|
עיני עני ירדה מים כי רחק ממנו מנחם!
די אויערן הערן גוט? ר' מענדל בינער? ברוך דיין האמת? זכרונו לברכה? אוי וויי ס'ביטער!
יא ליידער... די אויער הערן ליידער גוט... סאטמאר האט פארלוירן א בריליאנט, א שטראל פון לעכטיגקייט, אן עכטער סימבאל פון א רעכטפארכטיגע חסידישע איד מיטן גאנצן קאך.
דאס הארץ רייסט! די טרערן פליסן און ווילן זיך נישט אפשטעלן! עס לאזט זיך נישט גלייבן אז ר' מענדל דער איש חסיד איז אוועקגעריסן געווארן פון אונז!
איי ר' מענדל! א סימבאל פון א געהויבענע חסידישע איד, א צוגעלאזענער, מיט א לב טוב און זעלטענע ישרות. זיך אראפגעלאזט צו יעדן ווי א חבר, אפגעזען צי יענער איז געווען א בחור'ל צי א יונגערמאן, יעדעם מקבל געווען בסבר פנים יפות מיט א ווארעמקייט און העפליכקייט. ר' מענדל האט אמת'דיג מיטגעשפירט און זיך געקימערט מיט יעדן וואס ער האט נאר באגעגענט. און אלע האבן דאס געפילט. ווער אימער עס איז נאר געקומען אין זיינע ד' אמות איז אויפגעלאכטן געווארן פון זיין וויברירנדע ענווה'דיגע וועזן.
ר' מענדל'ס יראת ה' טהורה און פארצייטישע תמימות באגלייט מיט ענוה ושפלות רוח און עין טובה האט פארשאפט אין זיין גאנצע ארום א ווארעמע אטמעספער פון אמאליגע חסידים הראשונים. זיינע תפלות איז געווען איין שטיק ברען ווי א איש חסיד המתחסד עם קונו, בפרט האט ער געהאט די לאנגיעריגע זכי' צו זיין פון די גבאי מורא מקדש אין ביהמ"ד הגדול און ער פלעגט מיט א זעלטענע איידעלקייט און אצילות הנפש מעורר זיין אויף קדושת ביהמ"ד.
אן עקסטער קאפיטל איז זיין התבטלות ווי ער איז געשטאנען כעבדא קמי מרא פאר כ"ק מרן רבינו הברך משה זצוק"ל און להבחל"ח כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א מיט אזא געטריישאפט און תמימות ווי אן אמת'ער געהויבענער חסידישער איד. ביי די טישן, ביי די שמחות, ביי מאורעות, און ביים שרייבן קוויטלעך, זייענדיג פון די אויסגערופענע געשטאלטן וואָס מ'האָט שטענדיג געזען ביי די שלחנות הטהורות ביי זיין מקום קבוע עומד ומשמש זיין מיט אַ זעלטענע ערנסטקייט בכובד ראש און ווארעם הארץ, שפּירנדיג דאָס פאר א זכי' יעדעס מאל באזונדער.
ר' מענדל ז"ל איז שטענדיג געווען גרייט ווי א סאלדאט מרומם צו זיין די כבוד און פראכט פון סאטמאר און די ריינע אויסגערעטענעם וועג המקובל לנו מרביה"ק זי"ע.
ר' מענדל ר' מענדל! עיני עיני ירדה מים כי רחק ממנו מנחם! ער איז ארויף לעולם שכולו טוב נאכן זיך אפמוטשענען מיט שרעקליכע יסורים און איבער געלאזט זיינע באקאנטע צושטורעמט און ערשיטערט אין א טיפע קלעם, און איבערלאזנדיג די אלמנה מיט די 4 יתומים אריינגערעכנט א חתן וואס גייט אונטער די חופה בקרוב, וואס זענען ליידער געבליבן אליין אויפן וואסער, אן קיין ברויט-פארזארגער.
זיין טייערע אלמנה שתחי' און 4 אומפארהייראטע קינדער פרעגן מיט טרויער און זארג: ווער וועט זיך קימערן מיט אונזער וואוילזיין? ווער וועט אונז ברענגן פרנסה אין שטוב? ווער וועט אונז חתונה מאכן?
כלל ישראל איז פאראייניגט צום גרויסארטיגן 'איש חסיד היה' קאמפיין, אויפצועפענען א "'קרן יתומים" אויסצוהאלטן די אלמנה און 4 יתומים זיי זאלן ווייטער קענען אנגיין מיט זייער טעגליכע לעבן און קענען גיין אונטער די חופה רואיגערהייט. זייט אייך משתתף מיט דעם קאמפיין, עפנט אייער הארץ, לייגט צו א האנט, בייגט אונטער א פלייצע, ווייזט פאר די משפחה אז כלל ישראל פארגעסט נישט פון זייער טאטן.
|