Fwd: מערכת סאטמאר | יום ב' פרשת נח תשפ"ו לפ"ק 1161# הפראטעסט הגדול

2 views
Skip to first unread message

קול מלחמה

unread,
Oct 23, 2025, 7:21:27 PM (yesterday) Oct 23
to




---------- Forwarded m

וּבְכֵן יִתְקַדֵּשׁ שִׁמְךָ עַל יִשְׂרָאֵל עַמֶּךָ וְעַל יְרוּשָׁלַיִם עִירֶךָ וְעַל צִיּוֹן מִשְׁכַּן כְּבוֹדֶךָ! ויואל משה אמת ותורתו אמת! !

יום ב' פרשת נח  - כ"ח תשרי תשפ"ו לפ"ק
ס"ג פרשת בראשית
תשפ"ו לפ"ק


עצרת מחאה אדירה
נגד גזירות גיוס בני ישיבות א' נח תשפ"ו לפ"ק
הרה"ג ר' יושע נחמן בערגער שליט"א
ר"י אוהל תורה - יו"ר העצרת
הרה"ג ר' דוד הירשלער שליט"א
הרה"ג ר' יושע נחמן בערגער שליט"א
ר"י אוהל תורה - יו"ר העצרת
הגה"צ ר' אנטשיל אשכנזי שליט"א
אב"ד חוות דעת
הרה"ג ר' יושע נחמן בערגער שליט"א
ר"י אוהל תורה - יו"ר העצרת
הגהצ ר' יעקב האראוויץ שליט"א
אב"ד זרע קודש ור"י בית מאיר
הרה"ג ר' יושע נחמן בערגער שליט"א
ר"י אוהל תורה - יו"ר העצרת
הרה"ג ר' אהרן גרינבערג שליט"א
הרה"ג ר' שבתי קעסטענבוים שליט"א

רִבְבוֹת קוֹדֶשׁ אֵשׁ דָּת לָמוֹ!!

וּבְמַקְהֲלוֹת רִבְבוֹת עַמְּךָ בֵּית יִשְׂרָאֵל!!!

 בְּתֹוךְ הָעִיר וַיִּזְעַק זְעָקָה גְדֹלָה וּמָרָה!!
זַעֲקַת סְדֹם כִּי־ רָבָּה וְחטָּאתָם כִּי כָבְדָה מְאֹד!
 
 
וּבְכֵן יִתְקַדֵּשׁ שִׁמְךָ עַל יִשְׂרָאֵל עַמֶּךָ וְעַל יְרוּשָׁלַיִם עִירֶךָ וְעַל צִיּוֹן מִשְׁכַּן כְּבוֹדֶךָ!
ויואל משה אמת ותורתו אמת!
זאת התורה לא תהא מוחלפת!


 וואָס דער צדיק הדורות מרן רביה"ק זי"ע האָט אונז משריש געווען בדם לבבו

 ווערט הייליג און מאַכטפול דעמאָנסטרירט קבל תבל ומלואה דורך רבוא רבבות תלמידיו

 פאַרזאַמלט אויף די צענטראַלע מאַנהעטן גאַסן ביים

היסטאָרישן מחאה אדירה זונטאָג נח
 
רִבְבוֹת רְבָבָה יַפְגִּינוּ בְּקוֹל:
אומגלויבליך בילד פון צענדליגער צענדליגער טויזנטער "שוואַרצע רעקלעך" באַלאַגערן איין גאַס נאָך די צווייטע אין די רוישיגע מאַנהעטן
וואָס איז געוואָרן פּאַראַלאַזירט פאר איבער דריי שעה נאָכאַנאַנד וואָס האָט שאָקירט די אידישע און די אַלגעמיינע וועלט מסוף העולם ועד סופו!
 
עַל פִּי דִּבּוּרוֹ נֶאֱסָפִים:
אויגן פון יהדות החרדית איבער דער גאָרער וועלט געוואָנדן אויף די גורל'דיגע שעה'ן וואָס על פי דיבור נאספים
ע"פ קריאת שר צבא ה' ועמוד האש ההולך לפני מחנה ישראל, ראש גולת אריאל,
כבוד קדושת מרן אדמו"ר שליט"א

 

וְיִשְׁמְעוּ רְחוֹקִים וְיָבוֹאוּ:
פּרעצעדענטלאָזע מידיאַ-דעקונג פון די גרעסטע מידיאַ-נעצן
 איבער דער אַלגעמיינער וועלט האָט ווייטגרייכנדער אָפּקלאַנג אויף אַ פאַרנעם וואָס מ'האָט נאָכנישט געזען ביז'ן היינטיגן טאָג!
 
דין גירא בעינא דשיטנא:
איזראַעלישע מידיאַ, פרייע און א.ג. היימישע, קריצן און ברויזן אויף אַזאַ מאַסן-השתתפות וואָס זיי באַצייכענען אַלס
 "איבער 100,000 סאַטמאַרער חסידים"
 באַלאַגערן די צענטראַלסטע שטאָט פון אַמעריקע צו גענצליך פאַרשרייען און מפרסם זיין די שטאַנדהאַפטיגע שטעלונג קעגן דאָס עצם רעיון הציונות בכלל און די גזירות שמדיות בפרט
 
קַדֵּשׁ אֶת שִׁמְךָ עַל מַקְדִּישֵׁי שְׁמֶךָ:
אָפּקלינגענדער כבוד שמים פלאַטערט מיט שטאָלץ אויפ'ן אויבנאָן פון די וועלטליכע נייעס
 אין די נאָכפאָלגענדע לאַנגע שעות אַריין ביז'ן היינטיגן טאָג ווען די וועלט קען זיך נישט איבערקומען פון אַזאַ רבוא רבבות השתתפות אונטער אַ מייסטערהאַפטיגן אָרדענונג וואָס זענען זיך צונויפגעקומען להרעיש תבל ומלואה נגד רדיפת הדת!
 
אַלְפֵי אֲלָפִים וְרִבֵּי רְבָבוֹת:
ראשי העסקנים שפּראַכלאָז אויף אַזאַ מאַסיוון אומערוואַרטעטער מאַסן פון העכער 50,000 יראים ושלימים פון איבער גרעיטאָר ניו יאָרק און ניו דזשערסי
 וואָס האָבן באַלאַגערט די צענדליגער אָפּגעשפּארטע גאַסן נאָכ'ן האָבן פּראָקלאַמירט די היסטאָרישע פּראָטעסט בלויז דריי טעג בעפאָר!
אַלעס פאר איין הייליג ציל! להרעיש עולם ומלואה! לחזר ולשנן מורשת רביה"ק זי"ע!
 
 
פּאָליצייאישע כוחות רופן אַריין פאר מאַסיווע "בעקאָפּ" נאָכ'ן פאַרלירן קאָנטראָל אויף אַזאַ פּרעצעדענטלאָזע מאַסן ס'זאָל ח"ו נישט צוקומען לידי סכנת נפשות
נישט האָבנדיג גענוג פּלאַץ אין די באַריקאַדעס זענען הונדערטער געצווינגען געוואָרן צו שטיין אין די קעגנזייטיגע סיידוואָלקס וואָס האָט עטליכע מאָל אָפּגעשפּארט די גאַנצע פאַרקער פון די צענטראַלע "סעקאָנד עוועניו"
 
איה שוקל ואיה סופר! עס איז נישט מעגליך מיט ווערטער און געפילן איבערגעבן דאס וואס האט פאסירט דעם נעכטיגן א' נח תשפ"ו!
א טאג וואס וועט פאראייביגט ווערן מיט די ווערטער קדש את שמך על מקדישי שמך וקדש את שמך בעולמך ברוך המקדש שמו ברבים! ווען א געשאצטער העכער 50 טויזנט אידן החרדים לדבר ה' האבן זיך פרעצדענטלאז פארזאמעלט און שווארץ געמאכט די גרעסטע גאסן אינעם ווירבעלדיגן הויפט שטאט מאַנהעטן, להרעיש ולהזעיק כבל תבל ומלואה דער חובת מחאה אויף דעם דרך המקובל פונעם צדיק הדורות ומגינו לנצח אבינו רועינו דער הייליגער רבי זי"ע, וואס האט אוועקגעשטעלט דעם דרך המלחמה מיד ולדורות אפצושרייען די טריפה'נע מדינה און אירע גזירות, און מסיר זיין דעם חרון אף ה' אויף דעם ניאוץ וגידוף וואס ווערט אפגעטוען מדי יום ביומו אכציג יאר רצופות ה"י!
ווען אצינד מיט דעם שרעקליכן עת צרה היא ליעקב וואס כמוהו לא נהיית, זענען תלמידיו הנאמנים רבבות אלפי ישראל זקנים עם נערים ארויסגעקומען עפ"י קריאת הקודש פון גדולי ישראל ובראשם דער רועה ישראל הנאמן ראש גולת אריאל ומגן חינוך הטהור כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, וואס האט מכריז געווען מלחמת הקודש דעם פארגאנגענעם מוצאי יום טוב במעמד אלפים הקטנים עם הגדולים!
ווי אלעמען באקאנט האט דער פייער זיך אנגעצונדען מיט א אינערליכע קאך און פלאַקער, וואס האט ווידער אויפגעוויזן דעם קדשה לשעתה ולעתיד און דער אש קודש פון הייליגן רבי'ן ברענט און פלאקערט אין יעדן סאטמארע חסיד ווען עין בעין זעט זיך אן אויסטערלישע סייעתא דשמיא אויף טריט און שריט, ווען במציאות איז נישט מעגליך אהערצושטעלן אזא ריזיגן כנסי' לשם שמים אין אזא קורצע צייט פאַרנעם, וכאן המקום להודות פאר די צענדליגער געטרייע עסקני קהלתינו הק' וואס זענען גרייט צו יעדע צייט לכל קדשי מורשת רביה"ק זי"ע כל אחד בשמו יבורך!
ס'איז נישט מעגליך צו באַשרייבן אָדער עטוואָס אַראָפּגעבן די געהויבענע, די שטורעמישע, די אש קודש'דיגע, געפילן און התרגשות וואָס האָט געבוזשעוועט אין די הערצער פון די רבוא רבבות פאַרזאַמלט למען כבוד שמו יתברך! אָבער עטוואָס די טרוקענע פאַקטן וועלן מיר דאָ איבערגיין די סדר המעמד
 
סדר משא העצרת
אנגעהויבן פון ארום 2:30 האבן א באס פלאטע פון אזויפיל ווי 500 באָסעס!! אנגעהויבן אויפנעמן דעם רבבות מאסן וואס זענען געקומען באש להבה לקדש שם שמים, ווען אויפן פלאץ ווארטן אפ א מיליטער פון הונדערטער עסקנים פון וויליאַמסבורג, און קרית יואל, ווען עס שטעלט זיך ארויס דעם שטארקן צוזאמארבעט אויף א פארנעם ווי קיינמאל בעפאר אלעס מיט איין איינציגער מטרת קודש, להגדיל שמו הגדול והנורא!
מיט א ציטערדיג שטימע האט געעפענט דעם מעמד דער יושב ראש העצרת, האי מלהיב לבבות וממעתיקי השמועה הרה"ג המפורסם רבי יושע נחמן בערגער שליט"א ראש ישיבת אהל תורה, וואס האט מיט זיין קאכעדיגע שפראך און אייגענארטיגע אייפער געשטורעמט די מאַסן, מדברות קדשו פון הייליגן רבי'ן זי"ע און ארויסגעברענגט אונזער זכי' און מטרה פונעם מאַסן דעמאָנסטראַציע, ער האט אויסגעשריגן מיט פייערדיגע ווערטער על מה אנו נאספין, "עלי מכות שהכו נזירה" די גבורי חיל וואס זענען זיך מוסר נפש און ווערן געשלאגן דורך די ציונים, און ארויסגעברענגט די תכלית פון די ציונים להעבירם מחוקי רצוניך, מעביר זיין לשמד דאָס גאנצע יהדות.
נאכגעפאלגט מיטן דרשה נלהבה פון הרה"צ המשפיע רבי דוד הירשלער שליט"א מנקיי הדת שבירושלים וואס האט מיט שטיקעדיגע טרערן איבערגעגעבן ערש האנטיג וואס אחינו לדעה דרי ארץ הקודש גייען דורך יעדן איינציגסטן טאָג. ער האט איבערגעגעבן דער שוידערליכער מצב פון ארץ ישראל און געשילדערט די רדיפות וואס אונזערע ברידער גייען ליידער אדורך, און אראפגעלייגט די ביטערע מצב אין די תפיסות. 
דערנאך האט אויפגעטראָטן הגה"צ אב"ד חוות דעת שליט"א מזה בן מזה פונעם מעלבראונער רב זצ"ל, וואס האט ווי שטענדיג גערעדט בקול חוצב להבות אש ארויסגעברענגט דעם דבר המערכה. דער רב שליט"א האט אויסגעשריגן מיט בכיות ''כלל ישראל בלוטיגט! דער נביא זאכט 'קול נהי נשמע מציון איך שודדנו', מ'הערט אזעלכע שמועות מבהילות, די ציונים האבן זיך פארלייגט עוקר צו זיין די קדושה פון כלל ישראל! עוקר צו זיין די השראת השכינה, אויסצורייסן די עם סגולה!
דערנאך האט מען געהערט דעם תורה'דיגע דרשה פונעם בארימטן ראש הישיבה בית מאיר הגה"צ רבי יעקב הורוויוץ שליט"א אב"ד זרע קודש ואס איז שטארק בעובי הקורה אינעם מערכה קעגן דעם בטערן גזירת הגיוס, און האט פון זיין שטאנדפונקט ארויסגעברענגט גאר שטארקע נקודות למחשבה וויאזוי מען דארף באטראכטן און איבערקומען דעם גזירה הנוראה
א זעלטן קלארע דרשה אויף ענגליש האט מען געהערט פון העסקן הרב אהרן גרינבערגער שליט"א, פאר די ברייטע מידיאַ, וואס זענען געווען פאַרזאַמלט אויפ'ן אָרט, בעת וואס מאסן גוים זענען געווען פאַרזאַמלט און זיך צוגעהערט צו די קולות. אַזוי אויך האָט מען פאַרטיילט פּאַסיגע פּלאַקאַטן פאר אַלע דורכגייער. 
דערנאך האט מען געהערט די רעזאָלוציעס פונעם עצרת פונעם בארימטן תלמוד חכם ובקי בתורת רביה"ק, הרה"ג רבי שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א, וואס האט מיט זיין ווארעמע שפּראַך צוערשט ארויסגעברענגט דעם זכי' וואס רבבות ישראל האבן און ממשיך געווען מיט די קלאָרע שטאַנדהאַפטיגע החלטת העצרת.
דאָס האט נאכגעפאלגט מיט קבלת עול מלכות שמים ווען כ"ק האדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א וואס האט פארגעזאגט בקול רעש גדול און האט אָפּגעהילכט ברחובות ובשווקים און האט מיט דעם געשלאסן דעם היסטאָרישן מחאה אדירה!
 
אשרינו מה טוב חלקינו!
יעדער איד, פון דעם אומשאַצבאַרן רבוא רבבות, וואָס האָט דעם זונטאָג אַנטיילגענומען אין דעם עצרת של קידוש שם שמים, האָט אין זיין הארץ געפלאַטערט העכערע הייליג געפיל וואָס האָט דורכגעדרינגען אין די הערצער און מבריח געווען מקצה אל הקצה: "אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו"! אַז מיר האָבן דעם זכי' צו ווייטער ממשיך זיין דעם אש קודש און אָפּשרייען די עקירת הדת גענוי ווי מיר האָבן געלערנט בבית מדרשו של רבי! רבבות אידן, ראשיכם שבטיכם זקניכם, גדולי ומאורי ישראל, רבנים, ראשי ישיבות, עיני העדה אשר עיני ישראל בם תלויות, און זיי שרייען אויס אינאיינעם, קבל תבל ומלואה, עמים ושרים:
 
תורתינו הקדושה! לא נשתנה! ולא ישתנה! לא נניח ולא נשקוט עד ביטול רוע הגזירה!
וכל קרני רשעים אגדע תרוממנה קרנות צדיק!!


















--

Reply all
Reply to author
Forward
0 new messages