בס”ד
עש”ק פרשת ויקרא, ב’ ניסן שנת תשפ”ו לפ”ק - פה לונדון יע”א
אריינטרעטנדיג אין חודש ניסן, מיט דער דערנענטערונג פון די הייליגע טעג פונעם יו”ט, שיקן מיר - ווי יעדע יאר - דעם מאמר אש קודש: ”שירת ליל פסח“, פון הרה”ק האדמו”ר מפיאסעצנא זי”ע, בעל חובת התלמידים, וועלכער האט מיט זיין ברענענדיגער נשמה אריינגעגעבן אין יעדע שורה פון דעם מאמר א לעבנס-שטראם פון ליבשאפט צום באשעפער.
דער מאמר ברענגט ארויס די פנימיות’דיגע עבודה פון פסח - ווי דער סדר איז נישט בלויז א מעשה פון מצוות, נאר א וועג וויאזוי דער מענטש קען זיך אינערליך דערהייבן, זיך דערנענטערן צום באשעפער, און איבערלעבן א פערזענליכע יציאת מצרים. עס איז פול מיט התעוררות און הדרכה וויאזוי צו מאכן דעם יו”ט פאר א לעבעדיגע מציאות.
מיר שיקן דא אויך פרק ז’ פון הכשרת האברכים, ”תיאור השעבוד במצרים וגאולת ישראל“.
אין דעם פרק ווערט אויף א לעבעדיגן אופן באשריבן די שווערע, ביטערע שעבוד אין מצרים - נישט נאר די גשמיות’דיגע יסורים, נאר אויך ווי די רוח און אמונה זענען געווען אונטער א לחץ, און וויאזוי אין מיטן חושך האט זיך שוין אנגעהויבן דער אור פון גאולה. ס׳גיט א טיפע הרגשה אין יציאת מצרים, אזוי אז דער מענטש קען עס ממש מיטפילן און אריינגיין אין פסח מיט א לעבעדיגע חיות.
די צוויי צוזאמען געבן א שלימות’דיגע בליק - פון חושך הגלות ביז דער לעכטיגע וועג צו די גאולה און די עבודת הימים הקדושים הבעל”ט.
פסח איז נישט בלויז א צייט פאר סדרים און מצות. עס איז א זמן פון התעוררות, ווי דער מענטש ווערט ריינער און נענטער צום באשעפער. עס איז א צייט פון דביקות און בענקשאפט צו דאס וואס אונזער נשמה פילט אינערליך פון איר טיפעניש.
אין די מאמרים רעדט יעדער שורה פון הארץ צו הארץ - נישט ווי א געווענליכער גליון, נאר ווי א שמועס צווישן א קינד און זיין טאטע אין הימל. ווען מען ליינט עס מיט אזא גייסט, שפירט מען אז ס׳ברענט אין די ווערטער א שטארקע ליבשאפט, וואס כאפט אן די נשמה און ווארעמט זי אויף ביז אינעווייניג. און ווען מען לערנט דעם מאמר אויף אזא אופ’ן, און מ׳נעמט אריין יעדע שורה פיהלנדיג: דאס בין איך, דאס איז מיין שמועס מיט מיין טאטע אין הימל, דאס איז מיין נשמה - דעמאלט וועט מען ערב פסח שפירן ווי מ׳איז ממש מקריב דעם קרבן פסח אין זיך אליין.
מיר האבן איבערגעטייטשט דעם מאמר ”שירת ליל פסח“ אויף אידיש - נישט נאר עס זאל זיין גרינגער צו פארשטיין, נאר כדי עס זאל גרינגער אריינגיין אין די הערצער און אויפווארעמען די נשמה. מיר האבן געוואלט עס איבערגעבן אין א שפראך וואס רעדט צום הארץ - א לשון וואס מ׳איז צוגעוואוינט מיט איר צו טראכטן און שפירן. עס איז די שפראך פון חסידות, פון שמועסן צווישן רבי און תלמיד, און פון א נשמה וואס וויל זיך אויסרעדן מיטן טאטע אין הימל, כאשר ידבר איש אל רעהו.
פסח איז א צייט פון חיזוק, אבער עס דארף אויך זיין א צייט פון מעשים. מ׳דארף זיך נישט אפגעבן בלויז מיט בענקשאפט און גוטע כוונות. דער מאמר ברענגט ארויס אויף א קלארן אופן, אז ווען א מענטש שטרעבט צום באשעפער מיט אן אמת’ע ליבשאפט, גיבט דער באשעפער צוריק - נישט בלויז מיט סיעתא דשמיא, נאר מיט אן אהבה וואס צינדט אן א פלאם אינעווייניג. ווען מ׳לייגט זיך אריין אין די עבודה מיט דער זעלבער תמימות און ליבשאפט ווי א זון צו זיין טאטע, ווערט דער סדר אינדערהיים נישט סתם א טיש, נאר א מעין עולם הבא.
ספעציעל דאס יאר, ווען כלל ישראל שטייט פאר אזא ביטערע און שווערע גזירה רח”ל, דארף מען אריינגיין אין פסח נישט בלויז מיט חיזוק און אמונה - נאר מיט א ברען אינעם הארץ, אז די ימי חירות זאלן אונז טאקע ארויספירן פון די פינסטערע גזירה צום ליכט פון די גאולה שלמה. מער ווי אלעמאל דארפן מיר אין די טעג פארגיסן טרערן פון אמונה, טרערן פון בענקשאפט, טרערן פון א נשמה וואס רופט ארויס צום באשעפער פון טיפן הארץ: ”רבונו של עולם - לייז אונז שוין אויס“!
יהי רצון אז עס זאל שוין מקוים ווערן דער פסוק: כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות. השי”ת זאל שוין עפענען פאר אונז די טויערן פון רחמים, און מיר זאלן זיך גרייטן צום סדר מיט א הארץ פול פון האפענונג און אמונה, מיט א געפיל אז הנה זה עומד אחר כתלנו, בביאת משיח צדקנו במהרה בימינו.
בברכת הצלחה רבה וכט”ס, בחודש אשר ישועות בו מקיפות,
אשר אנשיל גראד