע האבן זיך איינגעהאנדעלט א נפש כפי הוראת רבני העיר שליט"א |
|
|
| |
נאבעלע חלוקה בבית הגה"צ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א מיט תמיכות פאר הונדערטער חתנים העלדישע גיבורי חילוועלכע פאלגן אויס דעם דעת תורה פון גדולי ישראל זיך נישט צו שטעלן אינעם לשכת הגיוס אפילו אין די צייטן ווען עס איז ערלויבט לויט זייערע חוקים הם הכירוהו בתחילה די זעלטענע מסירות נפש פון די גיבורי חיל אין די לעצטערע יארן טרעט אויס די וועג פאר די צענדליגע טויזנטער משתמטים פון די יעצטיגע תקופה זיך צו האלטן פעלזן פעסט אין זייער שווערן מצב חלוקה צושטאנד געקומען דורך 'קופת מלבוש ישע' וועלכע שיקט שוין אפ די לעצטע--- יאר יעדע עטליכע חדשים צענדליגער טויזנטער דאלארן לחזק הברכים אשר לא כרעו לבעל |
|
|
| | אין ווייטערדיגע צוזאמענארבעט פון די ציווילע פאליציי אינאיינעם מיט די מיליטער:פאליציי מעלדט איבער פרישע שריט וואס וועט געטון ווערן אין די קומענדיגע טעג צו ארעסטירן הונדערטער בחורי ישראל ה"יאריינגערעכנט זיך אריינברעכן אין הייזער, אויפשטעלן פילצאליגע טשעק-פוינטס אין די היימישע געגענטער און נאך ברענגט ארויף די פחד וואס הערשט ביי טויזענטער בחורי ארה''ק צו די העכסטע שטאפלען הצלה מגיוס אפיסעס אלארמירן: הונדערטער מאמעס און בחורים רופן אריין טעגליך מיט שוידערליכע בכיות אז זיי האלטן מער נישט אויס די שרעקליכע לחץ כלל ישראל איז גרייט להמשך המערכה: בתפילה ובהצלה ובמלחמה |
|
|
| | והרשעים כים נגרש: פרישע יום גיוס פארגעקומען דעם מיטוואךשטעלט אין געפאר צענדליגער בחורי ישראל וועלכע וועלן ווערן פארפלאנטערט דורכן זיך נישט שטעלן אין די לשכות הגיוס כלל ישראל איז מתפלל שלא ינוח שבט הרשע על גורל הצדיקים די בחורי ישראל זאלן בלייבן על משמרתם פעלזן פעסט און זיך נישט ברעכן פון די עינויים קשים שלומי אמוני ישראל זענען ארויסגעקומען אין די מאסן פאר א יום מלחמה והסברה פארנט פון די לשכות הגיוס אפצוהאלטן שמד בפועל און מחזק זיין די טויזענטער בחורים וואס ווילן זעהן צו כלל ישראל שטייט אונטער זיי |
|
|
|
|
|
|
|
|
|
|
|
|
| גרויסע מהומות אין די שפעטע נאכט שעות פארנט פון פאליציי סטאנציע אין תלפיות-ירושלים נאכדעם וואס א היימישע בחור איז ארעסטירט געווארן אין די שפעטע נאכט שעות מיליטערישע פאליציי זיך איינגעבראכן אין א הויז וואו עס האבן זיך געפונען עטליכע געשוויסטערס משתמטים און זיי האבן באוויזן צו ארעסטירן הבחור יוסף בן רבקה לוי פון ישיבת פּאַַר יוסף און מ'האט אים אפגעפירט אין פאליציי סטאנציע הצלה מגיוס אפיסעס רופן צו מתפלל זיין פאר הבחור יוסף בן רבקה לוי וואס זייענדיג א משתמט פאר א לענגערע צייט באדראען אים די רשעים מיט לאנגע חדשים תפיסה היל"ת |
|
|
| | עסקני היהדות החרדית פרייען זיך מיט מיטן שמחת התנאים במעונו פונעם שר ההצלה הרה''ח ר’ בנימין טעפ יו"ר הצלה לאחים וועלכע גיבט זיך אוועק מיט אומגעהויערע מסירות נפש 24 שעה א טאג למען הצלת אלפי בחורי ישראל משמד הגיוס הונדערטער משתתפים אריינגערעכנט רבנים און עסקנים חשובים פונעם יהדות החרדית האבן זיך פערזענליך באטייליגט ביים שמחת התנאים ארויסגעבנדיג זייער טיפע שעצונג פאר זיינע מפעלות הקודש, ווען צווישן די משתתפים זענען אנגעזעהן געווארן פילצאליגע בחורים אויסדרוקנדיג זייער הכרת הטוב פאר דער העראאישער מציל מרדת שחת, וואס האט פארזיכערט זייער רוחניות'דיגער עתיד בס''ד |
|
|
|
|
|
|
|
|
|
|
|
|
|
|
|
|
|
|
| אין א צייכן אויף די געוואלדיגע אויפוואכונג וואס הערשט ביי די אלגעמיינע קרייזן אקעגן די א.ג. פרומע אפטיילונגען פונעם צבא השמד ווען איינער פון די פראמינענטע רבנים פון איינס פון די גרעסטע קהילות - וואס פלעגט ביז היינט צושטעלן א ריזיגע קוואנטום אינגעלייט אין די סארטן אפטיילונגען - איז גאר שארף ארויסגעטראטן אקעגן די נייע פירצה בחומת ההתבדלות פון די פילע אפטיילונגען למיניהם |
|
| | אין אויב די כסדר'דיגע סאנקציעס זענען נישט גענוג איז אין די יעצטיגע טעג באשטעטיגט געווארן א פרישע סאנקציע אז די אלע וועלכע זענען פארפלאנטערט מיטן מיליטער וועלן מער נישט קענען געניסן פון די ספעציעלע פראגראם וואס מאכט כסדר'דיגע הגרלות אויף ריזיגע הנחות צו קענען קויפן דירות, פון די אנדערע זייט גיבט דאס א גרעסערע געלעגענהייט פאר חרדישע יונגעלייט וואס זענען יא מסודר מיטן מיליטער צו באקומען די סארטן הנחות |
|
|
|
|
|
|
|
|
|
|
|
|
|
פאר אונז אין די אפיסעס איז בכלל נישט קיין חידוש די פאקט אז א גרויסע חלק פון די טויזענטער משתמטים קומען פון אזעלכע שטיבער וואס ווילן אז זייערע קינדער זאלן זיך איבערגעבן לשמד, אבער די טייערע בחורים דראפען זיך אויף גראדע ווענט נישט זיך צו בייגן פאר זייערע עלטערן'ס דרוק, מיר באהאנדלען צווישן אנדערע א בחור וואס האט זיך שוין געפונען אונעם לשכת הגיוס ווען זיין חבר האט אים אין א לעצטע פרואוו איבערגעגעבן די נומער פון יד להושיע וואס מיר האבן תיכף זיך אריינגעווארפן אין זיין קעיס אים צו ברענגן א פטור בס"ד
יד להושיע
א יונגערמאן האט נארוואס אריינגערופן פארציילענדיג אז ער האט זיך ליידער פארשריבן צו איינע פון די א.ג. פרומע אפטיילונגען וואס האט ניטאמאל קיין שייכות מיטן מיליטער, עס איז בלויז שטאטישע ארבעט, מ'האט אים געגעבן א אויפגאבע צו זיין א געהילף פאר א ראביי אין איינע פון די תפיסות, נאך עטליכע חדשים ארבעט האט מען אים געמאלדן אז די תפיסה איז שוין מער נישט נויטיג אין זיין ארבעט און מ'האט אריבערגעפירט צו די מיליטערישע אפטיילונג ה"י — יעצט באוויינט ער זיין טעות אבער בס"ד וועט מען אים אויך העלפן. די פאקט אליין אז עס איז נאך דא מענטשן וואס דאגה'ן אויף זיין רוחניותדיגער עתיד גיבט אים די בענזין איבערצוקומען די בייזע ווינטן וואס זיכען אים צו אומווארפן.
הצלה לאחים
|
|
|
|
|
|
|
|
|
|
|
|
| שר ההצלה ר' בנימין טעפ יו’’ר הצלה לאחים שע’’י קרן ויואל משה אויפטרעטנדיג ביים מעמד אנשי חיל און הר יונה אנצואווארעמען דו יונגעלייט זיך אנצושליסן און חבורת אנשי חיל סניף הר יונה דריקט דא צו הערן די דרשה |
|
|
|
|
|
|
|
|
|
|
|
|
| אין א אייגענארטיגע פאסירונג האט זיך הבחור א’ ישי געטראפן מיט סאטמארער רבי שליט"א וויילנדיג אויף מנוחת הנפש אין מיאמי פלארידע, א’ ישי וועלכע האט זיך געפינען אין א שווערע מצב נאכדעם וואס ער איז שוין געווען טיף פארפלאנטערט מיט די מיליטער און האט שוין אפגעמאכט זיך צו אריינשרייבן אין איינע פון די אפטיילונגען האט זיך אויסגערעדט צום רבי'ן שליט"א פרעגנדיג פארוואס האט סאטמאר פארגעסן פון די טויזענטער בחורי ישראל וועלכע זייער רוחניותדיגער עתיד הענגט אויף א דינע שטריק, דאן האט אים די רבי שליט"א מודיע געווען איבער די הצלה מגיוס אפיסעס וועלכע סאטמארע חסידים האבן די זכיה צו פינאנצירן, די רבי האט זיך נישט באגנוגנט מיט דעם נאר ער האט געשיקט אחד מבניו הגאונים שליט"א זיכער צו מאכן אז ער קומט טאקע אן צום ריכטיגן אדרעס. ווי געזאגט, זיין קעיס איז געווען אויסטערליש שווער אבער מיט א פעלזן פעסטע עקשנות האט מען געטון אלעס אין די וועלט פאר זיין באפרייאונג ס'איז טאקע געווען שווער אבער יא, נאך אומערמידליכע ארבעט פון חדשים לאנג האט ער בס"ד באקומען זיין ענדגילטיגע פטור אין ער האט זיך באטייליגט - צווישן הונדערטער אנדערע - ביים שמחת תנאים בביתו פונעם שר ההצלה ר' בנימין טעפ אויסצודריקן זיין טיפע הכרת הטוב צו זיינע מצילים |
|
|
| די בחור ביים שמחת תנאים בביתו פונעם שר ההצלה ר' בנימין טעפ |
|
|
|
|
|
|
|
|
|
|
|
|
|
| שוין א לאנגע צייט וואס עס ציט מער צו הערן מער איבער די מערכה אויפן פראנט, סיי פשוט אלס א אידיש קינד מיט א אידיש הארץ וואס זארגט זיך פאר אונזערע ברודער מעבר לים, און סיי צו בארואיגן מיין שרעק אז מ'קען ווען טון און מ'טוט נישט. די 'פאדיום' פלאטפארמע ברענגט קלארע לעבעדיגע באריכטן פונעם פראנט און מ'זעט וויאזוי מען ראטעוועט פאקטיש אזויפיל אידישע דורות, כה לחי! |
|
| |
|
|
|
|
|
|
|
|
|
| מברכין אנו בזה ברכת מזל טוב מעומקא דליבא קדם האי גברא רבא ויקירא מגדולי העסקנים בארץ הקודש ועוסק בלב ונפש למען אסירי ציון הרה''ח ר’ שמואל ווייספיש שליט”א יו’’ר וועד למען אסירי ציון לרגל אירוסי בנו למזל טוב ובהאי שעתא מכירים אנו פעולותיו הכבירות למען אסירי ציון ולכל מערכות הקודש, וברכתינו צרופה שיזכה לרוות רב נחת דקדושה מתוך הרחבת הדעת וסייעתא דשמיא הנהלת קרן ויואל משה - הצלה מגיוס |
|
| | מברכין אנו בזה ברכת מזל טוב מעומקא דליבא קדם האי גברא רבא ויקירא עוסק בלב ונפש למען הצלת בחורי ישראל משמד הגיוס הר’’ר דוד מאיר שווימער שליט”א לרגל אירוסי בנו למזל טוב ובהאי שעתא נביע הכרת הטוב על פעולותיו הכבירות למען מפעלינו, וברכתינו צרופה שיזכה לרוות רב נחת דקדושה מתוך הרחבת הדעת וסייעתא דשמיא הנהלת קרן ויואל משה - הצלה מגיוס |
|
| | מברכין אנו בזה ברכת מזל טוב מעומקא דליבא קדם האי גברא רבא ויקירא עוסק בלב ונפש למען הצלת בחורי ישראל משמד הגיוס הר’’ר שמואל דוד פריעדמאן שליט”א
לרגל הולדת בנו למזל טוב ובהאי שעתא נביע הכרת הטוב על פעולותיו הכבירות למען מפעלינו, וברכתינו צרופה שיזכה לרוות רב נחת דקדושה מתוך הרחבת הדעת וסייעתא דשמיא הנהלת קרן ויואל משה - הצלה מגיוס |
|
| | מברכין אנו בזה ברכת מזל טוב מעומקא דליבא קדם האי גברא רבא ויקירא עוסק בלב ונפש למען הצלת בחורי ישראל משמד הגיוס הר’’ר דוד בער מרגליות שליט”א לרגל הולדת בנו למזל טוב ובהאי שעתא נביע הכרת הטוב על פעולותיו הכבירות למען מפעלינו, וברכתינו צרופה שיזכה לרוות רב נחת דקדושה מתוך הרחבת הדעת וסייעתא דשמיא הנהלת קרן ויואל משה - הצלה מגיוס |
|
| |
מברכין אנו בזה ברכת מזל טוב מעומקא דליבא קדם האי גברא רבא ויקירא עוסק בלב ונפש למען הצלת בחורי ישראל משמד הגיוס הר’’ר משה וואלף טויב שליט”א לרגל הולדת בתו למזל טוב ובהאי שעתא נביע הכרת הטוב על פעולותיו הכבירות למען מפעלינו, וברכתינו צרופה שיזכה לרוות רב נחת דקדושה מתוך הרחבת הדעת וסייעתא דשמיא הנהלת קרן ויואל משה - הצלה מגיוס |
|
|
|
|
|
|
|
|
|
|
|
|
| | |
|
|
|
|
|