Fwd: "והעיר ניו יארק נבוכה": קאורט באשטעטיגט, אז אונזערע קינדער וועלן מוזן באקומען רח"ל א גענצליכע פאבליק סקול עדשוקעישאן, וויבאלד 'אגודת ישראל/ פערל"ס' האבן זיך בכלל נישט מתנגד געווען דערויף!!

8 views
Skip to first unread message

על חינוך ארה''ב

unread,
Mar 24, 2023, 11:00:20 AM3/24/23
to


---------- Forwarded message ---------
From: והאמת עד לעצמו <v441...@gmail.com>
Date: Fri, Mar 24, 2023 at 1:42 AM
‪Subject: "והעיר ניו יארק נבוכה": קאורט באשטעטיגט, אז אונזערע קינדער וועלן מוזן באקומען רח"ל א גענצליכע פאבליק סקול עדשוקעישאן, וויבאלד 'אגודת ישראל/ פערל"ס' האבן זיך בכלל נישט מתנגד געווען דערויף!!‬
To:


בס"ד

"והעיר ניו יארק נבוכה": 

קאורט באשטעטיגט, אז אונזערע קינדער וועלן ליידער מוזן באקומען א גענצליכע 'פאבליק סקול עדשוקעישאן', די זעלבע חינוך וואס מען לערנט מיט אלע גוים און גוי'טעס אין די פאבליק שולע, וויבאלד אגודת ישראל/ פערל"ס האבן דאס בכלל נישט געטשלענדשט אין געריכט !!


את אשר יגורנו בא:

היינט דאנערשטאג איז ארויסגעקומען דעם ביטערן פסק פונעם ריכטער ריבא, ווי זי האט ליידער באשטעטיגט אז די אלע פארלאנגן וואס די ניו יארק סטעיט האט פארלאנגט, אויף די אלע חרדישע מוסדות, בנוגע די לימודים וואס די רעגירונג האט פארלאנגט אין די גיידליינס, ווי  למשל אז אלעס מוז ווערן געלערנט אין ענגלישע שפראך, און ווי אויך אז די טיטשערס וועלן מוזן זיין מהיום והלאה קאמפיטענטע טיטשערס, וואס זענען בקי און זענען סירטיפייד אין די אלע 20 פאבליק סקול סאבדשעקס רח"ל.


ווי אויך האט דער קאורט אפגעווארפן אלע טענות פונעם לויער פון די טרויעריגע אגודת ישראל / פערל"ס ארגענעזאציע,  וואס זיי האבן געטענה'ט קעגן די גיידליינס, און אנשטאט דעם האט זי באשטעטיגט די טענות פון די רעגירונג, בעיקר די טענה פון די סטעיט, אז די אלע פארלאנגן וואס זיי פארלאנגען אין די גיידליינס, דאס אלעס שטייט שוין אין אלטע געזעצן, און זיי דא גארנישט מחדש געווען אין די נייע גיידליינס, ממילא זענען די גיידליינס, וואס ווערט אנגערופן בלשונם 'פארט 130', איז יא אויסגעהאלטן לויטן געזעץ.


אויך האט די ריכטער אנגעוויזן, אז אויף די אלע פארלאנגען וואס דער געזעץ זעלבסט פארלאנגט, צו דעם האבן דאך די אגודת ישראל מיט זייערע פערל"ס ארגענעזאציע בפירוש מסכים געווען, סיי מיט דעם וואס זיי האבן גענומען כסדר אלע שטאטישע פראגראמען, און זיי האבן דאן געחתמ'ט, אז זיי זענען מסכים צו געבן א פאבליק סקול עדשוקעישאן,


נאכמער האט די סטעיט געטענה'ט, אז אפילו איצט אין זייערע קאורט קעיס, האט אגודת ישראל מיט זייערע פערל"ס ארגענעזאציע, זיך בכלל נישט מתנגד געווען אין געריכט אנטקעגן די אלע פארלאנגן וואס ווערן פארלאנגט אינעם עצם געזעץ זעלבסט, וועלכע פארלאנגט צב"ש די אלע 20 טריפענע סאבדשעקס וואס מען לערנט אין די פאבליק סקולס, און אז די טיטשערס דארפן זיין קאמפיטענט, ווי אויך אז דאס אלעס דארף ווערן געלערנט אין די ענגלישע שפראך וכו', און אלע זייערע טענות וואס זיי האבן ארויסגעברענגט האבן זיי אבער די אלע פארלאנגן זיך קיינמאל נישט מתנגד געווען.


פירט דער קאורט אויס, וויבאלד  אגודת ישראל מיט זייערע פערל"ס ארגענעזאציע האבן זיך בלויז מתנגד געווען אויף די גיידליינס און נישט אויפן עצם געזעץ אויף וואס די גיידליינס זענען געבויעט אויף, ממילא זאגט דער קאורט אז אגודת ישראל מיט זייערע פערל"ס ארגענעזאציע זענען מיט דעם אדורך געפאלן.

(זעה בייגעלייגט פונעם ריכטער) 

image.png

פאלגענד איז ליידער א ליסטע פון די אלע סאבדשעקס וואס די קאורט האט היינט באשטעטיגט אז מען וועט מוזן לערנען מיט אונזערע צאן קדשים, אדאנק די הסכמה פון אגודת ישראל מיט זייערע פערל"ס ארגענעזאציע.

image.pngimage.pngimage.png



ליידער די סיבה פארוואס אגודת ישראל מיט זייערע פערל"ס ארגענעזאציע האט מסכים געווען צו דעם אלעם, און דאס נישט געקלאגט אין געריכט אז דאס פארלעצט אונזערע רעליגיע, ווייל אגודת ישראל מיט זייערע פערל"ס ארגענעזאציע האבן נישט געוואלט פארלירן די שווערע מיליאנען דאלארן וואס די מוסדות געניסן פון די רעגירונג.


איין שורה פון די גיידליינס האט די קאורט געהייסן אויסשטרייכן, זאגענדיג אז וויבאלד די עדשוקעישאן געזעץ [לעת עתה], פארלאנגט נישט, אז דער מוסד מוז זיין דער וואס שטעלט צו, די גאנצע פאבליק סקול עדשוקעישאן, מען קען למשל צוענדיגן לערנען חלקים פון די פאבליק סקול חינוך, אינדערהיים מיט א פריוואטן קאמפיטענט טיטשער, וכדומה, ממילא אפילו אויב א מוסד ווערט געפונען אז זיי זעלבסט שטעלן נישט צו די גאנצע 100 פראצענטיגע, פאבליק סקול עדשוקעישאן, קען מען נישט פסל'ן אזא מוסד, און מען קען נישט הייסן די עלטערן ארויסנעמן די קינדער פון יענע מוסד, ווי אויך קען מען נישט ארויף לייגן קנסות אדער קאנסקעווענצן אויפן מוסד, וויבאלד דער חיוב פונעם געבן א פאבליק סקול עדשוקעישאן ליגט אויף די עלטערן.

 

ערליכע אידן זענען צובראכן ביז גאר, נאכדעם וואס די אגודת ישראל מיט זייערע פערל"ס ארגענעזאציע, האבן געגעבן א פולשטענדיגע הסכמה אויף די אלע פארלאנגן פון די רעגירונג, בנוגע דעם גזירת החינוך זעלבסט, ד.ה. אז מען מוז געבן א פאבליק סקול עדשוקעישאן,  און דאס אלעס ווייל זיי קענען זיך נישט שיידן פון די מיליאנען דאלארן, האבן זיי געלאזט אין קראפט דעם גאנצן גזירות החינוך, און זיך נישט קעגן געשטעלט קעגן דעם, און האבן פארקויפט א גאנצן צייט אז מיר זאלן קענען מחנך זיין אונזערע קינדער, און נישט ברויכן משנה זיין קיין זוז כ"ש, איצט שטעלט זיך ארויס אז לא מיני' ולא מקצתי'.


עס ווערט קלאר ווי דער טאג, אז דער זארג אז זיי וועלן פארלירן געלטער, איז זיי געווען וויכטיגער ווי די זארג, אז מען וועט מוזן לערנען לימודי שמד, כפירה ותועבה רח"ל.


כמה גדולים דברי חכמים, אז פון אגודת ישראל וועלכע איז היינט דער רוקענביין פון די גרעסטע שמד אפאראט אין די וועלט, די מדינת השמד אין ארץ הקודש, קען נישט און וועט נישט ארויסקומען קיין ישועה פאר כלל ישראל.


פאלגט נאך א ברייטערע אנאליז אויף דעם גרויסן נידערלאגע וואס אגודת ישראל און זייערע פערל"ס ארגענעזאציע האבן געהאט אין געריכט נאכדעם וואס די געריכט האט ארויסגעווארפן אלע זייערע פארלאנגן און זייערע טענות 


והעיר ניו יארק נבוכה, קאורט באשטעטיגט, אז אונזערע קינדער וועלן ליידער מוזן באקומען א.pdf
Reply all
Reply to author
Forward
0 new messages